היום יום
ז תמוז
ז תמוז
ה׳תש״גאאמו"ר אמר: חסידות איז נעוץ תחלתן בסופן וסופן בתחילתן, די דרגא פון עיגולים מבלי אשר ימצא ראש וסוף, אבער אחר כל זה איז דער עיקר איז תורה.
דער בעש"ט איז געווען א מסודר, דער מעזריטשער האט מדקדק געווען אויף סדר, און דער עלטער זיידע - רבינו הזקן - האט געלערענט חסידים זיי זאלען זיין מסודרים, דאס זעהט מען איז זיינע מאמרים, בריף, ניגונים. די חסידים וואס האבען געהאט א זמן קבוע אויף קומען אין ליאזנא - דערנאך אין ליאדי - האבען ניט געהאט קיין רשות בייטען דעם זמן אן א רשיון פון רבי'ן, אויף באקומען א רשיון האט מען געדארפט האבען א טעם.
באם רבי'ן איז געווען א ועד מיוחד אויף פיהרען סדר החסידים ובראשו מהרי"ל אחי רבינו, און א באזונדער ועד אויף אנפירען מיט חסידישע יונגעלייט ובראשו אדמו"ר האמצעי.
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
עותקים
פעילות אחרונה
#59 Hayom Yom as printed: letter, notices, Tanya lines, closing · אושרה