Likkutei Sichos
Addenda - sichos 20
557במרבר
א. אין דער סדרה וועלכע מען האָט אָנגעהויבן לייענען, ווערט דערציילט, אַז דער אויבערשטער האָט געזאָגט צו משה רבינו, נאָך דעם ווי ער האָט געציילט די אידן — הקרב את מטה לוי, ער זאָל דערנענטערן פון צווישן אַלע אידן דעם שבט לוי, זיי זאָלן טאָן די עבודה אין משכן און דערנאָך אין מקדש. אין דעם איז באַשטאַנען די פליכט פון שבט לוי, וואָס זיי זיינען געווען די פאָרשטייער פון אַלע אידן אויף טאָן די עבודה אין משכן ומקדש, און דורך דעם אויך ממשיך צו זיין אַלע ברכות פון אויבערשטן צו אידן, וועלכע זיינען געקומען דורך דער עבודה.
ב. אין מדרש ברענגט ער אויף דעם דעם פּסוקא) צדיק כתמר יפרח כארז בלבנון ישגה. טייטשט דער בעש"ט)) —
וואָס היינטיקן ערשטן טאָג שבועות ווערט צוויי הונדערט יאָר פון זיין הילולא, וואָס דאָס איז אויך דער טאָגח) אין וועלכן ס'איז געגעבן געוואָרן די תורה, וועלכע איז אַ הוראה צו אַלע אידן עד סוף כל הדורות —
אַז עס זיינען פאַראַן צווייערליי מינים צדיקים. פאַראַן אַ צדיק וועלכער איז געגליכן צו אַ תמר — טייטלבוים, און פאַראַן אַ צדיק וועלכער איז געגליכן צו אַן ארז — צעדערבוים.
אַ צעדערבוים האָט אין זיך אַ סך מעלות — ישגה, ער איז שטאַרק, הויך און שיין). ער האָט אָבער ניט קיין פּירות. דאַקעגן אַ טייטלבוים האָט ניט אין זיך אָט־די מעלות, ער האָט אָבער אין זיך אַן אַנדער מעלה און אַן עיקרית'דיקע — כתמר יפרח, ער מאַכט בליען שיינע און זיסע פּירות וועלכע גיבן צו כוח און געזונט צו דעם וואָס עסט זייח).
די זעלבע זאַך ביי צדיקים, וואָס אַלע אידן זיינען צדיקים כמ"ש*8)) ועמך כולם צדיקים, זיינען פאַראַן צוויי וועגן ווי צו דינען דעם אויבערשטן;
פאַראַן אַ צדיק — דערקלערט דער בעל שם טוב — וואָס איז געגליכן צו אַ צעדערבוים. אָבער ער האָט ניט קיין פּירות. ער לערנט תורה, ער איז מקיים מצוות, אָבער אַלץ פאַר זיך אַליין. ער איז ניט משפּיע אויף אַנדערע. איז — אַ צדיק איז ער און ער באַקומט שכר פון דעם אויבערשטן, כארז ישגה — שטאַרק הויך און שיין — אָבער ניט דאָס איז דער תכלית וואָס דער אויבערשטער וויל.
558דער תכלית וואָס דער אויבערשטער וויל איז — מען זאָל זיין כתמר יפרח — ברענגען גוטע און זיסע פּירות. ד. ה. דער אויבערשטער פאַרלאַנגט, מען זאָל אַוועקגעבן פון די אייגענע צייט, כוח און ענערגיע, וועלכע מען קען אפשר זיי אויסנוצן פאַר זיך, און מען זאָל זיי אויסנוצן צו ווירקן אויף אַ צווייטן אידן, אַז דער צווייטער איד זאָל ווערן אַזאַ — אויף וועלכן דער אויבערשטער זאָגט אַז ער איז אַ גוטע און אַ זיסע פּרי. און בשעת ער ווירקט אויפן צווייטן, דאַן הייסט ער תמר, אויף וועלכן עס שטייט די מעלה — כתמר יפרח.
