Likkutei Sichos
Addenda - sichos and letters 22
562ברכת כ"ק אדמו"ר שליט"א
ערב יום הכפורים, בבית הכנסת אחרי תפלת מנחה, ה'תשמ"ב.
א. ס'איז דאָך ערב יוהכ"פ אחר חצות היום, און שוין אויך נאָך תפלת המנחה, וואָס דאָס איז בסמיכות הכי גדולה צו יוהכ"פ,
ובפרט נאָך אַז במנחה (אין תפלת לחש) זאָגט מען שוין אויך וידוי, וואָס דאָס איז פאַרבונדן מיט „תחלת זמן הכפרה"א (דיוהכ"פ).
וואָס פון דעם איז אויך מובן, אַז דער וידוי וואָס מ'זאָגט בערב יוהכ"פ במנחה טוט אויף בדוגמת התשובה דיום הכפורים, אַז די אַלע ענינים (אויף וועלכע מען איז זיך מתודה) ווערן זכיות ממש,
ובמילא, איז נאָך זייענדיק בערב יוהכ"פ, שטייט אַ איד אין דעם מצב ווי ער דאַרף זיין ביוהכ"פ, „אחת בשנה"ב — אַז ביי אים איז מאיר די יחידה („אחת"ג) פון זיין נפש, פאַרבונדן מיט דער יחידה פון שנה („אחת בשנה") און מיט דער יחידה פון עולם (קודש הקדשים)ד.
ב. און דאָס ווערט אויך אַ הקדמה והכנה קרובה צום גילוי בחינת יחידה שלמעלה, אין עוה"ז התחתון שאין תחתון למטה ממנוה, דורך דעם וואָס אידן מאַכן אויף פון אים אַ דירה לו ית'. וואָס בדירה איז מען אינגאַנצן.
[ובפרט — כשם ווי בדירת האדם, איז דאָך די שלימות האדם דוקא ווען ער האָט אַ בית ודירהו. און חאָטש אַז יחידה איז דאָ באַ יעדערן (אויך ווען ער האָט ניט קיין בית ודירה), איז דאָך פאַרשטאַנדיק, אַז גילוי היחידה פאַרלאַנגט די שלימות האדם וואָס טוט זיך אויף אויך דורך דעם וואָס ער האָט אַ בית ודירה, און ווען יחידה איז מאיר בגילוי איז דאָס אין אַלע זיינע ענינים].
עד"ז איז אויך כביכול למעלה [וואָרום אדם איז דאָך ע"ש אדמה לעליוןז], אַז דורך דעם וואָס מ'מאַכט פון דער וועלט אַ דירה לו ית' — איז אויך יחידה שלמעלה דאָ בעולם. און אויב באַ אידן איז יחידה בגילוי — איז (מדה כנגד מדה) אויך יחידה שלמעלה מאיר בגילוי און נעמט דורך אַלע ענינים, ביז אין די ענינים הכי תחתונים שאין תחתון למטה מהם.
563ג. ענין הנ"ל איז בכל שנה ושנה. אַזוי ווי מידי שנה בשנה קומט אַן אור חדש (בר"הח ועל כל השנה) — קומט אויך אַ הוראה חדשה און אַ נתינת כח במיוחד.
פון די ענינים המיוחדים בשנה זו, אַז די קביעות פון ראש השנה בשנה זו איז ביום השלישי שהוכפל בו כי טובט, טוב לשמים וטוב לבריותי.
און וויבאַלד אַז יעדער רגע (און יעדער ענין) פון דעם יום השלישי איז כולל אין זיך דעם „(טוב ל)שמים" און דעם „(טוב ל)בריות" — קומט אויס, אַז אין יעדער רגע פון דעם יום השלישי זיינען דאָ דריי ענינים: די צוויי ענינים פון „שמים" און „בריות"; און די „רגע" (נקודה) פון „שלישי" וואָס איז העכער פון מדידה והגבלה והתחלקות (וואָס דערפאַר קען זי כולל זייןיא די צוויי ענינים פון „שמים" און „בריות") — (בדוגמת) יחידה.
ד. און אויך דער ענין („שלישי") האָט אַ שייכות מיוחדת מיט יוהכ"פ. וואָרום יוהכ"פ איז ניט נאָר „אחת בשנה" — יחידה, נאָר אויך „שלישי". וכידוע בפירוש הפסוקיב „יחיינו מיומיים ביום השלישי יקימנו ונחי' לפניו", אַז („יחיינו מיומיים" זיינען די ב' ימים של ר"ה, און) „ביום השלישי" איז יום כפוריג.
וואָס דער אויפטו פון „שלישי" אויף „אחת בשנה", איז — אַז דאָ איז ניט נאָר דער ענין פון יחידה („אחת") בפני עצמה, נאָר אַז עס זיינען דאָ אַלע דריי ענינים, אויך די ענינים שבדוגמת „שמים" און „בריות", און די אַלע ענינים בלייבן אין זייער מציאות, און אעפ"כ ווערן זיי נתאחד אַלע צוזאַמען אין איין מציאות — „שלישי".
און דאָס ווערט אויך די הכנה צום „אלה תולדות פרץ", תולדות מלאיד — וויבאַלד אַז דאָס קומט דורך הוספת מעשינו ועבודתינוטו, איז עס העכער פון „עולםטז על מילואו נברא"יז — אַז צוזאַמען דערמיט וואָס אויך דעמולט וועט זיין דער עולם במציאותו (מיט די מדידות והגבלות שבו), וועט זיין דער פרץ מלשון פורץיח (פריצת המדידות וההגבלות), בגאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו.
ה. וויבאַלד אַז אַלע ענינים דלע"ל זיינען תלוי במעשינו ועבודתינו איצטערטו —
איז נוסף צו דער עבודת התשובה דערב יוהכ"פ ודיוהכ"פ, וואָס די תשובה דעמולט איז תשובה עילאה, ביז צו תשובה עילאה אין תכלית השלימות, וויבאַלד אַז564יוהכ"פ איז דער „זמן תשובה"יט [אַז אויך אין די עשרת ימי תשובה גופא, וואָס ענינם איז תשובה עילאהכ, איז יוהכ"פ דער יום המיוחד אויף דעם]
— ובפרט אַז דאָס קומט נאָך דער הכנה פון חודש אלול [ראשי תיבות „אני לדודי ודודי לי"כא, מיט אַלע אַנדערע ענינים וואָס אלול איז מרמז אויף זייכב], נאָך דער הכנה פון ימי הסליחות, נאָך דער הכנה פון ר"ה, און נאָך דער הכנה פון די עשרה ימים שבין ר"ה ליוהכ"פ —
דאַרף מען פאַרבינדן די תשובה דיוהכ"פ (שלימות אין תשובה עילאה) מיט ענינים פון עולם, אַז אויך אין זיי זאָל מאיר זיין דער „אחת בשנה", בחינת יחידה.
ו. און דער ענין — דער פאַרבונד פון דעם „אחת בשנה" מיט ענינים גשמיים, ביז מיט אכילה ושתי'כג — ווערט אויפגעטאָן שוין בערב יוהכ"פ: וויבאַלד אַז די אכילה ושתי' בערב יוהכ"פ איז אַ יו"כ'דיקער ענין
— וואָרום די אכילה ושתי' דערב יוהכ"פ קומט אַלס כבוד יוהכ"פ: „דכיון שיוהכ"פ בעצמו א"א לכבדו במאכל ובמשתה כדרך שמכבדין שאר יו"ט, צריך לכבדו ביום שלפניו"כד.
און נאָכמער: דער תענית דיוהכ"פ איז „סוד אכילה ושתי' פנימית". און היות אַז בכדי צוקומען צו די „אכילה פנימית" דאַרף זיין פריער די „אכילה חיצונית", דערפאַר דאַרף מען עסן בערב יוהכ"פ „כפי ערך ב' ימים", וויילע די „אכילה חיצונית" (הנוספת) בערב יוהכ"פ מאַכט מעגלעך און ברענגט די „אכילה פנימית" דיוהכ"פכה —
קומט דאָך אויס, אַז אין דער אכילה ושתי' (בערב יוהכ"פ), פאַרבינדט מען דעם „אחת בשנה", יחידה, מיט אכילה ושתי' בגשמיות.
ז. דער ענין דערפון אין עבודת האדם איז: אַז מען איז ממשיך יחידה אין אַלע צרכי האדם [וואָס אַלע צרכים ווערן נכלל אין אכילה ושתי'כו], אַז ניט נאָר וואָס אַלע זיינע ענינים זיינען „לשם שמים"כז, נאָר נאָכמערכח אַז אין זיי גופא איז דאָ דער „דעהו" — „בכל דרכיך דעהו"כט.
565און אויך אין דעם איז מודגש דער ענין פון „שלישי", וואָרום מוח הדעת [„דעהו"] איז דער מוח השלישי. וואָס ענינו איז „התקשרות והתחברות . . בקשר אמיץ וחזק מאד"ל, און פון אים ווערן נולד „מעשינו ועבודתינו"לא, וואָס ברענגען דעם גילוי פון די גאולה העתידה — „יום השלישי"לב.
ח. דערפון איז אויך פאַרשטאַנדיק גודל השמחה דיוהכ"פלג, וואָס הויבט זיך אָן (כנ"ל) נאָך פון ערב יוהכ"פ:
נוסף צו דעם וואָס תשובה עילאה בכלל איז בשמחה רבהלד, וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיק במכ"ש בנוגע צו יוהכ"פ, וואָס אין תשובה עילאה גופא איז דעמולט די שלימות פון תשו"ע,
און וויבאַלד אַז מדתו של הקב"ה איז מדה כנגד מדה נאָר כמה פעמים ככהלה, איז די שמחה רבה גורם אויך אַ שמחה רבה למעלה,
איז נוסף לזה: וויבאַלד אַז בערב יוהכ"פ טוט זיך אויף דער ענין פון „בכל דרכיך דעהו", וואָס די התקשרות פון דעת (מלשון „והאדםלו ידע את חוה"ל) איז אין אַן אופן פון „והיו לבשר אחד"לז, אַז אידן ווערן איין זאַך מיטן אויבערשטן, ענין הנשואין,
איז דאָך ידוע, אַז בשעת מ'רעדט וועגן אַ שמחה גדולה ביותר, ביז צו אַ שמחה שלמעלה מכל מדידה והגבלה, גיט מען אויף דעם די דוגמא פון שמחת נשואי בנו יחידולח [וואָס אויך אין דעם איז מודגש דער ענין פון יחידה, בנו יחידו],
איז דאָך דער „דעהו", די התקשרות פון אידן מיטן אויבערשטן, באופן דנשואין — ובפרט נאָך אַז די התקשרות („דעהו") איז „בכל דרכיך", אויך אין די ענינים גשמיים — ווערט אַ שמחה גדולה שלמעלה מכל מדידה והגבלה כביכול אין דעם אדם העליון, ביז אין עצמות ומהות.
און וויבאַלד אַז „באור פני מלך חיים"לט, ווערט נמשך אַ שנה טובה ומתוקה, מבורכת בטוב הנראה והנגלה, למעלה מכל מדידה והגבלה, וויבאַלד אַז שמחה פורץ גדר.566קביעות פון ערב יוהכ"פ בשנה זו איז ביום הרביעי — „בתולה נשאת ליום הרביעי"מ.
[וכידוע אַז דאָס איז מרמז אויך אויף די נשואין פון כנסת ישראל מיטן אויבערשטןמא: „ישראל מונין ללבנה"מב, און לבנה איז ר"ת „בתולה נשאת ליום הרביעי"].
