RebbeHub
עב · EN
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

32 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1דעס אדייל האס ביין רעסטאורעד ביי דזשעם.

2איז דאך דאס ווען ס'טרעפן זיך מערערע אידן צוזאמען, וואס דאס איז בנוגע צו מענטשן וועלכע טרעפען זיך, דערנאך איז דאך דאס אויך פארבונדן מיט דעם ארט וואו מ'טרעפט זיך, ס'איז דאך א גרויסער אונטערשייד צי מ'טרעפט זיך אין סתם אן ארט, אדער אן ארט וואס איז פארבונדן מיט ענינים פון אידישקייט, און מיט ענינים פון קדושה און העליקייט, וכיוצא בזה, ווי א בית-הכנסת אדער א בית-המדרש אדער א בית וואו מ'טוט מעשים טובים, און דאס איז זיין תכלית און כוונה, וואס מ'האט אויפגעשטעלט די הויז, אדער דעם גאנצן בנין וכיוצא בזה, און אזוי אויך בנוגע צו דער צייט, איז דאך אן אומטרשתיר צי מ'טרעפט זיך אין א וואכעדיקן טאג, אדער ווי נאכמערער בגלוי א טאג וואס איז פארבונדן מיט וואכעדיקייט, און מ'דארף ערשט אין אים מגלה זיין אנט פלעקן ווי איז דאס די שייכות און ווי אזוי איז באשאפן געווארן דורך דעם אויבערשטן, מוז דאך זיכער זיין, ווי די משנה זאגט, אז כל מה שברא הקב'ה בעולמו לא בראו אלא לכבודו אז יעדער זאך איז

3פארבונדן מיטן אויבערשטן, און נאכמערער מיטן כבוד צו דעם אויבערשטן, וואס דאס איז דאך אן אויסווייניקסטע זאך, און דאס דארף געטאן ווערן און באוויזן ווערן דורך א מענטשן, דורך אידן במיוחד, און דא זאגט מען, אז דאס איז דא אין כל מה שברא הקב'ה, יעדער זאך וואס געפינט זיך אין וועלט איז דאך יעדער זאך באשאפן געווארן פון דעם אויבערשטן, אף על פי וואס דאס ווערט אנגערופן אין לשון הקודש עולם, וואס דאס האט דאך אויך דעם אפטייטש און א רמז, אז דאס איז אויף אן ענין פון העלם, דאס איז באשאפן געווארן אין א באהאלטענעם אופן, דאס איז ניט א זאך ווי א מזותה אדער תפילין, וואס בשעת מ'גוט א קוק אויף דער מזוזה, פארשפארט מען אין פרעגן צי דאס איז פארבונדן מיט איליקייט, בבאלד אז דער נאמען פון דעם אויבערשטן איז אנגעשריבן געווארן בגלוי אויף די אויסווייניקסטע זייט פון דער מזוזה, פארשטייט מען שוין דערפון וואס ס'געפינט זיך אינעווייניק אין דער מזוזה, און על דרך זה אויך אין תפילין, אז מ'גיט א קוק אויף תפילין פון אויסווייניק זעט מען גלייך א גרויסן שין, און וואס דער שין איז געמאכט

4געווארן אין אן אופן אז דאס ווארפט זיך אין די אויגן, וואס דערפאר טראגט מען דאך דאס אויפן קאפ, אין אן אופן אז דאס זאל געזען ווערן במיוחד די שינים פון די תפילין, ווערן דאך געזען בגלוי, און ווי גערעדט מערערע מאל, איז ערקלערט דאס די משנה וואס ס'זאגט אז אזוי איז דאס באמת, אין יעדער זאך וואס ס'געפינט זיך אין וועלט, כל מה שברא הקב,"ה. און אין דערויף איז די משנה אויך מרמזש דעם טעם אויף דערויף, ווי קומט דאס א זאך וואס איז א וועלטישע זאך, און פונדעסטוועגן זעט מען דאך, אז בשעת מ'קוקט אפילו אן א שטארקער זוכעניש, זעט מען גלייך א זאך פארבונדן מיט טלעכקייט, איז אויף דערויף דער ענטפער אויך אריינגעשטעלט געווארן גלייך אין דער אנהויבס פון דער משנה, אז וויבאלד אז יעדער זאך פון וועלט איז ווער האט דאס באשאפן, האט דאס באשאפן דער אויבערשטער, דערפאר איז דאס גופא שאין א הוכחה, אז לא בראו אלא לכבודו ווארום אז ניט ווערט דאך די שאלה

5וואס האט דאס פאר א פארבונד און פארוואס גיט דער אויבערשטער כביכול אפ פון זיין צייט און פון זיינע כחות אויף באשאפן אט דעם ענין אין וועלט, וואס יעדער ענין אין וועלט האט דאך דאך א באזונדער כח פון דעם אויבערשטן וואס האט אים באשאפן, ווי מ'געפינט דאס בכללות, איז דאך די וועלט באשאפן געווארן אין זיבן טעג אדער זעקס טעג, לכל הפחות, ווי די שבע ימי השבוע, איז וויבאלד אז דער אויבערשטער האט אויף דערויף אפגעגעבן, און האט זיך אפגעגעבן אויף דאס באשאפן, בפרט נאך לויט די תורה פון בעל שם טוב, אז דער באשאפ ווערט באנייט אין יעדער רגע פון דאסניי, און ווער קען באשאפן דאס אין א נייע זאך, איז דאס מערניט ווי דער אויבערשטער אליין ווערט דאך די שאלה נאך שטארקער דער אויבערשטער האט דאך געגאנען באשאפן די וועלט אין אזא אופן, אז ס'זאל זיך באשאפן איין מאל, און באשאפן אין אזא אופן, אז דאס זאל זיך קענען האלטן טויזנטער יארן, ביז שנת פון ה'אלפים, תשנון אלף, וואס פינף טויזנט מיט זיבן הונדערט מיט איין און פופציק יאר,

6די סייט אין וועלכע מ'געפינט זיך. ווערט דאך די שאלה, דער אויבערשטער האט דאך געקענט מאכן א שטארקע זאך, און וואס זאל ניט דארפן אנקומען אפילו ניט צום דבר הוי,"' ווארום דאס איז לכתילה באשאפן געווארן אין א שטארכן אופן, איז אויף דערויף אלץ דער ענטפער, דער אויבערשטער האט געוואלט, אז יעדער זאך וואס ער האט באשאפן זאל פילן, אז ס'האט אין זיך א זאך וואס זי קען צוגעבן אין דעם בת שב, וואס דאס איז וועלכע זאך קען מען צוגעבן אין דעם בת שב פון דער וועלט, אז בשעת די באשאפענע זאך וועט ער אפגעבן כבוד דעם אויבערשטן, ווי מ'זעט דאס אויך אפילו ביי א קליין קינד, בשעת ער וויל טרינקען א ביסל וואסער, הויבט ער אן פריער מיט א ברכה אז דער אויבערשטער איז שהכל מי' בדברו לכאורה איז דאך דאס מערניט וואס ער טרינגט א ביסל וואסער, דארף מען דא דערמאנען אז שהכל אלע זאכן וואס געווינט זיך אין דער גאנצער וועלט, און ווי דערמאנט פריער שוין פינף טויזענט זיבן הונדערט איין און פופציג יאר, איז דאס אלץ באשאפן געווארן דורך דעם אויבערשטן'ס

7בבד אויף דעם אויבערשטנ'ס א ווארס, נאר וואס דען? ווי געזאגט, אין דערויף באשטייט דער פארגעניגן וואס די באשאפענער זאך האט, אז זי קען צוגעבן אין דעם באשאף, אז זי וועט אנטפלעקן, אדער דורך איר וועט אנטפלעקט ווערן, ווי דערמאנט פריער, אז דורך דער ביסל וואסער וואס א קליין אידיש קינד טרינקט, ווערט דורך דערויף דער קינד זאגט דורך דערויף, אז די גאנצע וועלט איז באשאפן געווארן דורך דעם דבר הוי', דורך דעם אויבערשטנ'ס א ווארט און א טיבור, און אט דאס גופא, בשעת די זאך פילט, אז זי זאגט דאס, און ס'איז דורך איר מאכט טאקע אן אנדער קינד אדער א אידיש קינד אדער א אידישע פרוי אדער א אידישער מאן מאכט א ברכה פון שהכל מי'בדברו ווער האט דאס געבראכט און ווער האט דערצו גולים געווען און געמאכט דאס מעגלעך, אזוי מאכן א ברכה איז דאך ברכה לבטלה ווען מעג מען מאכן א ברכה און דערמאנען דעם אויבערשטנ'ס נאמען? איז דאס דוקא ווען די ברכה איז צוליב א צולך, אזוי ווי כבי א איד זאל זיין געזונט, און א מענטש ביז

8און סיי אן אלטערן און סיי א יונגערן און סיי א קליין קינד, דארפן זיי דאך אנקומען צו עסן און טרינקען, און ווי דערמאנט פריער, די באשעפעניש האט געקענט זיין אין אן אנדער אופן, ווי מ'געפינט דאס אויך בא משה רבינו, וואס ער דערציילט וועגן דערויף אין תורה, אז פערציק טעג נאכאנאנד האט ער ניט געגעסן און ניט געטרונגען, תעמקען", און ניט נאר אז ער האט אים ניט אפגעשוואכט, נאר אדרבא דעמאלט איז ביי אים געווען די שטארקסטע טעג און די אנגעפילטעסטע טעג, וואס דעמאלט האט ער געשריבן און געהערט און געלערנט מיטן אויבערשטן אליין תורה שבכתב און תורה שבעל פה, און פונדעסטפעגן זעט מען, אז דערנאך איז דאס ניטא פארוואס איז דאס אזוי און מ'זעט דאך אויך, אז ס'קען זיין אין אן אנדער אופן ווי ס'איז געווען די ארבעים יום וואס משה גלרבינו איז געווען בהר, און וואס מיר געפינען דאך איצטער אויך אין די פערציק טעג פון חגת שבוע, זמן מתן תורה, איז וואס דאס איז אין מיטן פון די ערשטע פערציק טעג, דערמאנט דאס נאכאמאל און אונטערשטרייכט נאכאמאל, אז א איד

