טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.
¶1תורה, וואס אויף דערויף איז דאך געגרינדעט דער לעבן פון יעדער אידן און פון אלע אידן, און וואס נאכמערער דאס איז דאך פארבונדן מיט דער באשאפונגען פון דער גאנצער וועלט, ווי ער האט אויך דערמאנט אין די בית פסוקים, אז בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ, דייטשט אפ רש'י, אז ראשית מיינט דאס, און דער מרמז, אז דאס איז בשביל ב'ראשית אז ס'איז דא צוויי זאכן וואס ווערן אנגערופן מיטן נאמען ראשית און דאס איז די תורה און דער אידישער פאלק, יעדער איד און אלע אידן, און תורה הויבט אן גאנץ תורה, אלע חמשה חומשי תורה, מיט דער ערשטער הודאה, מיט דער ערשטער אנווייזונג און אפלערנונג און אנווייזונג, אז מ'זאל וויסן זיין, אז די גאנצע וועלט, כולל אויך אלע הימלען און אלע טיילן פון ארץ, אפילו אט די וואס געפינען זיך אין דער פארווארפער
¶2אויפנסטע ווינקלען, על דרך זה ווי שמים געפינט זיך אין די היכי הימלען איז סיי שמים און סיי ארץ, און דערביי זאגט מען אויך אשה שמים ואשה ארץ די אלע זאכן וואס קומען צוזאמען מיט שמים און דאס קומען צוזאמען מיט ארץ, וואס דאס איז דאך די באשעפענישן וואס געפינען זיך אין שמים און אין ארץ, איז דאס אלץ באשאפן געווארן, ברא אלקים איז דאס אלץ באשאפן געווארן דורך דעם אויבערשטן, און צוליב וואס האט דאס דער אויבערשטער באשאפן? כדי די אידן זאלן לערנען תורה, און פון תורה ארויסנעמען און אפלערנען ווי אזוי מ'דארף זיך פירן מיט שמים וארץ און את השמים ואת הארץ, מיט די אלע זאכן וואס געפינען זיך אין שמים און וואס געפינען זיך אין ארץ, און ווי ס'איז ביישפיל, אז אפילו א גאר קליינער קינד, איז דאך אויך אז ער טרינגט א גלאס וואסער, מאכט ער אויך פריער א ברכה, וויבאלד אז דאס איז א אידיש קינד, שהכל נהי'בדברו
¶3טרינקען טרינגט ער מערניט ווי עטלעך אביסעלע וואסער וואס ס'איז דא אין א קליינער גלעזל, לויט די מעגלעכקייט פון א קינד צו טרינקען אויף איין מאל, און דערביי פארבינדט ער דאס מיט שהכל מיה'בדברים, מיט די אלע זאכן וואס זיינען באשאפן געווארן דורך דעם אויבערשטן, הענגט דאס אפ, און דאס איז באשאפן ווארן צוליב דעם, אז דערנאך זאלן קומען אידן בכלל, און אידישע קינדער במיוחד, און זיי זאלן אויסנוצן אויף יעדער זאך מאכן א ברכה וואס איז צוגעפאסט צו דער זאך, און במיוחד אויך אפילו אין אזא איינפאכע זאך, וואס דאס טרעפט זיך אין טאג-טעגלעכן לעבן בא יעדער מענטשן, ניט לאו דוקא בא אידן, און לאו דוקא בא קינדער אדער בא אלטע אדער בא יונגע, נאר בא אלע מענטשן גלייך דארפן זיי אנקומען צו א טרונק וואסער כדי זיי זאלן לעבן, און לעבן געזונטע יארן, און ווי דערמאנט מערערע מאל איז זאגט ער, אז פונקט אזוי ווי דאס איז באשאפן געווארן דורך דעם אויבערשטן, האט דער אויבערשטער דאס אויך פארבונדן און
¶4האט דאס געגעבן, אז מ'זאל דערפון אפלערנען, אז דערפון דארף יעדער קינד וויסן, במילא דערציילט ער דערפון אויך זיינע חברים און חבר'טעס, און ברידער און שוועסטער, און אויך זיינע עלטערן און די מחנכים, אז מ'זאל וויסן זיין, אז אזוי איז אויך, שהכל די גאנצע וועלט איז באשאפן געווארן בדברו, דורך דערויף וואס דער אויבערשטער האט געזאגט יהי אור איז באשאפן געווארן ליכטיקייט, און דערנאך האט ער געזאגט על דרך ווי אויך די עשרה מאמרות וואס דער אויבערשטער האט געזאגט איז באשאפן געווארן די ערד און אלץ וואס געפינט זיך אויף דער ערד, און אויך דער מענטש אליין, איז דאס אלץ פארבונדן און ווען קומט דאס צו די שלימות. ווען ווערט קלאר ליכטיק צוליב וואס דאס איז באשאפן געווארן? בשעת ס'קומט א איד און מאכט א ברכה, און בא דער ברכה דערמאנט ער דעם כבוד פון דעם אויבערשטן, און מ'פארבינדט דאס אויך, אז אזוי איז אויך אלע זאכן וואס זיינען באשאפן געווארן דורך דעם אויבערשטן, איז דאס אלץ פארבונדן מיט דעם כבוד פון דעם אויבערשטן, איז דאס ווערט
¶5דעמאלט ער פילט דעם אויבערשטנ'ס רצון, און דער אויבערשטער איז ממשיך חיות, ממשיך אז די וועלט זאל האבן א קיום, און זאל האבן א גוטן קיום, אז דאס זאל זיין א שלום'דיקע וועג און א ליכטיקע וועג, עד כדי כך, אז אפילו אז ס'ווערט אין דער גאנצער וועלט ניט ליכטיק, קומט דעמאלט צוגיין א איד און ס'קומט ערב שבת צימט מען אן נרות שבת, און ס'קומט די טעג פון חנוכה צימט מען אן נרות חנוכה, און אזוי אויך מאכט מען ליכטיק, אויף גאנץ שבת, און מ'מאכט ליכטיק אין א אידישע הויז, כדי א איד זאל קענען לערנען תורה בא זיך אויך סיי ביי טאג און סיי ביי נאכט, און זען אויך וואס תורה הייסט אים צו טאן, זאל ער דאס קענען טאן, און בשעת ער האט ביי זיך אין הויז פארשידענע זאכן, ווייס ער אויך ווארום תורה האט אים געלערנט וואס פאר א ברכה צו זאגן אויף יעדער זאך, און אין וואס באשטייט א ברכה? אז דער איד גיט-אפ א דאנק דעם אויבערשטן,
¶6וואס הכל נהי'בדבריר האט ער וואסער אויף צו טרינקען, און האט לחם אויף צו עסן, ווארום מ'מאכט דערביי אויך המוציא לחם מן הארץ, און האט אויך אזוי אויך פארשידענע זאכן אין וועלכע א מענטש נויטיקט זיך, וואס זיינען דאך יעדערע באשאפן געווארן דורך דעם אויבערשטן האט ער דאס און נוצט דאס אויס אין א גוטן אופן, ווי אזוי איז מען זיכער אז ער וועט דאס נוצן אין א גוטן אופן בשעת ער וועט געדענקען אז דאס איז באשאפן געווארן דורך דעם אויבערשטן, וואס דער אויבערשטער האט געגעבן תורה, און דער תורה ענטדעקט און אנטפלעקט ווי אזוי מ'דארף זיך אויפהירן אין דער וועלט אויף צו געבן צדקה און אויף צו טאן גוטע זאכן, און זען אז ס'זאל זיין ואהבת לרעך כמוך, ווי דערמאנט מערערע מאל, וואס דאס אלץ ווערט פאראיינציקט אין א כללות'דיקן אנזאג, אז יעדער איד דארף זיך משתדל זיין אין אלעם אין וואס ס'הענגט אפ אן אים, אז די זאכן ארום אים זאלן זיין ליכטיק, און אין אזא אופן, אז אפילו ווען אין דער וועלט מצד דער בריאה איז טונקל
¶7קומט צוגיין א איד און צינדט-אן א מנורה ווען דאס איז חנוכה, צינדט-אן נרות שבת ויום-טוב ווען דאס איז שבת און יום-טוב, און צינדט-אן אזוי אויך א ליכטיקייט, א צוגעפאסטע ליכטיקייט, אויך אין די וואכן טעג, כדי ער זאל וויסן ווי אזוי זיך אויפצופירן אויך ביינאכט, אז ער זאל עסן וואס מ'דארף עסן, און זאל ניט עסן וואס מ'דארף ניט עסן, און אזוי ווי ס'איז דא ברכות וואס ער דארף ערשט פוקן אין א סידור, זאל ער קענען עפענען דעם סידור און געפינען דארטן די ברכה, צי דאס איז ברכת המזון אדער אזוי אויך. די ברכה איז פארבונדן מיט חנוכה, ווי דערמאנט פריער, וואס חנוכה הויבט זיך אן מיט יעדער טאג צוויי ברכות, און דעם ערשטן טאג דריי ברכות, אויך די ברכה שהכיינו וקיימנו וגיינו לזמן הזה, און מ'האט דאס אויך אנגעזאגט, אז דאס זאל זיין און באלייכטן דעם גאנצן יאר, וואס דאס איז די זאך פון חנוכה אויף באלייכטן דעם גאנצן יאר, אז מ'זאל נעמען פון דער ליכטיקייט פון נר מצוה ותורה אור,
¶8ענין פון מצות חנוכה, אן אנזאג פון דעם אויבערשטן מצד די ניסים וואס דער אויבערשטער האט באוויזן אידן, איז געווארן אן אייביקע מצוה פון דעמאלט אן, אז אין די באשטימטע טעג אין דעם יאר קומט יעדער איד, און בשעת ס'איז דא אין משפחה, צימט אן דער ראש המשפחה, דער אנפירער פון דער משפחה, די נרות חנוכה, פאר דער גאנצער משפחה, און די גאנצע משפחה ענטפערט אמון אויף די ברכות, און האט דערנאך אויך פארשידענע מנהגים פארבונדן מיט חנוכה, סיי אין תפילה סיי אין ברכת המזון וכיוצא בזה. ועוד, אז מ'לערנט אויך אפ פון חנוכה מאכט דאס ליכטיק, אז דעם גאנצן יאר דארפסט ביי א אידן זיין אין אן אופן, אז יעדער טאג דארף ביי אים צוקומען א ליכטול מערער וויפל ס'איז געווען א נר מצוה, א מצוה'דיקע ליכטול מערער ווי ס'איז געווען א טאג פאר דעם, ווארום פונקט אזוי ווי א מענטש וואקט בגשמיות, דארף א איד טאן אלץ וואס הענגט אפ אין אים אויף צו וואקסן ברוחניות, דורך דערויף וואס ער איז ממלא מערער נאכמערער
¶9מצוות, און לערנט נאכמערער תורה, און מאכט דערמיט ליכטיק זיין לעבן און זיין חדר און זיין ארום. און זאגט דאס אויך, אז מ'האט דער ענין פון פרסומי ניסא וואס דאס איז דאך איינע פון די תנאים אין חנוכה, אז מ'זאל מפרסם-זיין דעם נס פון חנוכה מיט אלע זיינע פרטים, וואס איינע פון די עיקר'דיקע פרטים אין חנוכה איז, אז ס'זאל זיין א נר מצוה ותורה אור אין יעדער אידישער הויז, און דאס זאל זיין אין דער הויז אין אזא מין אופן, על פתח ביתו מבחוץ, אז דאס זאל מאכן ליכטיק אין דעם הויז אינעווייניק, און אויף דער טיף פון דער הויז אויף מאכן ליכטיק אין דעם חצר אין דעם הויף וואס ארום דער הויז, גאס וואס ארום דער הויז, וויבאלד אז דארטן לעבט א איד דארף אויך דער איד באלויכטן אויך די גאס, אז אויך די גאס זאל באלויכטן מיט די גוטסקייט, וואס גוטסקייט שטאמט פון דעם אויבערשטן, און ווי אזוי בריינגט מען ארויס אט די גוטסקייט אין אן אפענעם אופן? דורך לערנען תורה און מקיים זיין מצוות בפועל,
¶10איז אויך דא באשטימטע מצוות וואס זיי זיינען פארבונדן מיט די טעג, על דרך ווי ס'איז דא די מצוות פון ד'מינים אין חג הסוכות, די מצוה פון אכילת מצות אין חג המצות, און די מצוה פון קריאת התורה פון מתן תורה, מיט חג השבועות אין זמן מתן תורתנו, און דאס געדענקט מען דערנאך די אלע טעג פון יאר וואס קומען לאחרי זה, און מ'געדענקט דאס אין אן אופן, אז דאס זאל אים באלייכטן אויך אין די טעג וואס ער מאכט ניט די מצוה, פון מער די מצוה וחנוכה ותורה אור דערפאר וואס ס'איז נאך פאר חנוכה, ס'איז שוין נאך חנוכה, געדענקט ער אבער וואס ער האט געלערנט און געטאן אין די טעג פון חנוכה, אז דאס באלייכט אים דערנאך זיין גאנצן לעבן, אז ס'זאל זיין א ליכטיקער לעבן מיט אידישקייט, ווערט דאס אויך מיט דעם אויבערשטנ'ס ברכות נאך מערער ליכטיק אויך בגשמיות, אז ס'איז א ליכטיקער לעבן אין אלע פרטים בגשמיים, אז מ'האט א געזונטן לעבן אויך בגשמיות,
¶11און מ'האט פרנסה ליכטיקע פרנסה, אין א ליכטיקן אופן אן מאטערניש, און מ'נוצט דאס אלץ אויס אויף געזונטע זאכן און ליכטיקע זאכן, ווארום מ'האט א געזונטען גוף און די געזונטע נשמה, דארף ער ניט אנקומען חס ושלום צו רפואות, ווארום ער איז אינגאנצן געזונט, ווי דערמאנט כמה פעמים, אז אף על פי וואס כדי זיין געזונט דארף מען טאן פארשידענע גשמיות'דיקע זאכן איז דאס אבער ניט קיין ענינים פון רפואות, נאר ס'איז ענינים פון הנהגה, אז אזוי האט דער אויבערשטער באשאפן די וועלט, אז כדי ס'זאל זיין דער חיבור, די פאראיינציגונג, פון א געזונטע נשמה אין א געזונטן גוף דארף מען אנקומען צו א חילוק גשמי, און שתי'גשמי און אזוי אויך צו פארשידענע ענינים וואס מאכן געזינטער דעם גוף, און על אחת כמה וכמה אז מ'דארף אנקומען צו רוחניות'דיקע זאכן, און אין די טעג פון חנוכה דארף מען אויך האבן די ליכטיקייט פון חנוכה, אז ס'זאל זיין אין אן אופן אז דאס מאכט ליכטיק די גאנצע אידישע הויז, און ס'מאכט ליכטיק אויך די גאנצע אידישע הויז,
¶12אופן, און מאכט ליכטיק די אלע גאסן וואס זיי זיינען פארבונדן מיט אידן, אז אומעטום זאל מען זעען אפילו א ניט-איד אז ער גייט-דורך אין די טעג פון חנוכה אין א גאס וואו ס'לעבן אידן, זעט ער אז ס'איז צוגעקומען א מעש וואס איז ניט געווען מיט עטלעכע טעג פאר דעם אדער מיט א טאג פאר דעם, און דאס מאכט אין אן אופן אז דאס מאכט ליכטיק אויך אין גאס, און ס'מאכט ליכטיק אויך, אז אומות העולם זאלן וויסן אז אידן, טאקע מפוזר ומפורד בין העמים, זיינען אבער אן עם אחד, אן איין און איינציקער פאלק, וואס ס'איז פארבונדן מיט הוי'אחד, מיטן אויבערשטן, וואס ער איז אן איין און איינציקער אויבערשטער, און זיי ווערן פארבונדן דורך א תורה אחת, און די מצוות וואס אידן לערנען ארויס פון תורה און זיינען דאס מקיים בפועל, וואס דורך דערויף ווערט דאס א ליכטיקער לעבן און א ליכטיקע הויז, סיי בגשמיות און סיי ברוחניות.
¶13און ס'ווערט דערנאך אויך נמשך די ליכטיקייט, אויך פון חנוכה, אין צוגאב צו די ליכטיקייט פון אלע גשמיות'דיקע, אויך די רוחניות'דיקע ליכטיקייט פון חנוכה. וואס דאס איז דאך אויך ווי דערמאנט אז מ'געפינט זיך, און ס'איז איינגעפירט דער מנהג, אז פון די ערשטע טעג פון חנוכה מאכט מען אז ס'זאל זיין דורך א סאטעלית זאל מען אנצינדן חנוכה ליכט אין אזא אופן אז מ'זאל דאס זען בבת אחת, אין דער זעלבער צייט און אין דעם זעלבן אופן זאל מען זען ווי אזוי ס'קומט א איד, אדער א קינד אדער אן ערוואקסענער, און צינדט-אן אין איין און איינציקן ארט, די נרות חנוכה, און בשעת מעשה אין דער זעלבער רגע און אין דעם זעלבן אופן זעט מען דעם זעלבן אידן און די זעלבע ליכט פון חנוכה וואס ער האט אנגעצונדן, און ווי אזוי איז זיי פריער איז זיי ניט געווען אנגעצונדן, און דוקא דער איד האט געמאכט ליכטיק, אנגעצונדן דער ליכט, און האט געמאכט דערביי די ברכות, געבענטשט דערביי דעם אויבערשטן,
¶14וואס דאס ווערט דערנאך נמשך די אלע זיבן טעג נאך דעם ערשטן טאג, וואס זיי זיינען אנטקעגן די זיבן טעג פון יעדער וואך פון א גאנץ יאר. וואס דאס איז אויך, ווי דערמאנט פריער, איינע פון די זאכן וואס מ'לערנט אפ דערפון, וואס מ'מאכט א סאטעלייט אין אנהויבס פון חנוכה, און מ'מאכט דאס אין אזא מין אופן, אז ווער נאר ס'וויל פון צווישן אידן און צווישן ניט-אידן קען אנשטעלן די כלים, די מכשירים, וואס באווייזט אים, ווי אזוי ס'איז איין און איינציקער איד קען מאכן ליכטיק אין דער גאנצער וועלט, און ס'דארף ניט נעמען קיין צייט ביז ס'וועט אנקומען אין וועלט, נאר ווי מ'האט אויסגענוצט די אלע ענטדעקונגען, פלוי ברא הקב'ה אלא לכבודו כדי צו אפגעבן כבוד דעם אויבערשטן, האט מען אויך אויסגענוצט די ענטדעקונג, אז מ'קען דורך רודיע און דורך פארשידענע מכשירים, אז בשעת ס'איז איין און איינציקער איד, אפילו א קינד, און אפילו לאו דוקא אן ערוואקסענער און א דיבר גדול, על דרך
¶15וי מ'האט דאס אויך געזען דא היינט, אז א קינד, ניט קיין גרויסער גיבור, האט אנגעצונען אן איין און איינציקער ליכטל אין איין און איינציקן ארט פון דער וועלט האט דאס אין דער זעלבער רגע האט מען דאס געזען איבער דער גאנצער וועלט, ווי אזוי ס'איז געקומען א אידיש קינד און האט גענומען א ליכט ניט קיין, אנגעצונדענע, און האט געמאכט פון איר א ליכטיקע זאך, און געמאכט דערפון א זאך וואס איז ליכטיק מיט דער ליכטיקייט פון תורה און מצוות. און וואס אויך וואס די זאך איז פארבונדן מיט דעם זכרון, ווי אזוי דער אויבערשטער האט באוויזן אידן אין ימי חנוכה די ניסים פארבונדן מיט נרות חנוכה, אנהויבנדיק פון דעם נס הכללי ווי מ'זאגט אין על הניסים, אז בשעת אידן האבן געוואלט מקיים-זיין מצוות, און ס'איז געווען אומות וואס האבן זיי געשטעלט אין דעם, און ניט צוגעלאזן זיי זאלן מקיים-זיין תורה ומצוות, און ניט לערנען תורה ומצוות, איז געווארן דער ניתך ונפליתך ויושעותך און זינט דעמאלט אן
¶16ווערט דאס אויך באנייט, און באנייט אויך דורך אט דעם ענין וואס מ'מאכט דאס דורך א סאטעלעיט דערמאנט מען נאכאמאל און באווייזט דאס, אז יעדער ענט זאל דאס קענען זען מיט פליישיגע אויגן, אפילו ניט-אידן, און אידן האבן דערביי אויך גלייך די ערקלערונג, אז דאס איז פארבונדן דערמיט וואס אידן זיינען מקיים תורה ומצוות, העלפט דאס אויך אז די וועלט זאל זיין א געזונטע וועלט און א שלום'דיקע וועלט. ועוד והוא עיקר, אז דעמאלט קומט מען פון דעם ערשטן טאג פון חנוכה קומט מען גלייך צו דעם טאג לאחרי זה, אז מ'איז מוסיף נאך א ליכטו, ווארום א איד ווייסט אז ער דארף גיין מחיל אל חיל אזוי ווי ער וואקסט בגשמיות, על אחת כמה וכמה אז ער דארף ער וואקסן ברוחניות, און אין די צייט פון ימי חנוכה וואס איז פארבונדן מיט ליכטיקייט מאכט ער אויך ליכטיק זיין שליחות וואס יעדער איד האט, אז פון טאג צו טאג זאל ער צוגעבן נאכמערער אין זיין אידישקייט, און זען אויך אז די אידן ארום אים זאלן צוגעבן
¶17זייער אידישקייט, און צוגעבן אין אזא מין אופן, אז ס'זאל זיין ווי דערמאנט פריער, על פתח ביתו מבחוץ באלייכטן דעם גאנצן ארום. און אזוי גייט מען מחיל אל חיל ביז וואנענט מ'צינדט אן אלע זיבן ליכטלעך וואס קומען לאחרי פון דער ערשטער ליכטלעך, וואס זיי זיינען פארבונדן מיט די זיבן טעג פון דער וואך, וואס פון זיי באשטייט דאך דער גאנצער זמן, די גאנצע צייט פון קיום העולם, באשטייט דאך דאס פון וואכן, און פון די וואכן שטעלט זיך צוזאמען חדשים און יארן און צענדליקער יארן ווערט דאס באלייכטעט און ווערט באלויכטן אין אזא מין אופן אז דאס באלייכט די גאנצע וועלט, אז מ'זאל וויסן זיין, אז די אמת'ע ליכטיקייט שטאנד פון נר מצוה ותורה אור, און די ליכטיקייט איז אין אזא אופן, ווי דערמאנט פריער, ווי חנוכה מאכט דאס אויך אין א ליכטיקן אופן ערקלערט, אז ס'דארף זיין אין אן אופן אז מ'מאכט ליכטיק די גאנצע וועלט ארום זיך, אנהויבנדיק פון דער גאס ארום זיך,
¶18און ס'ווערט דערנאך אויך אין אזא אופן אין וועלט, אז מ'דארף שוין ניט צינדן לאחרי ווי מ'האט אויסגעפרואווט א גאנצע וואך נאכאנאנד און מ'האט אנגעצונגען נרות חנוכה האט מען דאס געמאכט אין אזא גוטן אופן און געזונטן אופן, אז דערנאך איז דאס שוין ליכטיק אטאמאטיש אלע טעג פון אלע וואכן פון דעם גאנצן יאר, און די אלע וואכן ווערן וואכן וואס זיי זיינען א צוגריינטונג צו דער חנוכה פון בית המקדש השלישי, וואס דער נס פון חנוכה איז דאך אויך פארבונדן מיט דער בנורה שהיתה בבית המקדש, וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז דאס איז אויך א הכנה צו דעם בית המקדש השלישי, וואס דורך דערויף וואס אידן זיינען לערנען תורה און זיינען מקיים מצוות, פראכט ווי די כללות'דיקע מצוות היינט מען צו די גאולה האמיתית והשלימה, אז ס'זאל אויפגעבויט ווערן תיכף ומיד דער בית המקדש השלישי, גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו.