אַז עס ווערט יחוד קוב"ה ושכינתי' למעלה, יחוד קוב"ה ושכינתי' למטה, ביז — „ישראלמג ומלכא בלחודוהי".
וואָס אויך אין דעם איז מודגש דער ענין פון „שלישי", אַז פון „ישראל" און „מלכא" ווערט אַ דריטע זאַך (וואָס זי איז איין זאַך) — „ישראל ומלכא בלחודוהי".
יו"ד. און די כלי צו דעם איז — די התאחדות פון אַלע אידןמד, אַז אַלע אידן זיינען „כאיש אחד בלב אחד"מה, ביז אין אַן אופן פון יחיד.
וכמבואר בתניא פרק לב, אַז דער „כולנו כאחד" איז ממשיך דעם „ברכנו אבינו באור פניך"מו,
[און וויבאַלד אַז דורך „כולנו כאחד" ווערט מען אַ כלי צום „באור פניך", ווערט עס נמשך אין אַ פנימיות, ביז אַז דאָס ווערט איין זאַך מיטן אדם המקבל את הברכות, דם ובשר כבשרו,
און דאָס ווערט ביי אים אין אַן אופן פון פנימי (כנ"ל), וואָרום דאָס איז לויט זיינע כלים. און נאָכמער: דאָס גופא (די המשכה פון „באור פניך") איז מרחיב זיינע כלים, ביז צו „ענני במרחב י־ה", מרחב העצמימז,
אַז די פנימיות שלמעלה („פניך") איז מאירמח אין אַן אור הנגלה והנראה („באור פניך"), און דאָס איז אויך ממשיך („ברכנומט אבינו") דעם טוב הנראה והנגלה, צו אידן ווי זיי זיינען דאָ למטה אין עוה"ז התחתון שאין תחתון למטה ממנו, נשמות בגופים,
אַז עס זאָל זיין כל טוב גשמי, צוזאַמען מיט כל טוב רוחני, און אין אַן אופן אַז אידן מאַכן אויף פון ביידע זאַכן צוזאַמען (גשמיות און רוחניות) איין זאַך, אַ דריטע זאַך,
567און נאָכמער: אַז די אַלע דריי זאַכן (גשמיות, רוחניות, און די דריטע זאַך וואָס איז זיי מאחד) ווערן איין זאַך, ביז אין אַן אופן פון יחידה.
יא. ואין ענין יוצא מידי פשוטו, אַז דער ענין (פון „ברכנו אבינו באור פניך") קומט בפשטות
— וואָס דאָס נעמט זיך פון פשטות האמיתית, פשיטות העצמותנ —
אַז יעדער איד און אַלע אידן האָבן אַ חתימה און גמר חתימה טובה לשנה טובה ומתוקה בטוב הנראה והנגלה,
כולל אויך, ועיקר, אַז „קהל גדול ישובו הנה"נא, „בנערינו ובזקנינו גו' בבנינו ובבנותינו"נב — שלימות העם,
צוזאַמען מיט „כספם וזהבם אתם"נג, סיי די רוחניות'דיקע (כסף וזהבנד) סיי די גשמיות'דיקע, אין אַן אופן אַז פון ביידע צוזאַמען ווערט איין זאַך, אַ דריטע זאַך,
צוזאַמען מיט שלימות התורה, וואָס אויך זי (תורה) איז אַ תורה אחתנה, און אויך „אוריאן תליתאי"נו,
און מען גייט אין בית המקדש השלישי — וואָס ער איז אויך דער בית המקדש המיוחד (יחידי) וואָס איז געבויט „על ידא דקוב"ה", און דערפאַר איז ער אַ נצחינז — וואָס ער איז שוין בנוי למעלהנח, און בקרוב ממש וועט ער אַראָפּקומען למטה, אין דער גאולה האמיתית*58 (היחידה) והשלימה, די גאולה השלישית,
וואָס דעמולט וועלן אויך זיין די נשואין פון אידן מיטן אויבערשטןנט, וואָס אויך דאָס איז (כנ"ל) פאַרבונדן מיט „שלישי".
יב. און די אַלע ענינים הנ"ל פון „שלישי" — זיינען מודגש במיוחד בשנה זו, וויבאַלד אַז דער „ראש"ס פון דעם יאָר איז ביום השלישי,
וואָס דעמולט איז שוין נמשך געוואָרן אַ שנה טובה ומתוקה — סיי אין די ענינים פון „שמים", סיי אין די ענינים פון „בריות", און אויך אין דעם ענין השלישי, דער איחוד פון זיי ביידן צוזאַמען,
568און פון דעם „ראש" פון יאָר, ווערט עס נמשך אין אַלע „אברים"ס, בכל ימי השנה.
יג. און בשעת אַז צו דעם קומט נאָך צו (אין דעם יום השלישי, ביוהכ"פ) די תשובה עילאה בשלימותה, וואָס ווערט געטאָן דורך עם ישראל בשלימותו —
איז נוסף אויף דעם וואָס דאָס איז מוסיף אין דער שנה טובה ומתוקה (בכל הענינים) וואָס איז שוין נמשך געוואָרן בר"ה,
טוט זי (די שלימות התשובה) אויף אַ שלימות און הוספה אויך אין עבודת הצדיקים — „לאתבא צדיקייא בתיובתא"סא — וואָס דאָס (עבודת הצדיקים) איז די עבודה פון „תמידים כסדרם"סב
— וואָס אויך דער ענין („תמידים כסדרם") איז פאַרבונדן במיוחד מיט שנה זו, וואָס די קביעות פון שנה זו איז אַז זי איז „כסדרה"סג —
און די הוספה אין „תמידים כסדרם" וואָס מען וועט מוסיף זיין איצטער — איז עס „מעשינו ועבודתינו" בזמן הגלות וואָס וועט ברענגען בקרוב ממש צו הקרבת הקרבנות בפשטות, אָנהויבנדיק פון תמידים כסדרם.