9האט א תפקיד, האט א שליחות, און ניט א שליחות וואס ער איז מערניט ווי ער טוט וואס מ'הייסט אים, און דורך דערויף טוט ער גארנישט ניט אויף פון זיך, נאר דוקא דער איד, ניט א מלאך, נאר דוקא דער איד, זאגט שהכל נהי'בדברו, און ווי דערמאנט פריער, דערצו דארף מען ניט האבן אז דער איד זאל פריער לערנען א סך תורה, אדער מקיים זיין א סך מצוות, און ערשט דערנאך וועט ער קומען צי אויך צו אט דער שטופה, און צו דער דרגא און צו דעם מעמד ומצב, נאר ווי דערמאנט פריער, אפילו א קליין קינד, סיי אן אינגעלע און סיי א מיידעלע, און נאך גאר קליינערהייט, איז אדעוועט מען דאך אים, אדער דער פאטער און דער מוטער, אדער בשעת מ'געפינט זיך זומער-צייט אין קעמפ, איז אט דאס די שליחות פון די מדריכים ומדריכות אין די קעמפס, אז זיי זאלן לערנען מיט די קינדער, און ערקלערנט די קינדער דעם מייניק דערפון, אין די פארשידענע זאכן וואס ס'קומט פאר אין קעמפ,

10וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט אכילה ושתי', און אויך מיט קריאת-שמע של המטה עדים בקושבים, שלאפן על דרך זה אויך, אויב ס'איז געווען די לעצטע טעג אין דער שטאט, איז דאך געווען מערערע מאל צייטן אין וועלכע ס'איז געווען בליצן, אדער ס'איז געווען דונערן, איז דאך צוגעקומען במיוחד ספעציעלע ברכות פארבונדן מיט א דונת שכחה וגבורתו מלא עולם און פארבונדן מיט א בליץ ועושה מעשה בראשית, און ווי דערמאנט מערערע מאל, און מ'דארף דאך ניט דערמאנען איר, און די קינדער וואס געפינען זיך דא האבן דאך דאס אליין דורכגעמאכט במיוחד אין די לעצטע פאר וואכן, אין דער שטאט און אין דער שכונה און אין די גאסן איז דאך א זיכערע זאך אז מ'געדענקט דאס, און דאס האט זיך איינגעקריצט אין זכרן, אז אפילו אז ס'גייט

11א משך זמן, וואס ס'איז ניט טאן ניט קיין דונר און ניט קיין בליץ, איז אויב דערנאך טרעפט אן ענין און ס'קומט א בליץ אדער א דונר געדענקט שוין דער קינד וועלכע ברכה ער דארף מאכן, און ער מאכט דאס מיט דער גאנצער לעבעדיקייט און מיט דער גאנצער תמיבות, וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט אן אויפפירונג פון א קינד, וואס א אידיש קינד, במיוחד איז ער דורכגענומען מיט תמימות און מיט לעבעדיקייט און מיט שטארקייט אין אלע זיינע ענינים, און ווי דערמאנט מערערע מאל במילא האט ער געדענקען כל השנה כולה, ווי ער דארף זיך פירן ווען ס'קומט א דונר און א בליץ, און דורך דערויף וואס ס'איז געווען א צייט, ווי ס'איז געווען אין די לעצטע טעג ווי דערמאנט פריער, וואס דער קינד אליין האט דאס אליין ממלא געווען, און ממלא געווען מיט דער גאנצער פייערלעכקייט און מיט די גאנצע התפעלות, וואס א קינד, ווען ער הערט א דונר און ער זעט א בליץ, איז דאך ביי אים דא מערערע התפעלות ווי ס'איז דא בא זיין פאטער אדער בא זיין מוטער, אדער אפילו ווי ס'איז דא בא זיין עלטערן, ברודער,

