ג חשון
ה׳תש״ד(המשך שיחת הנ"ל): בראשית איז א פרייליכע סדרה, אפילו דער סוף איז ניט גאר אזוי געשמאק. נח איז מבול, אבער א פרייליכער סוף וואך - געבארן אברהם אבינו. די אמת פרייליכע וואך איז פרשת לך לך, אלע טעג פון דער וואך לעבט מען מיט אברהם אבינו, דער ערשטער וועלכער האט זיך מוסר נפש געווען אויף מפרסם זיין ג-טליכקייט אויף דער וועלט, און זיין מסירת נפש האט אברהם אבינו איבערגעגעבען בירושה צו אלע אידן.