ג. די אויבנדערמאָנטע אויסטייטשונג פון דעם פּסוק, האָט דער בעש"ט איבערגעגעבן צו זיינע תלמידים און תלמידי תלמידיו, בתוכם צום אַלטן רבי'ן און ווייטער ביז צו כ"ק מו"ח אדמו"ר, אַז כאָטש מען קען דינען דעם אויבערשטן אויך מיטן ערשטן וועג, און אויך דעמאָלט הייסט מען אַ צדיק, און מען האָט מעלות פון הויכקייט, שטאַרקייט און שיינקייט, איז אָבער ניט דאָס איז דער תכלית און עיקר וועג וועלכע דער אויבערשטער פאַרלאַנגט. דאָס וואָס דער אויבערשטער פאַרלאַנגט איז, מען זאָל ניט זשאַלעווען קיין צייט און קיין כחות, און אָפּגעבן פון זיי און ביז צו די טיפסטע כחות פון דער נשמה, אויף צו ווירקן אויפן צווייטן, אויף דער גאַנצער אומגעבונג.
אין דעם וועג איז דער בעש"ט אַליין געגאַנגען, און ער האָט דאָס אויך איבערגעגעבן צו די נשיאי חסידות הכללית, צו די נשיאי חב"ד און צו אַלע חסידים, אַז יעדער איינער פון זיי זאָל גיין אויף דעם וועג, וואָס דאָס איז דער ליכטיקער וועג, דער וועג וואָס קערט איבער פינסטערניש צו ליכט.
ד. דאָס אויבנדערמאָנטע איז אויך דער וועג און פליכט פון שבט לוי), ניט נאָר פאַר זיך אַליין, נאָר אויך אַלס פאָרשטייער און וועג־ווייזער פון אַלע אידן.
און כאָטש ס'זיינען פאַראַן אפשר „שבטים", אידן וועלכע זיינען נאָך ניט געקומען צו דעם געדאַנק און איבערצייגונג, דאַרפן מיר אָבער פירן זיך אין דעם וועג וואָס דער בעל שם טוב האָט אונז געוויזן, צו טאָן מיט זיך און מיט יענעם, מאַכן זיך און יענעם כתמר יפרח מיט גוטע זיסע פּירות, און דאָס דאַרף מען טאָן מיט נשמה און חיות, אַרויסרופן ביי זיך די טיפסטע כחות, אויף צו ווירקן אויפן גאַנצן אַרום, טאָן זיין חלק אויף צו מאַכן די וועלטז) זי זאָל זיין אַלץ ריינער, העכער, ליכטיקער און הייליקער.
ה. מען גייט באַלד לייענען פּרשת במדבר, וואָס אין דער פּרשה רעדט זיך וועגן דעם ווי מען האָט געציילט אידן, וואָס אין דעם מנין, זיינען דאָך געווען אַלע גלייך, פון גדול שבגדולים ביז פּשוט שבפּשוטים. דער גדול שבגדולים האָט זיך ניט געציילט מערער ווי איינס, און559דער פּשוט שבפּשוטים ניט ווייניקער ווי איינס.
וואָס דאָס איז אויך געווען אַ הכנה צו מתן תורה, און כמאמר רז"לח) אויב עס וואָלטן געווען ששים רבוא פּחות אחד, וואָלט מען ניט געגעבן די תורה ח"ו, אַפילו צו משה רבינו אויך ניט.
וואָס דאָס איז דאָך פאַרבונדן מיט פּשיטות הנשמה, וואָס אין דעם זיינען אַלע גלייך. וכמאמר הבעש"ט, דער אַלטער רבי און אַלע רביים ביז כ"ק מו"ח אדמו"ר, וואָס זיי האָבן אַלע געזאָגט)), אַז פּשיטות העצמות פאַרבינדט זיך מיט פּשיטות פון אַ אידן, וואָס אין דעם זיינען אַלע גלייך.