12אז בא זיין עלטערע שוועסטער. און ווי דערמאנט מערערע מאל, אז דער ענין פון חינוך איז דאך דאס א יסוד, א גרונט, א נחה און א גרונט אומפירונג אין אידישן לעבן במיוחד, אז בשעת מ'קוקט זיך צו ווי א איד דארף זיך צוקוקן צו א זאך וואס געפינט זיך אין דער אויבערשטענ'ס וועלט, דערזעט ער גלייך, אז דאס איז ברא הקב". הקב,"ה, און דערזעט אויך, אז ברא הקב,"ה איז דאס געווען לכבודו, און פון וועמען באקומט דער אויבערשטער דעם כבוד באקומט ער דאס פון דעם וועלכע ס'מאכט די ברכה, צי דאס איז א מאנסביל אדער א פרוי אדער אן ערוואקסענער אדער א קליין קינד, און דוקא זיי האבן בכח אויף צו אפגעבן אורא אויף צו טאן אזא מין זאך וואס דורך דערויף זאגט דער אויבערשטער אז אין דערויף באשטייט זיין כבוד, און אין דערויף באשטייט זיין פורגעניגן. מ'איז דאך אויך רגיל איינגעוואוינט, אז יעדער ענין פארבינדט מען דאס אויך מיט דער פרשה פון דער וואך וואס מ'האט געלייענט דעם שבת פאר דעם, אדער מ'גייט דאס לייענען דעם שבת וואס נאך דעם טאג אין וועלכן מ'איז

13געפינט זיך, און אין דערויף גופא איז דאך יעדער פרשה ווערט דאך צעטיילט אויף זיבן חלקים אנטקעגן די זיבן טעג פון דער וואך, איז אויך דא במיוחד הלימוד אן אפלערנונג פון דעם ספעציעלן טאג אין דער וואך. וואס אזוי איז אויך אין פרשה קרח, איז דאך אויך געציילט אויף געטיילט, וואס די איצטיקע פרשה איז דאך אויך צוטיילט אויף זיבן חלקים, וואס איז דאך אויך דעם חלק פון רביעי ביז חמישי, און דערנאך פון חמישי ביז ששי, וואס דאס איז במיוחד מיט דעם טאג אין וועלכן מ'געפינען זיך איצטער. און וואס ווערט דארטן דערציילט? ווערט דערציילט, אז דער אויבערשטער אט אנגעזאגט דורך משה רבינו, אז יעדער שבט זאל צושטעלן אין דעם משכן א מטה, א אש טקל, וואס דאס באווייזט, אז דאס פירט פארבונדן מיט דער אויפפירונג פון דעם שבט, וואס ווי ס'איז געווען דער מנהג אין יענע צייטן און אויך אין איצטיקע צייטן, זעט מען דאך אויך בא כמה מלכים

14און כסרים, אז בשעת זיי זיצן על כסא המלכות האלטן זיי אין האנט א מטה, וואס דאס איז א סימן, אז אויף דעם כסא זיצטו אזא מענטש וואס ער איז דער וואס האט א שליטה און פירט-אן, און לויט זיינע אנווייזונגען, ווערן אנגעפירט די אלע זאכן וואס געפינען זיך ארום אים, און דורך דערויף אויך די אלע זאכן וואס געפינען זיך אין זיין גאנצע מדינה אין וועלכע ער גייט שפאצירן אדער ער גייט איר באזוכן וכיוצא בזה. בשעת מ'האט צוגעשטעלט אט די אלע מצות, און האט מען אויך אנגעזאגט אז אהרן זאל אויך צושטעלן מטה אהרן", און מ'האט זיי אלע געהאלטן איבער א נאכט אין דעם משכן

15איז דערנאך, ווי אין די פי האט מען ארויסגענומען די אלע מטעות, האט מען געזען, אז אף על פי וואס מטה אהרן איז געווען בתוך מטעותם, זיי זיינען געווען ארום און ארום זיי זיינען געלעגן אנטלעגטערייט די צוועלף מטעות פון די צוועלף שבטים,

16אהרן", וואס בכלל זעט מען דאך אין טבע, אין א טור פון וועלט, אז א זאך וואס וואקסט שטארק דארף דאס זיין דוקא אין אן אנטפלעקטן ארט, בשעת ס'רעדט זיך וועגן אן עץ וועגן א צומח, איז וועלכע צומח האט א שטארקייט און א שנעלקייט און א גרויסקייט און א שיינקייט אין זיין וואקסן, איז דאס דוקא אזא צומח וואס ער געפינט זיך אנטפלעגט ער אויך אנטקעגן דעם שמש אנטקעגן דער זון, איז בטבע ער ווירטשט דאס און דאס העלפט אז דאס זאל וואקסן, און דאס זאל וואקסן שענער און וואקסן העכער און וואקסן ברייטער און וואקסן טיפער. וואס במילא איז אזוי אויך געווען, בשעת מ'האט צוגעשטעלט די אלע מטרות,