און דאָס וועט אויך ברענגען סדר, דעם אמת'ן סדר אין עולם, וואָס אויך דעמולט דאַרף זיין דער עולם במילואו און ישראל בגדלותם, און אלקות בגילוי, ביז אין אַן אופן פון „ה' אחד ושמו אחד" — כמו שאני נכתב כך אני נקראסד.
יד. ובכל הנ"ל ווערט נתוסף נאָכמער, דורך דעם וואָס אַלע אידן זיינען זיך מתאחד אין אַ ספר תורה —
וואָס תורה איז נצחיתסה, און זי איז תורת חיים, אַ הוראה בחיים, און תורת אמת ביז אמת לאמיתו, און אויך תורת חסדסו —
ברענגט עס אַראָפּ די חסדי הוי'סז אין אַן אופן פון טוב הנראה והנגלה, נאָך אין די לעצטע טעג און רגעים פון גלות,
און מ'גייט מקבל זיין פני משיח צדקנו, אין אַן אופן פון „שמחת עולם על ראשם"סח,
במהרה בימינו ממש.
אַ חתימה און אַ גמר חתימה טובה לכל אחד ואחת בתוככי כלל ישראל, בטוב הנראה והנגלה.
569ברכת כ"ק אדמו"ר שליט"א להתלמידים שיחיו
ערב יום הכפורים לפני כל נדרי, ה'תשמ"ב.
בהמשך צו דער ברכה פון נאָך תפלת המנחה, וואָס רז"ל זאָגן אַז אף „אליהו לא נענה אלא בתפלת המנחה"א —
קומט אויך אַ ברכה נוספת, וויבאַלד אַז דאָס איז בקשר צו תלמידי ישיבת תומכי תמימים, און תלמידי ישיבות בכלל, וואָס ענינם איז תורה.
און דאָס איז אויך שייך במיוחד צו יום הכפורים, וואָרום יוהכ"פ איז דער זמן מתן תורתנו פון די לוחות האחרונותב,
און תורה איז דער כוס און כלי מחזיק ברכתו של הקב"הג.
אָנהויבנדיק פון די ברכה העיקריתד וואָס שטייט אין תורהה — וידבר גו' דבר גו' יברכך גו' יאר גו' ישא גו' ושמו גו' ואני אברכם.
און אַזוי ווי די לוחות האחרונות זיינען כפלים לתושי'ו — זאָל אויך די ברכת התורה (צו די תלמידים) זיין אין דעם אופן. אַז נוסף צו די אַלע ענינים המדוברים אין די פריערדיקע ברכה, זאָל זיין באַ זיי דער לימוד התורה, סיי לימוד הנגלה סיי לימוד החסידות, אין אַן אופן פון כפלים לתושי'.
וואָס דער פירוש פון כפלים דאָ איז (ניט נאָר צוויי מאָל אַזוי פיל, נאָר) אַ ריבוי שלא בערךז — זאָל זיין אויך דער לימוד התורה באַ זיי, סיי נגלה סיי חסידות, בריבוי מופלג, ביז אין אַן אופן פון „ופרצת".
און וויבאַלד אַז יוהכ"פ איז אויך דער יום מיוחד בשנה, „אחת בשנה"ח, ובפרט אין דעם ענין פון תשובה (ווי ער זאָגט אין רמב"םט),
ווי ס'איז פאַרשטאַנדיק אויך פון דעם וואָס ביוהכ"פ איז געווען דער סלחתי570כדברך בלב שלםי, וואָס פון דעם איז מובן, אַז ביוהכ"פ איז אויך די תשובה בתכלית השלימותיא —
זאָל זיין אויך די תשובה אין אַן אופן פון „ופרצת",
אָנהויבנדיק פון דעם „ופרצת" אין לימוד התורה — לערנען תורה מיט אַ חשק און מיט אַ התמדה ושקידה, שלא במדידה והגבלה כלל,
און „גדול לימוד שמביא לידי מעשה"יב — אַראָפּברענגען דאָס דערנאָך אויך אין מעשה, אויך בלי מדידה והגבלה, „רחבה מצותך מאד"יג,
ובהקדמת עבודת התפלהיד, וואָס ענינה איז דאָך תשובה (כפשוטה) ותפלה בשלימותה, ביז „כדברך".
ומעשינו ועבודתינו — ובמיוחד הפצת התורה, הפצת המעינות חוצה והפצת התורה חוצה והפצת היהדות חוצה — זאָל נאָכמער צוהיילן די גאולה האמיתית והשלימה
— וואָס כל מעשה, כל דיבור וכל מחשבה נוספת, איז מוסיף אין דעם און ביז — שלא בערךטו —
אַז נאָך זייענדיק אין די לעצטע טעג פון גלות וועט זיין „ולכל בני ישראל הי' אור במושבותם"טז, וואָרום דורך „תורה אור"יז, ברענגט מען אַראָפּ „אור" אין כל הענינים, ביז אור כפשוטו, אור גשמי,
און דאָס איז אויך די כלי וואָס איז ממהר דעם „והי' לך הוי' לאור עולם"יח, בגאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו.
און די אַלע וואָס „תלמודו בידו"יט וועלן לערנען נאָך ביתר שאת וביתר עוז571תורתו של משיחכ מפיו של משיח,
און נאָך פאַר דעם, גרייטן זיך — מתוך ש כדברך", און מתוך „פקודי הוי' ישרים משמחי לב"א מקבל זיין פני משיח צדקנו במהרה בימינו ממש. שמחה וטוב לבב, מתוך „סלחתיכב, שמחה אמיתית ונצחית — גיין ומתוך שמחה וטוב לבב.
572ברכת כ"ק אדמו"ר שליט"א
ערב יוהכ"פ בביחכנ"ס
אחרי תפלת המנחה, ה'תשד"מ
א. מ'האָט שוין גערעדט כמה פעמים, אַז די קביעות מיוחדת פון יעדן יאָר (מיט וועלכער זי איז אַנדערש פון די פריערדיקע יאָרן) — איז „קובע" (קביעות מלשון קבוע) בנוגע דעם גאַנצן יאָר, און אויך דערנאָך — אַ פעולה נמשכת אין די שנים שלאח"ז.
אַזוי איז דאָס אויך בנוגע צו ערב יום הכפורים, אַז נוסף אויף די ענינים שבו וואָס זיינען אַלעמאָל בשווה, זיינען דאָ אין אים ענינים וועלכע זיינען תלוי אין דער קביעות השנה הזו.
די קביעות פון ערב יוהכ"פ בשנה זו איז: (א) בימות השבוע — איז עס בערב שבת. (ב) בנוגע דער „תורה־וואך" — אין פרשת וזאת הברכה. [אַמאָל לייענט מען פרשת האזינו לאחרי יוהכ"פ און ערב יוהכ"פ איז אין פרשת האזינו; בשנה זו איז עס אין פרשת וזאת הברכה].
וכאמור — איז דאָס „קובע" על כל השנה כולה, און דערנאָך ווערט די פעולה נמשך אויך לאחרי זה.
ב. דער ענין פון ערב יוהכ"פ איז (כשמו) — אַ הכנה צו יום הכפורים.
ד. ה. נוסף אויף די פעולות פון דעם טאָג אַלס תשיעי בחודש תשרי — ווי אויסגערעכנט בפרטיות אין כתבי האריז"לא וואָס עס טוט אויף יעדערער פון די עשרת ימי תשובה, כולל דעם יום תשיעי בחודש — איז דאָ אין תשיעי בתשרי אויך דעם ענין אַז ער איז ערב יוהכ"פ.
און נאָך מער: ניט נאָר איז ערב יוהכ"פ אַ הכנה צו יוהכ"פ, נאָר ער טוט אויך אויף אין ענין יוהכ"פ עצמו. ווי די גמראב זאָגט „כל האוכל ושותה בתשיעי כו' כאילו התענה תשיעי ועשירי".
ד. ה. אַז די אכילה ושתי' פון ערב יוהכ"פ טוט אויף דעם זעלבן ענין ווי דער תענית („התענה") פון יוהכ"פ. וי"ל אַז דאָס באַווייזט אַז עס האָט אין זיך אַן עילוי אפילו לגבי יום הכפורים עצמו. וע"ד המבואר בדרושי פוריםג די מעלה פון פורים אויף יוהכ"פד, אַז וויבאַלד מען טוט אויף בפורים דורך אכו"ש (ושמחה „עד דלא573ידע"ה) דאָס וואָס ביוהכ"פ דאַרף מען אָנקומען צו עינוי דוקא — איז דאָס אַ באַווייז אַז בפורים איז דאָ אַ המשכה גדולה יותר וממקום עליון יותר (וואָס דערפאַר קומט עס אַראָפּ למטה יותר, אין עניני אכילה ושתי').
וואָס בכללות איז דאָס די מעלה פון עבודת הגוף — טאָן מיטן גוף דוקא. כתורת הבעש"טו עה"פז עזוב תעזוב עמו, אַז מען דאַרף מברר זיין דעם גוף ולזככו, „ולא לשברו בסיגופים" (עינוי הגוף), נאָר „עזוב תעזוב עמו",
און דער טעם הדבר — ווייל די ניצוצות וואָס געפינען זיך אין גשמיות העולם נעמען זיך פון אַ העכערן אָרט ווי די ניצוצות וואָס זיינען דאָ אין רוחניות העולם, און דעריבער, דוקא דורכן בירור פון דעם תחתון תחתון ביותר דערגרייכט מען צום גבוה גבוה ביותר.
וכמבוארח עה"פט „לא על הלחם לבדו יחי' האדם כי על כל מוצא פי ה' יחי' האדם" — אַז אפילו דער „אדם", און אפילו ווי ער איז בדרגא פון „אדם" ע"ש „אדמה לעליון"י, דאַרף ער אָנקומען צו די ניצוצות וואָס געפינען זיך אין „לחם" (דוקא) — דוקא דורך די ניצוצות (שנפלו למטה יותר אין „לחם") ווערט דער „יחי' האדם".
וכל הסעודה (ודבר מאכל) קרוי' לחםיא, כולל אויך — כללות ענין הפרנסה, וכל צרכי האדםיב; וואָס כל העולם כולו — דומם, צומח, חי און אויך מדבר (שבעולם) — זיינען צרכי האדם, כמחז"ליג אַז „כל העולם כולו לא נברא אלא לצוות לזה", ו"לא נבראו אלא לשמשני (אַ אידן)"יד — כדי אַ איד זאָל קענען דורכפירן מתוך מנוחה ושמחה וטוב לבב זיין תפקיד און שליחות „לשמש את קוני"יד, לעשות לו ית' דירה בתחתוניםטו.
574ביז אַז דאָס איז אויך (ואדרבה — בעיקר) כולל אָט די וועלכע האָבן אַ כח רב מיוחדטז בעולם — מלכים ושרות שבעולם, אַז זיי זיינען באַשאַפן געוואָרן „לשמשני", „והיו מלכים אומניך ושרותיהם מניקותיך"יז.
קומט אויס, אַז בערב יוהכ"פ ווען עס דאַרף זיין „האוכל ושותה כו'" — איז מודגש די מעלה פון בירור הגוף וגשמיות העולם.
ג. אין דעם עילוי פון ערב יוהכ"פ — בירור הגוף וגשמיות העולם — קומט צו בשנה זו די מעלה נוספת, וואָס עס איז פרייטאג, און אין דעם גופא — לאחרי חצות היום, און בזמן תפלת מנחה
[ובפרט אַז מען האַלט שוין לאחרי תפלת מנחה, וואָס „אפילו אליהו לא נענה אלא בתפלת המנחה"יח, ד. ה. אַז בשעת מען דאַרף אָנקומען צו אַ תפלה הכי נעלית (ע"ד תפלת אליהו) — איז מען נענה בתפלת מנחה]:
עס שטייט אין כתבי האריז"ליט — און דער אַלטער רבי און צ"צכ זיינען דאָס מבאר בארוכה — אַז ביום הששי (לאחרי חצות היום, ובפרט) מעת תפלת מנחה ווערט נתעלה די גשמיות העולם, ביז אַז עס ווערט בטל די מציאות פון „פרש", כמחז"לכא „פרש שבתכם לא קאמר" — בשבת שטייט די גשמיות העולם אין אַן אופן ווי לאחרי הבירור, און אָט די עלי' הויבט זיך שוין אָן פון ערב שבת (לאחרי חצות היום).
קומט אויס, אַז „כל האוכל ושותה בתשיעי" בשנה זו איז אין אַ שבת'דיקן אופן.
ד. דער עילוי הנ"ל אין ערב יוהכ"פ בקביעות ש. ז. — טוט אויך אויף אַן עילוי אין דער תשובה פון ערב יוהכ"פ:
בכללות איז די עבודה פון עשרת ימי תשובה, וואָס קומט לאחרי ההכנה פון חודש אלולכב — תשובה עילאהכג. ובמיוחד בתשיעי בתשרי, וואָס קומט לאחרי העבודה פון אַלע אַכט טעג פון עשי"ת (כולל ראש השנה און שבת שובה) — איז דאָך זיכער די עבודה פון תשובה עילאה.
וואָס תשובה עילאה איז דאָך ענינה (ווי דער אַלטער רבי זאָגט אין אגרת התשובהכד) — מתוך שמחה, און „בשמחה רבה".
575און בשעת ערב יוהכ"פ איז חל בערב שבת — וואָס די הוספה פון שבתכה הויבט זיך שוין אָן פון ערב שבת (כנ"ל) — איז די (תשובה) עילאה פון ערב יוהכ"פ ביתר שאת וביתר עוז.
און וויבאַלד אַז אָט די הוספה פון שבת, וואָס הויבט זיך אָן פון ערב שבת אחרי חצות היום, ווערט אויפגעטאָן (ביז) אין גשמיות העולם (כנ"ל) — איז פאַרשטאַנדיק, אַז דאָס טוט אויף אַן עלי' אין דער תשובה עילאה, אַז עס זאָל אויך דורכנעמען דעם גוף הגשמי, „עזוב תעזוב עמו", וואָס דער גוף נעמט מיט זיך מיט חלקו בעולםכו, אַז „עזוב תעזוב עמו" מיט די אַלע ענינים פון חלקו בעולם אין אַן אופן פון תשובה עילאה.
ה. ענין זה האָט אויך אַ קשר מיוחד מיט תורה:
תורה איז דאָך דער ענין פון תשובה עילאהכז. און זי איז אויך פאַרבונדן מיט שמחה (ווי תשובה עילאה) — כמ"שכח אַז תורה איז „משמחי לב".
און תורה איז איין ענין מיט שבת, כמחז"לכט „לכולי עלמא בשבת ניתנה תורה", און ווי דער אַלטער רביל איז מבאר אַז דאָס איז דערפאַר וואָס תורה און שבת זיינען היינו הך.
וכשם ווי בשבת איז דאָ די עלי' ובירור פון גשמיות העולם — אַזוי אויך ווערט אויפגעטאָן ע"י התורה, ובפרט אַז בשעת אַ איד לערנט תורה אין אַן אופן פון „תורתו אומנתו" ברענגט עסלא דעם „ועמדולב זרים ורעו צאנכם ובני נכר אכריכם", בעולם הזה הגשמי בפשטות, ואפילו בימות החול.
און דעריבער, בשעת ס'איז דאָ דער „טרח בערב שבת"לג, די הכנה צו דער תשובה עילאה דשבת — וואָס דאָס טוט דאָך אויף דעם „יאכל בשבת"לג — איז דאָס נאָכמער מוסיף בכל ענינים הקשורים בתורה.
ו. ויהי רצון אַז עס זאָל זיין אַ התעוררות תשובה עילאה, ומתוך שמחה וטוב לבב, און אַ התעוררות וואָס וועט אַראָפּקומען אין כלים און אין אַ פנימיות, און זיין אַ פעולה נמשכת על כל השנה כולה,
והמעשה הוא העיקרלד: עס זאָל זיין די „מעשה" פון תשובה עילאה, וואָס דאָס576איז — די החלטות טובות, מיט קבלה טובה על להבא, בנוגע לכל ענינים הקשורים בתורה,
וגדול לימוד שמביא לידי מעשה — בכל הענינים הקשורים במצוות,
וואָס דאָס איז אויך כולל די „מצוה"לה פון „כל מעשיך יהיו לשם שמים"לו און „בכל דרכיך דעהו"לז —
וועט דאָס בדרך ממילא נאָכמער מוסיף זיין אין דער כתיבה וחתימה טובה, וואָס נכתבין ונחתמין לאלתר בספרן של צדיקיםלח — ועמך כולם צדיקיםלט — און ווי די גמראלח פסק'נט אָפ אַז דאָס איז „לאלתר"מ נאָך בראש השנה,
עאכו"כ אַז דערנאָך איז דאָ דער „מעלין בקודש"מא כביכול מצד הקב"ה, ובמיוחד בעשרת ימי תשובה ווען דער אויבערשטער איז „בהמצאו . . ובהיותו קרוב"מב — אַז דער אויבערשטער איז מוסיף אין דער כתיבה וחתימה טובה; און וויבאַלד אַז דער אויבערשטער איז אין סוף, איז וויפל נאָר שוין „כתב וחתם" — איז נאָך דאָ אין סוף צו מוסיף זיין בזה מידי יום ביומו, ועאכו"כ אין דעם עת רצון פון ערב יוהכ"פ, בתשיעי בחודש, ווען „כל האוכל ושותה כו' כאילו התענה תשיעי ועשירי", ד. ה. מ'האָט שוין דעמאָלט (בערב יוהכ"פ) אויך דעם ענין פון יוהכ"פ,
ובפרט אַז ס'איז אויך ערב שבת (לאחרי חצות היום), ווען כל העולמות ווי זיי שטייען אין זייער גשמיות — נשמות בגופים פון אַ אידן, און נשמה בגוף פון וועלט — זיינען עולה למעלה בדוגמא ווי יום השבת —
זאָל דאָס אַזוי זיין בפועל, אַז שוין פון ערב שבת (ובמיוחד אַז מ'האַלט שוין סמוך לשבת, כמה שעות לאחרי חצות היום) — זאָל זיין אַ מעין פון „וקראת לשבת עונג"מג,
אַז ביי יעדער אידן און אַלע אידן, בתוך כלל ישראל, זאָל זיין תענוג, און אמת'ער תענוג, אָנהויבענדיקמד פון תענוג כפשוטו, דורך דעם וואָס ביי אים וועט זיין תענוג בכל הענינים הרוחניים, דער תענוג אמיתי, וואָס דאָס איז אויך כולל וואָס דער אדם טוט אויף אַז דורך זיין תענוג, תענוג של הנברא, ווערט דער תענוג של הבוראמה.
577און עס וועט זיין כפשוטו — אַ שנה של עונג, ו"אין למעלה מעונג"מו, אַז מ'וועט האָבן אַלע עניניםמז און ווי זיי ווערן נמשך פון עונג —
עס זאָל זייןמח אַ שנת אורהמט, שנת ברכה, שנת גאולה, שנת דיצה, שנת הוד, שנת ועד טוב, שנת זכות, שנת חיים טובים, שנת טובה, שנת יעוד, שנת כלכלה, שנת לימוד בהצלחה, שנת מלוכה, שנת נצחון ונסים, שנת סימן טוב, שנת „עוז לעמו יתן ה' יברך את עמו בשלום"נ, שנת פדות, שנת צהלה, שנת קדושה, שנת רוממות, שנת שמחה גדולה, ביז אין אַן אופן פון „עד דלא ידע", און שנת תהלה.
וואָס דאָס איז אַלץ נכלל און נעמט זיך מצד דעם וואָס זי איז אַ שנת תורה, אַ שנת תפלה, און קודם לכל זה — שנת תשובה, און דורך תשובה ווערן אַלע מעשים — „מעשים טובים ומאירים"נא,
אויך די גשמיות ביי יעדער אידן און ביי אַלע אידן וועט זיין אין אַן אופן פון טוב הנראה והנגלה, „טובים ומאירים", אין בני חיי ומזוני רויחי ובכולם רויחי.
ז. און ס'וועלן מקויים ווערן אַלע ברכות האמורות, אין לימוד התורה וקיום מצותי', אין עבודת התפלה און אין עבודת הצדקה.
און מ'וועט זען בעיני בשר ווי אַזוי די צדקה האָט מקרב געווען די גאולהנב, למטה מעשרה טפחים — אַז „ותחזינה עינינו בשובך לציון ברחמים"נג, עס קומט משיח צדקנו און נעמט אַרויס יעדער אידן און אַלע אידן פון גלות, „ואתם תלוקטו לאחד אחד בני ישראל"נד,
און מ'גייט אַלע צוזאַמען אין ארצנו הקדושה, אַ „קהל גדול"נה, „בנערינו ובזקנינו גו' בבנינו ובבנותנו"נו, און מען נעמט מיט תורה בשלימותה, צוזאַמען מיט מצות בשלימותן — שלימות העם און שלימות התורה,
און מ'טרעפט דאָרטן שלימות הארץ, „ארץ אשר גו' תמיד עיני ה' אלקיך בה מרשית השנה ועד אחרית שנה"נז
578— וואָס דאָס גייט אויף ראש השנה, וואָס יעדער ראש השנה איז יורד אַן „אור חדש עליון יותר שלא הי' מאיר עדיין מימי עולם אור עליון כזה"נח — און (אויך) יוהכ"פ ווערט אָנגערופן ראש השנהנט, ווי דער אַלטער רבי און צ"צ ברענגען אַראָפּ אין לקו"תס בביאור הענין, אַז יוהכ"פ איז דער ענין פון פנימיות ר"ה (וואָס קומט לאחרי ווי עס האָבן זיך שוין אָפּגעטאָן די ענינים ווי זיי זיינען פאַרבונדן מיט גילוי און חיצוניות) —
און אין ארץ הקודש גופא האָט מען דעם „ירחיב ה"א את גבולך"סא, אויך קני קניזי וקדמוניסב, נוסף אויף ארץ שבעה עממין,
און „לכל בני ישראל הי' אור במושבותם"סג, נאָך בערב יוהכ"פ, און ערב דער גאולה האמיתית והשלימה,
ו"מיד הן נגאלין", כפס"ד תורתנו הקדושהסד, תורת חיים און תורת אמת, ע"י משיח צדקנו, במהרה בימינו ממש, אמן כן יהי רצון.
חתימה וגמר חתימה טובה.
579ברכת כ"ק אדמו"ר שליט"א להתלמידים שיחיו
ערב יום הכפורים לפני כל נדרי, ה'תשד"מ.
וידבר גו' דבר גו' יברכך גו' יאר גו' ישא גו' ושמו גו' ואני אברכםא.
דער אויבערשטער זאָל בענטשן יעדערן פון אייך און אייך אַלעמען צוזאַמען, בתוך כלל ישראל און יעדער אידן, בברכה המשולשת בתורה הכתובה על ידי משה עבדך, און דאָס זאָל נמשך ווערן במשך כל השנה, און אויך אין די שנים שלאח"ז.
ובמיוחד אין דער שליחות מיוחדה וואָס איר האָט
— נוסף אויף די ברכות וענינים וועגן וועלכע עס האָט זיך גערעדט גלייך נאָך תפלת מנחה, וואָס זי איז דאָך אַ תפלה הכי נעליתב, ובפרט תפלת מנחה פון ערב שבת קודש און אויך מנחת ערב יום הקדוש, יום הכפורים —
דעם ענין פון „נרות להאיר"ג, וואָס רבותינו נשיאינו האָבן געגעבן די ברכה, הצלחה און די נויטיקע כחות אויף דעם (מען דאַרף עס נאָר אַרויסבריינגען מן הכח אל הפועל, ומתוך שמחה וטוב לבב ובתכלית השלימות) —
אַז עס זאָל זיין אַ שנת תורה; און אַ שנת תפלה — תורה בהקדמת עבודת התפלהד; און אין תורה עצמה — שלימות התורה, סיי אין נגלה און סיי אין פנימיות התורה, שבדורנו נתגלתה בתורת החסידות; און דאָס אַלעם בהקדמת ענין התשובה, וואָס תשובה טוט אויף אַז אַלע מעשים (מעשה המצוות) זאָלן ווערן „מעשים טובים" ומאיריםה,
און טאָן די אַלע ענינים מתוך בריאות הנכונה בגשמיות און בריאות הנכונה ברוחניות.
איר זאָלט מעורר זיין די אַלע וועלכע מען קען דערגרייכן, ובפרט ישיבהבחורים, אַז אויך זיי זאָלן ווערן „נרות להאיר", און אַלע צוזאַמען — נאָכמער מגדיל זיין דעם „נר מצוה ותורה אור"ו, אויף באַלייכטן די לעצטע טעג פון חשכת הגלות, ביז עס וועט ווערן בפועל (נאָך אין די לעצטע צייט פון גלות) „ולכל בני ישראל הי' אור במושבותם"ז,
580ובקרוב ממש יהפכו ימים אלו — די ימי הגלות — צו ימי גאולה, גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו.
און מען וועט גיין „ותלמודו בידו"ח — סיי נגלה און סיי חסידותט — ומתוך תשובה עילאה ושלימה ומתוך שמחה וטוב לבב, צוזאַמען מיט די אידן וועלכע מ'האָט מעורר געווען לתשובה — „קהל גדול ישובו הנה"י, אין ארצנו הקדושה, „ארץ אשר גו' תמיד עיני ה' אלקיך בה מרשית השנה ועד אחרית שנה"יא,
מיט אַלע ברכות וואָס זיינען פאַראַן אין אוצר הברכות און אין מקור הברכות און נאָך העכעריב, וואָס יעדערע פון זיי הויבט זיך אָן מיט אַן אות פון אל"ף בי"ת בלשון הקודש (ווי מ'האָט אויך דערמאָנט דוגמאותיג פון יעדער אות אין די רייד לאחרי תפלת מנחה ובסמיכות לה),
און אַלע ברכות זאָלן אַראָפּקומען בטוב הנראה והנגלה למטה מעשרה טפחים, במהרה בימינו ממש, אין די איצטיקע טעג פון גלות,
און דאָס וועט נאָכמער צואיילן דעם „אחישנה"יד, און דעם „וארו עם ענני שמיא"טו — אַלע אידן צוזאַמען, „בנערינו ובזקנינו גו' בבנינו ובבנותנו"טז, אַ „קהל גדול",
„וכספם וזהבם אתם"יז — די עבודה פון אהבה ויראהיח, וואָס איז (כולל און ווערט) אַ שורש לכל מצות עשה ולכל מל"תיט, וואָס דאָס איז כולל כל התורה כולה און כל המצוות כולן,
ואסתכל באורייתא וברא עלמאכ — די גאַנצע וועלט מיט דעם גאַנצן סדר השתלשלות,
581און גיין שלימות העם, מיט שלימות התורה, אין ארצנו השלימה, ומתוך שמחה וטוב לבב,
„ונתתי שלום בארץ"כא, און געבן שלום און נצחון אויך אין פמליא של מעלה ובפמליא של מטה — „משים שלום בפמליא של מעלה ובפמליא של מטה"כב,
און גיין צוזאַמען מיט משיח צדקנו במהרה בימינו ממש לארצנו הקדושה.
און דעמאָלט וועט זיין „וזאת הברכה אשר ברך משה"כג — והקיצו ורננו שוכני עפרכד ומשה ואהרן עמהםכה — אַז די אַלע ברכות וועלן זיין אין אַן אופן פון „זאת", מראה באצבע ואומר זהכו (זאת),
ובפרט אַז איר וועט מוסיף זיין אין „זאת התורה", און „זאת התורה אדם"כז — אויפבויען יעדער אידן, אדם ע"ש „אדמה לעליון"כח, אַז ער זאָל ווערן אַ תורהמציאות בכל הפרטים ובכל הפירושים ובכל הענינים —
וועט מען דעמאָלט האָבן די „תורה צוה לנו משה מורשה קהלת יעקב"כט, און מ'וועט זוכה זיין בקרוב ממש צו „תורה חדשה מאתי תצא"ל און לערנען תורתו של משיח מפיו של משיח.
ובפרט אַז שנה זו איז אַ שנה תמימהלא און אַ שנה שלימה, אַ שנת העיבור — זאָל אויך נתתקן ווערן די לבנה, עס זאָל ווערן דער „שהם עתידים להתחדש כמותה"לב, ביז — „שני המאורות הגדולים"לג,
און די אַלע ענינים — בפשטות, למטה מעשרה טפחים, ובמהרה בימינו ממש.
איר זאָלט האָבן אַ חתימה וגמר חתימה טובה בתוך כלל ישראל.
אמן כן יהי רצון.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק כ״ד
- Id
- rh-d8zgxfe4