אף על פּי כן, איז כאָטש טאַקע מען האָט געציילט אַלעמען גלייך, דאָך זיינען אין דעם מנין בלויז אַריין מער ניט ווי פון בן עשרים. דאָס איז בנוגע אַלע אידן. אָבער בנוגע שבט לוי, איז דאָך געווען דער מנין מבן חודש, אַז אויך אַ קינד מבן חודש האָט מען אים געציילט גלייך מיטן גדול שבגדולים, ווי ס'איז דאָ די דיעה אַז אויך אהרן איז אַריין אין דעם מנין (משה איז ניט אַריין אין מנין, אָבער וועגן אהרן'ען זיינען פאַראַן צוויי דיעות) — האָט אַ קינד מבן חודש געהאַט די זעלבע גלייכקייט אין צאָל ווי אהרן.
דער ענין פון שבט לוי איז דאָך כמבואר בכתוב אַז ענינם איז לשרת את הוי', און אַזוי זאָגט דאָך דער רמב"ם210)) אַז כל מי שנדב לבו לשרת את הוי' איז ער ווי שבט לוי, ובמילא איז אין אידן וועלכע גיבן זיך אָפּ אויף דינען דעם אויבערשטן, — וואָס דער פּשט פון דינען דעם אויבערשטן איז ווי גערעדט פריער (אין די פריערדיקע שיחות) ניט נאָר בשעת התורה והתפלה, נאָר בכל דרכיך דעהו, — איז אין זיי ניטאָ קיינע חילוקים, און אויך אַ קינד מבן חודש האָט דעם זעלבן מנין ווי גדול שבגדולים.
וואָס דערפאַר איז תלמידים וועלכע מען איז מחנך על טהרת הקודש, מען איז זיי מחנך אַז עס זאָל זיין ביי זיי די עבודה פון בכל דרכיך דעהו, זיינען זיי ווי פון שבט לוי, אין וועמען ס'איז ניטאָ קיין התחלקות, כנ"ל פון בן חודש אָן.
אויף שבט לוי שטייט נתונים נתונים המה לי מתוך בני ישראל, שבט לוי איז אַ שליח און פּועל'ט פאַר כל ישראל, און דאָס וואָס עס שטייט ויבדל את שבט לוי, איז ניט דער פּשט אַז זיי זיינען אָפּגעזונדערט און ניט שייך צו אַלע אידן, נאָר זייער עבודה, באופן ויבדל, טוען זיי דאָס און פּועל'ן דאָס אין אַלע אידן, דער העדר ההתחלקות, מצד גילוי פּשיטות הנשמה, וועלכע איז ביי אַלעמען גלייך.
ו. ובנוגע למתן תורה בפרט שטייט דאָך בנינו ערבים בעדינו, אַז זיי, די קינדער האָבן געבראַכט דעם גילוי מתן תורה צו אַלע אידן.
וואָס דאָס איז דאָך אויך פון די טעמים וואָס די רביים האָבן געלייגט אַזוי פיל השתדלות אויף חינוך הכשר על טהרת הקודש, מען זאָל לערנען מיט קינדער קמץ אַל"ף אַ דוקא, מסביר זיין קדושת האותיות560וקדושת הנקודות8*י), וואָרום דער לבניך אלו התלמידים18)) כפּשוטו, חינוך פון קינדער איז נוגע לכלל מעורר זיין און מגלה זיין פּשיטות
הנשמה שבהם, און דאָס פּועל'ט אויך
און דאָס איז אַ הוראה צו יעדערן גילוי פּשיטות הנשמה בכל ישראל פון אונז, אַז בשעת עס דערנענ־ כנ"ל, וואָס אין דעם איז ניטאָ קיין טערן זיך די טעג פון מתן תורה, התחלקות כנ"ל, און דאָס איז אַ וואָס פון שבת מברכים סיון הויבט הכנה למתן תורה, וואָס ביי מתן זיך שוין אָן די הכנה צו דעם, ובפרט
פון ראש חודש סיון, ווי עס שטייט 11)) אַלע זיינען געשטאַנען צוזאַמען לתכביום הזה באו מדבר סיני, זאָגט לית אחת וכוונה אחת אויף מקבל די גמרא12)) הזה הזה גזירה שוה, זיין תורה אחת מהוי' אחד.
אַז דאָס איז געווען בראש חודש,
ובפויט שלשת ימי הגבלה, וביחוד זיין — כלשון ברכת כ"ק מו"ח
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ב׳
- Id
- rh-q8mtmr02