17האט נושה רבינו אריינגעלייגט די מטה אהרן בתוך מטה אותם, דאס הייסט, אז ער איז ניט געווען אנטפלעקט צו דער ווירקונג פון דער סביבה וואס ארום אים, בגלוי, על אחת כמה וכמה ניט צו דעם אור השמש און ניט צו דעם עיר הלבנה, און ניט קוקנדיק אויף דעם אלעם, איז אלע מטה איז זיינען געבליבן ווי מ'האט זיי אריינגעשטעלט, ווארום זיי זיינען געווען פארבונדן מיט הנהגת הטבע, און איבער הנאכט קען ניט זיין קיין שינוי גדול, קען ניט זיין קיין גרויסע ענדערונג אדער הנענדערונג, מ'זאל זיך ווארפן אין די אויגן אז ס'איז צוגעקומען א נייער טייל, אויף דערויף דארף מען האבן אפילו ווען דער טייל איז גאר א קליינער, דארף מען האבן אבער א סך צייט, ווי מ'זעט דאס בפשטות. דא איז געווען דער סדר, אז מטרי אהרן איז געווען פון מתותם און דערנאך, אז מ'האט ארויסגענומען האט מען געזען א דבר פלא די מטעות וואס זיי זיינען געווען ארום דעם מטרי אהרן און וואס זיי זיינען געווען אנטלעג צו דער ווירקונג פון דער גאנצער סביבה,

18איז וויבאלד אז די סביבה איז געווען פארבונדן מיט טבע העולם, איז פארשטאנדיק, אז דער משך פון די עטלעכע שעה פון דער נאכט און פון התחלת היום, ביז וואנענט מ'איז צוריק אלע זאכן ארויסגענומען? איז געווען אינגאנצן עטלעכע שעה, וואס ס'האט דאך ניט געקענט זיין קיין ענדערונג, ובפרט אן ענדערונג וואס זאל זיך ווארפן אין די עגל, אפילו ווען דאס איז א ליינע ענדערונג, און אזוי איז טאקע געווען אין די אלע יו דבות, אין די אלע צוועלף מטה'ס. דער מטה אהרן וואס ער איז געווען דוקא בתוך מטהותם, איז במשך פון דער זעלבער צייט, איז ניט נאר אין אים איז געווארן אן ענדערונג וואס אלע האבן דאס באמערט, נאר די ענדערונג איז געווארן גאר א פלא'דיקע ענדערונג, אזוי איז דאך דאס געווען מערניט ווי א המחתא", ווי א שטעקל, און דערנאך איז געווארן די ענדערונג, אז דער שטעקל האט אנגעהויבן פני'ן, מעיני צנוץ ויתן, ביז וואנענט ס'האט אויפגעבראכט אויך פירות, וואס אויף דערויף דארף מען דאך האבן נאכמערער צייט, ווי מ'זעט דאס אפילו אין די מינים פון פירות וואס זיי זיינען וואקסן שנעל,

19וואס דערפאר ווערן זיי אנגערופן בשם שקדים, דארף מען אויך האבן איין און צוואנציק טעג לכל הפחות בשקדים, וואס דעמאלט איז דא איז ווי דער טבע אין אן אופן אז דער מקל אויף דעם שטעקל באווייזט זיך א פרך הבלום, און דערנאך האט די בלום אויך די טעג וואס לאחרי ווי ס'האט באוויזן די בלום, האט זי אויך גענוג צייט, וויבאלד אז ס'נעמט ביז דריי וואכן צייט, האט זי גענוג צייט אז ס'זאל זיין א בלום און די בלום זאל דערנאך פון זיך אנהויבן ארויסגעבן א פירי, און די פירי זאל ניט נאר זיין אן אנהויבס פון א פירי, נאר ס'זאל זיין א פירי בשלימותה, ביז וואנענט אז מ'קען שוין גלייך עסן די פירי און מאכן א פירי הברכה, ווי דערמאנט פריער, ווארום ס'איז דורכגעגאנגען אמת טאקע דאס איז א פירי וואס וואקסט שנעל, ביז וואנענט אז דאס איז ניט בהדגשה דער ענין פון דער וואקסן שנעל, אז דאס ווערט אנגערופן על שם פון דעם שנעלן וואקסן, פון דער סתיק מוז דאס נעמען, מיט דער

20גאנצן שנעלקייט, לכל הפחות, איין און צוואנציק טעג, און דאס איז דוקא בא דעם ענין פון שקדים, משא'כן ביי אנדערע איז נעמט דאס כמה פעמים ככה. און דאס איז אויך א ביאור, ס'איז דאך יעדער ענין וואס טרעפט מיט אידן איז דאך א זיכערע זאך, אז אין דערויף דארף מען מקיים זיין לויט בראו הקב", ה'אלא לכבודו דערפון אפלערנען און טאן א זאך וואס דאס איז אין דערויף וועט מען זען דעם אויבערשטן כבוד אנטפלעקטערהייט, על אחת כמה וכמה ענינים וואס ס'איז געווען פארבונדן מיט דער צייט ווען מ'איז געווען אין מדבר, און געווען ווי דערמאנט פריער אין די ערשטע ארבעים יום פון מתן תורה, ווי דערמאנט פריער בפרטיות

21און דעמאלט לייענט מען אויך אין דער קריאה פון די וואכן שבינתיים די פרשיות וואס האבן א שייכות צו די טעג, ובמיוחד צו היינטיקן טאג, אין פרשה קרח, דער חלק וואס איז פארבונדן מיט פון דעם טאג פון היינטיקן טאג, וואס דאס איז אויך דער סיפור פון דעם שמטי אהרן און אין וואס באשטייט דער סיפור, אז א איד דארף אפלערנען דערפון, אז יעדער זאך וואס ער דארף טאן אין וועלט דארף ער דאס טאן מיט א זריזות הכי גדולה, אפילו אז אידן זיינען דאך א מעט מכל העמים און ס'איז דא ארום זיי שבעים אומות, און די שבעים אומות זיינען דאך אויך צווישן זיי איז דא חכמים און עבונים וכו אפילו זיי האבן נאך ניט געלערנט קיין תורה, על אחת כמה וכמה, וואס ס'איז דאך דא צווישן זיי וואס לערנען בהיתר תורה, פארבונדן מיט זייער הנהגה, ווי דערמאנט מערערע מאל לערנט אונז אפ אט דער סיפור וואס ווערט א חלק פון תורה מלשון והוראה, אז א איד האט א הוראה ברורה, גלייך ווי ער ווערט

22געבארן, און ווי ער ווערט געבארן איז דאך נאך ער אליין, דער קינד אליין, מיט שייך טאן א זאך זעלבסט-שטענדיק טוט דאס פאר אים דער פאטער אדער דער מוטער, אדער אן עלטערער ברודער אדער אן עלטערע שוועסטער, איז וויבאלד אז דאס איז פארבונדן מיט כבודו של הקב'ה, איז דאך א זיכערע זאך, אז מ'דארף דאס טאן מיט א זריזת הכי גדולה, צוזאמען דערמיט איז אויך א זיכערע זאך, אז מ'דארף דאס ניט טאן אין אן אופן פון א נס גמור, ווארום אויב ס'וועט זיין א נס איז דאס ניט דער דרך הרגיל אין הנהגת העולם, דארף דאס זיין, אפילו אז דאס ווערט אפגעטאן אלס אן אויסנאם איינומלקער זאך, כדי דערפון זאל מען אפלערנען אויף די גאנצע טויזנטער יארן, ווי דערמאנט פריער, דאס זיין פארבונדן אויך מיט א הנהגה פון טבע, וואס דערפאר דערציילט אויך דער פסוק, אז אף על פי וואס מטה אהרן איז געווארן אין אים א נס גלוי, האט דאך דער נס געקענט זיין בפשטות אין א ניפכן אופן, אז ס'זאל זיין פריער דאס געווען מערניט ווי א שטעקל אליין, און דערנאך איז געווארן אויף דעם שטעקל

23האבן זיך גלייך באוויזן שקדים, האבן זיך גלייך באוויזן מאנדלען? ס'זאגט דער פסוק נייט. מ'דארף דערפון אפלערנען ווי ס'דארף זיין אין הנהגה אין טבע אין טאג-טעגלעכן לעבן פון יעדער אידן, במילא אין טאג-טעגלעכן לעבן פון יעדער אידן ווען ער האט צוטאן מיט א פירות אין זיין פעלט אדער אין זיין גארטן, איז דאך דעמאלט איז דער סדר איז, אז פריער איז דא דער גרן, דער קערנדל פון וועלכע ס'הויבט אן וואקסן, און דערנאך הויבט אן וואקסן מערניט ווי א התחלה אין דערויף, אן אנהויבס, וואס די התחלה בזה איז אז ס'ווערט א בלום, און דערנאך איז אין דעם בלום ווערט נאכמער אין תוויקלט ווערט אין דעם בלום גופא א ענין פון א קערנדל, און דערנאך רעדט מען וואס איז דער עיקר אין די אלע ענינים, וואס אלע איבעריקע זאכן פאלן אפ, און ס'בלייבט מערניט ווי דער עיקר, וואס דער עיקר איז, ווי מ'זעט דאס אויך אין יעדער גארטן און אין יעדער פעלד, איז דאך דער עיקר אין פעלד איז דאך ניט אזוי די קש וטוון, נאר דוקא די גרים פון דער חיטה און די גרים פון דער שעורה, און אזוי אויך אין דעם גארטן, איז ניט דער עיקר די

24פרח און די עלים און די ארומיקע זאכן, נאר וואס איז דער עיקר? אט דאס וואס מ'נעמט פון גארטן און מ'ברענגט דאס א היים וואס דאס איז די פירות וואס זיינען אויסגעוואקסן לאחרי ובסוף פון דעם זמן וואס זיי דארפן האבן, כדי פון דעם גדין זאל ווערן א פרך, און דערנאך אן עץ, און דערנאך פון דעם נוסט זאל אנהויבן וואקסן א פרי, און דער פרי זאל קומען צו עיר שלימות. וואס דאס איז, ווי דערמאנט פריער, איז דאס איז א חלק פון תורה, אן אנווייזונג בא יעדער איד אין זיין טאג-טעגלעכן לעבן, ובפרט נאך אט די וואס זיינען מדריכות ומדריכים, וואס זייער ענין איז דאך אויף מדריך זיין און מחנך זיין די אויף וועלכע זיי וועלן האבן א השפעה במשך פון וואכן נאכאנאנד, אן קיין-זייטיקע השפעה,

25וואס דאס איז דאך דער אויפטו פון א קעמפ, אז דעמאלט געפינט מען זיך אין קעמפ כל היום וכל הלילה, און ס'איז דא מערניט ווי די השפעה פון דעם קעמפ און די וואס פירן-אן מיטן קעמפ, על דרך זה אויך אט די וואס לערנען זיך אויף צו זיי מדריכות, דורך דערויף וואס זיי לערנען זיך אין בתי-ספר, וואו מ'לערנט דער ענין החינוך און ענין הדרכה צו תלמידים און צו די תלמידות, לערנען זיי אויך ווי אזוי זיי דארפן טאן אין די אלע זאכן. און אין דערויף, ווי דערמאנט פריער, איז אן עיקר הכי גדול, אז אפילו ווען מ'ווייזט זיך אויס אז דער זומער איז א לאנגער זומער, במילא וואס דארף ער זיך איילן, אדער וואס דארף זי זיך איילן, און ניט לאזן גיין פארפאלן אפילו איין רגע, על אחת כמה וכמה ניט לאזן קיין פארלארן א גאנצן טאג, אדער נאך מערער ווי א טאג, נאר ער דארף אויסנוצן אין אן אופן פון שקדים, און אין א הייליקן אופן, וביחד עם זה דורכגיין די אלע סוקף, די אלע ענינים און די אלע מצבים וואס ער פאדערט זיך כדי אז בדרך הטבע, נאר א שנעלן טבע, זאל דאס זיין די שנעלקייט אז מ'גייט דורך די אלע מצבים

26די אלע צושטאנדן, און ס'ווערט גלייך ווי ס'האט געווען אין מטה אהרן, און פארשריבן געווארן אין תורה, און אויך פארשריבן געווארן אין תורה, אז דער אויבערשטער האט אנגעזאגט, אז די מטה אהרן זאל אויך בלייבן למשמרת, כדי דערפון זאלן אפלערנען אידן במשך כל ימי חייהם, אפילו ווען מ'געפינט זיך אין גלות, און מ'געפינט זיך אין גלות שוין דער קארגע צוויי טויזנט יאר, זאל מען נאך אלץ געדיינקען, און ניט נאר געדיינקען אז ס'בלייבט מערניט ווי זכרון, נאר דאס איז גלייך פועל פעולתו אין די טאג-טעגליכע אויפפירונג פון יעדער איד, סיי א ארוואקסענער און סיי א קינד סיי ביז גאר קליינע קינדער, וביתר שאת וביתר עוז, אט די וואס זיי זיינען מחנכים אדער מחנכות, אדער מדריכים אדער מדריכות, אדער די וואס גרייטן זיך אויף דערויף, אז א איד האט א שליחות אין וועלט אויף ערציען די גאנצע וועלט, אז די גאנצע וועלט זאל ממלא זיין איר שליחות, וואס די שליחות פון יעדער זאך אין וועלט איז דאך, אז מ'זאל מקויים ווערן, אז לא פראו אלא לכבודו,

27זאל ער אין דערויף טאן אלץ וואס ס'הענגט-אן אן דעם אידן אדער אט דער פרוי, אין אן אופן פון סריזות, אז יעדער רגע פון זיין לעבן זאל ער אויסנוצן כדי דורכצופירן אט די שליחות זיין שליחות.

28וואס דאס איז דאך אויך די שייכות מיוחדה מיט פרשה שלאך, וואס דעמאלט האט מען זיך אויך געשירט, אויגט, ווי דערציילט אין דער פרשה, אז נשיא אחד א שליח און א בא-כח פון דעם גאנצן שבט, כדי דערנאך זאל מען דאס קענען איבערגעבן צו יעדערן מיטגליט פון דעם שבט, סיי ערוואקסענע, און סיי קליינע, און סיי מענער, און סיי מאנזריל און סיי פרויען, ביז אויך ביז צו קליינע קינדער, און אין די צו זיי אלעמען מדגיר זיין און אונטערשטרייכן, אז מ'זאל וויסן זיין, אז אזוי ווי די וועלט האט א שליחות וואס זי איז באשאפן געווארן לכבודו, איז דער עיקר שליח אין דער וועלט איז דאס א איד וואס זיי זיינען דאך ווערן דאך אנגערופן בנים אתם להוי'אלקיכם איז דאך פארשטאנדיק, ווי מ'זעט דאס בפשטות ובטחק,

