Letter 8174
ערב שבת קודש בא, ה'תשי"ט · ישיבות, תומכי-תמימים
צום יערליכן באנקעט פון די ליידיס אקזילערי פון
בראנזוויל און איסט ניו-יארק פאר די ליובאוויטשער
אויף אייער מיטטיילונג, אז דעם קומענדיגן דינסטאג, י"א שבט הבע"ל, וועט פארקומען אייער יערלעכע אונטערנעמונג לטובת די ישיבות תומכי-תמימים ליובאוויטש.
שיק איך מיין באגריסונג און ברכה צו די פירערשאפט און מיטגלידערינס, ווי אויך צו אלע אנטיילנעמער און געסט - שליט"א - אז די אונטערנעמונג זאל זיין בהצלחה אין מאטעריעלן ווי אויך אין גייסטיגן זין -
אין מאטעריעלן זין - צו שאפן די דערווארטעטע הילף פאר די ישיבות און פארשטארקן אייער ארבעט אין דעם.
אין גייסטיגן זין - אנערקענענדיג דעם גרויסן זכות צו זיין טעטיג פאר אזא היילגן צוועק, צו שאפן א שטארקע צוגעבונדענקייט פון יעדרע פון אייך צו דעם גייסט פון ליובאוויטש, און מיט חסידטישער ווארימקייט און ליכטיקייט, אריינברענגען וואס מען פון דעם גייסט, דעם גייסט פון אהבת השם, אהבת התורה און אהבת ישראל בא זיך אין דער היים און אין דער סביבה ארום.
און אזוי ווי די אונטערנעמונג קומט-פאר אויף מארגן נאך דעם יום ההילולא (יארצייט) פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, דער מייסד פון די ישיבות דא אין אמעריקא, וואס יעדער איינער און איינע ווייסן דאך אז דברי צדיקים וברכותיהם קיימים לעד - די רייד און ברכות פון צדיקים בלייבן אייביק -
זאלן די ברכות פון דעם בעל ההילולא ביישטיין יעדן איינעם און איינער מיט דער פאמיליע שליט"א - בכלל און בפרט.
בברכה להצלחה בכל המצטרך בגשמיות וברוחניות.
Kehot Publication Society · commercial
Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on RebbeHub
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- Volume 21
- Id
- rh-rkmezfzf
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.
Sources
- sichos-kodesh-unit