היום יום
יא סיון
יא סיון
ה׳תש״גמשיחות אאמו"ר: אין דער עבודה פון עבודת ה' ע"ד החסידות, זיינען פאראן אלע מדריגות ... די דרגא פון מת באדארף קיין סך הסבר ניט האבען. עס איז אבער אויך פאראן - ת"ל - תחית המתים אין עבודה רוחנית. א מת איז קאלט עס איז ניטא אזא קאלטע זאך ווי שכל הטבעי און שכל אנושי, און ווען דער שכל הטבעי פארשטעהט א השגה אלקית און די מדות שבשכל ווערען נתפעל און גערירט פון דעם געשמאק שכלי, איז דאס דער אמת'ער תחית המתים.
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
עותקים
פעילות אחרונה
#59 Hayom Yom as printed: letter, notices, Tanya lines, closing · אושרה