29אפילו בא ניט-אידן, ווען א פאטער וויל דורכפירן א זאך וואס איז נוגע אים במיוחד, און נוגע אין זיין כבוד אויף מערערע טעג, ביז אויפן גאנצן לעבן, פארלאזט ער זיך ניט אבי אויף וועמען ווי ווי וואס, נאר ער קלייבט אויס דער שליח וואס ער איז ביי אים דער סמא באקלויבסטער שליח, וואס דאס איז אן אייגענער קינד, א זון אדער א טאכטער, און ער גיט זיי איבער די שליחות, און דערנאך איז ער רואיק, אז וויבאלד אז דאס איז זיינער א קינד, צי א אינגעלע אדער צי א מיידעלע, איז א זיכערע זאך, אז וויבאלד אז זיי האבן געהערט וועגן די שליחות, איז וועלן זיי ניט סתם דאס מקיים זיין, נאר מקיים זיין אין דעם אופן אז דאס וועט ווערן שקדים טובים, א פרק טוב, און א פרי וואס איז פארבונדן מיט טוב אמיתי, וואס אין טוב אלא תורה, במילא מאכט מען אויף דערויף א ברכה לפני זה, און אויב מ'עסט זא דער מטריקי שיעור מאכט מען אויך א ברכה לאחרי זה, וואס א ברכה איז דאך אויך ענינה איז דער כבוד פון דעם אויבערשטן, צי דאס איז די ברכה פון שעכל נהי'בדברו

30אדער דאס איז די ברכה אחרונה, ווי מ'זעט אויך דעם תוכן פון די ברכות אחרונות, אנהויבנדיק פון ברכת המזון, און דערנאך אויך די אלע ברכות אחרונות, ווי אפגעדרוקט אין אלע סידורים. ועוד והוא העיקר, אז בשעת א איד, ווי דערמאנט פריער, אפילו א קליין אידיש קינד, באשליסט, אז ער דארף ממלא זיין דעם אויבערשטנ'ס שליחות, און נאך מערער ער דארף דאס ממלא זיין בשמחה ובטוב לבב. ועוד והוא העיקר, ער דארף דאס ממלא זיין בצריזות, אין אזא מין צריזות, אז יעדער רגע זאל אויסגענוצט ווערן אויף ממלא זיין אט די שליחות. און ס'הויגט ניט אפ צו וועלכן שבט ער האט געהערט, ווי ס'איז געווען אויך בא די י'ב' אנשים, איז דאך געווען א פארשטייער פון יעדער שבט, און די אלע צוועלף נשיאים די אלע צוועלף שלוחים האבן באקומען די זעלבע שליחות, ווי דערציילט אין חומש, אין וואס באשטייט די שליחות ווי זעט אויס ארץ ישראל

31און מה פריי וואס פאר א פירות זי גיט, ועוד וגם זה עיקר ווי אזוי קען מען אייננעמען ארץ ישראל, אז פון ארץ כנען ווי ס'איז געווען אמאל זאל דאס ווערן אויף שטענדיק אן ארץ-ישראל ניט נאר א לאנד פאר אידן, נאר אויך א לאנד א אידיש לאנד, א לאנד פון אידן, דורך דערויף וואס דאס ווערט א לאנד פון אידישקייט, פון תורה ומצוות בפועל, ווי דערמאנט מערערע מאל, און בפרט נאך אז מ'פארבינדט דאס אויך מיט א שליחות לצדקה, וואס דער דקה איז דאך מאכט דאך און ברענגט שנעלער דעם ענין פון גאולה האמיתית והשלימה, וועט דאך זיין תוקף ומיד ממש בהמשך צו אונזער צוזאמענטרעפן זיך, אז יהי רצון, אז ס'זאל זיין תוקף ומיד די גאולה האמיתית והשלימה, מה. ובנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו איז ארו עם ענני שמיא וועט יעדערער פון אונז, בתוך כלל ישראל פון אלע ארבע קאפוס הארץ, זיי געפינען זיך בארצנו הקדושה, נשמות בגופים, און דארטן ווי ירושלים עיר הקודש ובהר הקודש ובבית המקדש,

32קדש הקדשים, ותוכף ומיד ממש. און דער ענין פון שליחות אויף צדקה, וואס מ'וועט מאכן יעדערער פון אייך איז צדקה, כדערמאנט כמה פעמים היילט דאס צו, די גאולה סתם, עאכו כמה וכמה אז דאס היילט צו די גאולה האמיתית והשלימה, זאל זיין טאקע תוכף ומיד אין אן אופן פון ממש ובפשטות די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, וואס מ'וועט אנפירן מיט יעדערן פון אונז, מיט אונז אלעמען צוזאמען, און נשיא דורנו וראשונו על קיצצו ורננו שוכני עפר, דער רבי דער שווער, לארצנו הקדושה, און דארט גוף מירושלים עיר הקודש ובהר הקודש, און במקדש השלישי, מקדש אדנ'כוננו ידיך", ביז אין קודש הקדשים, בתוכף ומיד ממש, והוא העיקר.

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים