RebbeHub
עב · EN
ספרייה

איז האמור לעיל אַז דער שכלול פון אַן ענין קומט במשך פון ארבעים, געפינט מען עס אין ביידע זאַכן: סיי בנוגע דעם גמר און שכלול פון ביטול מציאות הקודמת. ווי די גמרא (ב"מ פה, א) זאָגט אַז ר"ז האָט געפאַסט ארבעים תעניותלו בכדי ער זאָל פאַרגעסן תלמוד בבלי. סיי בנוגע דעם גמר און שכלול פון אַ מציאות חדשה, ווי געבראַכט פריער די דוגמא פון אַן עובר אַז במשך ארבעים יום באַקומט ער זיין ציור כללי.

און אַזוי ווי דאָס איז ביי אַן עובר, אַזוי איז אויך לאחרי שנולד, אַז דער שכלול פון כח הבינה שבו

[וואָס דאָס האָט דאָך אַ שייכות מיוחדת צו תורהלז, און אויךלח צו תשובה וואָרום תשובה איז בספירת הבינהלט]

איז במשך פון ארבעים שנה, כמרז"ל (אבות פ"ה מכ"ב) "בן ארבעים לבינה": דעם עצם כח הבינה באַקומט ער גלייך ווי ער ווערט געבאָרן, אָבער דער שכלול פון דעם כח איז ווען ער ווערט ערשט בן ארבעים. וואָס דערפאַרמ איז "לא קאי איניש אדעתי' דרבי' עד ארבעין שנין".

לד. עפּ"י הנ"ל קומט אויס אַז "מ' צומות" זיינען דער כלל פון אַלע מספּרי

ספריית ליובאוויטש · chabadlibrary.org

יובא מ: chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · במקור

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר