עברית
Library

Keser Shem Tov

רצו

רצו

מורנו הבעש"ט איז געווען אַ סך יאָהרען אַ מתבודד. ער איז געווען אין עולם שכלו טוב, כלו אור. געלערנט מיט אחי' השילוני געזעהן זאַכען מסוף העולם ועד סופו, געהערט שיחת בעלי-חיים ודקלים געגאַנגען אין עולמות העליונים און האָט זייער ניט געוואָלט אַרויסגיין פון דער התבודדות-וועלט. פון די כתבים וואָס ר' אדם בע"ש שרייבט למורנו הבעש"ט1 אין וועלכע ער איז מכריח את מורנו הבעש"ט צו מגלה זיין זיך, איז מובן צוויי זאַכען, די גוטסקייט און גרויסקייט פון התבודדות, אָפּגעזונדערטקייט פון דער וועלט, און די הויכקייט און די נויטיגקייט פון התגלות, זיין אין וועלט. מיר אַלע וועלכע לעבען אין זיבעטן דור פון דורו של מורנו הבעש"ט נ"ע, זעהן במוחש דעם אונטערשייד צווישען התבודדות און התגלות. וויפעל צדיקים נסתרים און בעלי-שם זיינען געווען ביז מורנו הבעש"ט. ר' יואל בעל-שם, ר' אדם בעל-שם, ר' מרדכי הנסתר, ר' קהת הנסתר, יעדער פון זיי האָט אַ סך אויפגעטאָן בדורו, הן ישועות ורפואות פּרטיות און הן ישועות והצלחות כלליות. אויך דער בעש"ט איידער ער איז נתגלה געוואָרען האט אויפגעטאָן שטילערהייט גרויסע זאַכען, אָבער דאָס אַלץ איז גילוים פון אַ מתבודד, ניט קיין גילוים פון התגלות, נאָר ווען מורנו הבעש"ט איז נתגלה געוואָרען האָט זיך אָנגעהויבען אַ סדר פון גילוי אור, מיט עבודה פון סדר והנהגה . . . התבודדות און התגלות זיינען צוויי דרכים אין עבודה, וואָס יעדער פון זיי האָט אַ מעלה מיט אַ חסרון. מעלת ההתבודדות איז, וואָס דאָס איז אַ בית-יד צום שכל, און חסרונו איז, וואָס דורך דער עבודה פירט זיך ניט דורך די כונה פון בירור וזכוך העולם. מעלת ההתגלות איז וואָס עס איז פאַראַן גילוי אור בעולם, וחסרונו איז, וואָס תחלת הגילוי ברענט און ברעכט די וועלט. הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדומח, האָט דער אויבערשטער ב"ה רחמנות געהאַט על עם קדושו בניו ונחלתו, און האָט מסבב הסבות געווען אַז מורנו הבעש"ט נ"ע זאָל נתגלה ווערען און אַז מיט זיין התגלות און דורך אים זאָל נתגלה ווערען אַ נייער דרך אין עבודה, וואָס דער דרך וועט זיין אַ התכללות פון די ביידע מעלות וואָס אין התבודדות און וואָס אין התגלות . . .מט מורנו הבעש"ט נ"ע האָט זיך ניט געוואָלט מגלה זיין. אין דעם ניט וועלן מגלה זיין זיך זעהען מיר אָן צוויי זאַכען, ניט ער האָט געוואָלט געזעגענען זיך מיט דער התבודדות וועלט, און ניט ער האָט געוואָלט קומען אין דער התגלות וועלט. מורנו הבעש"ט האָט זיך אַ משך זמן רב געראַנגעלט מיט ר' אדם בע"ש און האָט זיך משתמט געווען פון מסכים זיין אויף נתגלה ווערן ביז זיין רבי, אחי' השילוני, האָט אים געזאָגט אַז מיט דער התגלות וועט ער ערשט צוקומען צו דער הפלאת המעלה פון התבודדות. דאָס הייסט, אַז זיין רבי אחי' השילוני האָט אים געגעבען אַ הבטחה אַז אין זיין התגלות וועלען זיך צונויפקומען ביידע מעלות, אי די מעלה פון התבודדות, אי די מעלה פון התגלות . . .נ מיט דער התגלות פון מורנו הבעש"ט האָבען מיר זוכה געווען צו גילוי פון פּנימיות התורה. דאָס הייסט, אַז דורך למוד פּנימיות התורה און קיום המצות איז מען מכשיר דעם עולם אַז וועלט זאָל זיין אַ כלי צו אלקות, און דורך פּנימיות התורה, למוד החסידות וההתעסקות בחסידות איז מען ממשיך גילוי אלקות בעולם. תורת מורנו הבעש"ט איז כלולה פון די צוויי מעלות, די מעלה פון התבודדות און די מעלה פון התגלות, ד. ה. אַז תורת מורנו הבעש"ט איז אַ בית-יד צום גילוי אור עצמי פון התגלות אַז דער גילוי אור עצמי פון התגלות זאָל זיין בתפיסה בכלי ההשגהנא.

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-fa1y8ej5

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources