ה מנחם אב
ה׳תש״גסור מרע ועשה טוב בקש שלום ורדפהו, האט דער בעש"ט געזאגט: אין יעדער דבר גשמי פון דברים המותרים זיינען פאראן טוב ורע: דער גשמי איז רע און דער חיות אלקי וואס איז מחי' דעם גשמי איז טוב. באדארף דער מענש וואס באנוצט דעם גשמי זיין א סור מרע, ניט וועלען דעם תענוג וואס איז פאראן אין דעם גשמי, און זיין ועשה טוב וועלען געשפייזט און געהאלפען ווערען פון דעם חיות אלקי וואס איז אין דעם דבר הגשמי. בקש שלום ורדפהו דער מענש וואס איז א סור מרע און א ועשה טוב, באדארף זוכען און נאכלויפען צו מאכען שלום צווישען דעם גשמי און חיות אלקי וואס איז איהם מחי'.