¶19און we, of course, would like to thank the רבי שליטא אין ניו יארק at 770 for ברענגען אוס די beautiful חנוכה מסעדש,
¶20פיזיקל sense, the רבי'על-ס וטוט ן ן דער פאקט, זיין נאכינז היסט ריקלי, האט טרייט ופראווענט די דויס פון לייטען מנורות, און ווי סי ן ין יס יר, און סער טען לי אין די לעסט נומער וו ער זאגט סער טענה ז נאר נ בן ין עס יס, און די רבי'פינ י ן, ווי ברענגען ופי ן ב רענ ן בינ ן בינ ן ביי בייל ין ביי בייל ין תר טעמפל ין זרויסלן. דא, joining us once again is רבי שלום דוב בער ליפסקאר, פון דעם אלף אינסיטוט אין מיימי. רבי דער עסקר, let me ask you first, what to you איז the most important thing about דער רבי'ס עניאל חנוכה אדרעס? בקיכורא, איז this year, די סענפיקענץ איז, אז דער רבי, אין איז אין אימעטעבל ווי, איז א method אויף being א מosaic leader, איז א יז אייבל to take די יפעס, די סענפיקענט thoughts און concepts און to address them אין די סימסלס טערמס. מצות, so he talks about the child having to recognize the creator, and creation by God,
¶21immediately moving the child into the stratosphere of a relationship with God, on the highest and most profound levels, and then he talks about a child who drinks a little glass of water, and the blessing that he makes before he drinks that water is blessed to you God, king of the universe, that everything was made by your word, and he says, then that little bit of water that a child can drink, and of course it's limited, he immediately addresses the giant almighty God, מגנימity of creation, די פארסס דארף עס זיין אין creation, און דער צייל, אין איז א מיינוטנס אויף לייטן דער סינגל קענדל אז זי סטייטס איז, לייטס אפ אן א טייער ווא לד, און טאפ די בריליענץ פון דער רבי אין דערעסן צילדן, און ספעשעלי אין איז ניינטieth יער, און טאקען די זאלפטי טארטס, און זייען צו דער ציילד, יט'א יר קענדל, יט'א יור לייט, יט'א יר סמאל אקט, דער קען מעשה, און קען ווייבערגע אויף די א טייער וו רלט. Mm-הם. Let'מי ask you this, I know דער רבי אלס וטאגט פארט סעט-אויף טעכנלאגי, און, of course, סם פירול מיינט תנגען דאס איז א טוטלי-פרפעש ינל בראדקאסט,
¶22however, די פירול אויף אין דער פילד איז רביות, און די פירול וואו פוט די פראד קשן תגעדער איז רביות, און, אז ווי סי לובבות און גיין, utilizing דער לויט אין סעט-או-די-ארט טעכנלאגי. וואס וואס דער רבי טאקען אבעט ווען ער מענטשנט סatellite technology to דעי? Well, ער דרעסט ביי טענגסט to געדער, אין דער סיין ווי ווי אז די טעכנלאגי אינדיקייט אז ביי לייטן א סינגל קענדל יא לייט אפ די וויל וויל וויל א child that טעגס אן ינאנימעט אפגעקט, א קענדל, that איז נאר אןווען ליט, און די child איז נאר פווערפול, און א יז א יונג, small, ווי ק ייל, איז א שמאל child, און איז א שמאל child, איז איז א שטראנגעסטער child, איז א וויק אין תרמז פון פאווערפול יומען, און איז able, through one single act, to light-up the entire world. און דער רבי טרעסט, even, that the whole concept of technology was created by God, in order to bring גדלינוס to the world. So, it's not that we're using the state-of-the-art, it's that we're now giving the state-of-the-art, its proper function אין קרייעשן. Which is to bring holiness into the world, and so forth. to bringן גדלינס into the world, which איז די פורפסט פון קרי עש ן, to bringן גדלינס into this world, and האט מען רעקנייז און רעאלייז, אז די פורפסט פון קרי עש ן איז גדלינס. Okay, רבי ליצקער, thank you very much.
¶23And we're going to be גוי ן down, פון one last shot אויף דער רבי דאון, אין 770, אין ניו יארק, ער דער ווארט ליבא ביטש העד קו רטס, ער האט דרעסט דער וו רלט. If you are just joining us now, one of the foremost leaders in the world today, א מען ווי האט בן לידן די jewish people פאר פיפטי יערס. ווי סעט ני הופן ווי האבן י ועבן נשי יד אור עספעשל פרעזענטי ן פרעזענטי ן פרעזענטי ן אויף חנוכה ליב. We would like to thank all of our partners in this rare event which has been tele-קאסט throughout the entire world. And I'd like to point out to those people that have helped us, you have truly made this presentation possible. Don't forget, there are seven more nights of חנוכה still to come, so keep your מנורות ready in a window that points out to the street so you can help fill your neighborhood with holiness. For Rabbi Caplan, and all of us here in New York, I'm Jerry Levine, and of course for the רבי, and all of Lubavitch, I'd like to say right now. Goodbye everybody.