טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.
¶1ס'איז א דבר נאך אין אז איינער וואס האט יוצא-געווען מיט דער הבדלה, זאל מכריז זיין די הכרזה וואס מ'מאכט נאך הבדלות.
¶2דער ענין פון בית השואבה און שמחת בית השואבה איז דאך א דבר הנמשך די אלע שבעת ימי הסוכות, וואס איז דאך פארבונדן מיטן פסוק ושבתם מים בששון ממעייני הישועה און דערנאך חזר'ט זיך פאר זיי איבער בכל מקום וואו אידן געפינען זיך, פראווען זיי זיך די אלע מועדים וכל השייך לזה באופן האפשרי איז אף אפי וואס בפשטות איז ושאבתם מים בששון איז דאך פארבונדן מיט בנין בית המקדש, און אויך דעמאלט מיט א מקום מסויים, וואס דארט זיינען געווען די מעי ני הישועה, אדער ווי מ'האט דאס גענומען פון אן אנדער ארט, בשעת מ'האט ניט געהאט פון יענעם ארט, כמסופר בתורתו נו אין תורה שבעל-פה, וואס זי איז מבאר די פרטים פון כל המצוות, מצוות מן התורה און אויך מצוות מדרבנן, כמדובר כמה פעמים, בנוגע אבער לרוחניות הענינים, און אויך לגשביות הענינים, וואס איז שייך צו א אידן, איז אלץ וואס ער קען אויספירן, סיי ברוחניות סיי בגשביות,
¶3אפילו אט די מצוות וואס לכאורה בגשמיות איז משחרב בית המקדש קען מען זיי ניט אויספירן, איז דער חלק הרוחני שבהם טוט ער דאס אפ ביז אין אן אופן פון נשלמה פרים שפתינו און נשלמה אויך פון לשון שלימות ולא עוד, נאר אפילו דער חלק הגשמי וואס ער קען טאן, טוט ער אויך אפ בחלק הגשמיות שבזה. על דרך ווי מ'געפינט אויך אין כללות ענין הקרבנות, איז דאך אויך בזמן שבית המקדש הי'קיים איז דאך געווען דער ענין פון קרבנות כהנים בעבודתם ולויים בדוכנם וישראל במעמדם, וואס ישראל במעמדם האבן דאך געהאט אויך דער מעמד אין א מקום מיוחד אין בית המקדש, וואס אין דעם מקום מיוחד האבן זיי מתפלל געווען, אדער געזאגט שיר המעלות'ן וכו כמסופר אין מדרשים, אף על פי וואס כהנים בעבודתם קען מען זיך איצטער ניט אויספירן, ועל דרך זה פון לוים בדוכנם, אף על פי וואס אחכו לו בכל יום שיבוא, איז דאך תיכף ומיד ממש ווארט מען, אז אט קומט משיח צדקנו,
¶4און דער מקדש אדנ'כוננו ידיך איז דאך עומד מוכר און צוגעגרייט, און א פארטיקער, און מ'דארף מערניט ווי האבן ער זאל אראפקומען מלמעלה למטה, כמו שהוא, און דערנאך וועט מען מוסיף זיין כדי ס'זאל אויך זיין אן ענין פון מעשה בני אדם, כמדובר כמה פעמים, משא נכן אבער בנוגע צו ישראל במעמדם האט מען דאך די מעגלעכקייט, דער ענין התפילה תפילה, וואס דאס איז דאך געווען בא אידן אן עיקר, בא כהנים בעבודתם איז אויך געווען דער ענין התפילה, על אחת כמה וכמה לוויים בדוכנום איז אויך געווען דער ענין התפילה דורך די שירה, וואס שירה איז דאך ענינו תפילה, אבער דארט איז דאס געווען א דבר וואס קומט לאחרי העיקר, משא-כן בא ישראל במעמדם איז דאך ניט געווען דער מאמר שלהם במקום מסויים דער עיקר, נאר דארט איז געווען דער עיקר דער ענין התפילה שלהם. און אט דאס איז דאך געבליבן אויך איצטער, אף על פי וואס דאס קען ניט זיין אין דעם מקום המתאים, איז דאך דער עיקר אבער אין תפילה, איז דאך ניט אזוי דער מקום ווי די תפילה עצמה, און דערנאך איז דא דער מקום דורך וועלכן זי איז עולה למעלה, ווי דער
¶5דין אין שולחן-ערוך, אז בשעת התפילה בכל מקום וואו ס'זאל ניט זיין דארף דעמאלט זיין א שינוי אין גשמיות האדם, ביז וואנענט אז פניו בגשמיות דארף זיין פונין צו דעם מכוון כנגד המקום המזרח, אין די מדינות וואס זיי געפינען זיך למזרחה של ירושלים, ועד די שאר מדינות, זאל זיין פונה למקום המקדש, משא נכן בא כהנים ולויים כמסופר לעיל. וואס דערפאר איז אויך, איז ביתר שאת וביתר עוז בנוגע ישראל במעמדם, ענין התפילה שלהם, דארפן זיי וויסן זיין דערביי, אז וויבאלד אז זיי זיינען פון די אלע דריי חלוקות זיינען זיי אט די וואס ביי זיי איז בגלוי ובתוקף דער ענין הגשמי פון תפילה, דארפן זיי דאס טאן אין אזא מין מדה און אזא פארנעם, אז דאס זאל אויך ממלא זיין, כפי האפשרי, אט דאס וואס ס'פעלט בפני חטאינו, וואס בקרוב ממש, די חטאים האט מען זיך שוין לאנג מכפר געווען, ואין הדבר תלוי מערניט ווי אין רצונו של הקב,"ה
¶6ווארום תשובה איז שוין אויך געווען, און תשובה בשמחה תשובה עילאה איז שוין אויך געווען, ובפרט נאך אז מ'האלט אין זמן שמחתנו, אין זמן שמחת בית השואבה, וואס שמחת בית השואבה איז כאמור מי שלא ראה שמחת בית השואבה דא ראה שמחה מימיו, און ווי דער טייטש אין דערויף, אז דורך דערויף וואס ער טוט-אויף אין שמחת בית השואבה פועל'ט ער אין אלע שמחות, אפילו אין שמחות של קדושה און שמחה של מצוה, בדוגמא ווי שמחת יום-טוב בכלל, ווי שמחת יום-טוב אין פסח אדער אין שבועות וכיוצא בזה, טוט ער אויף, אז ס'זאל זיין די רועה אויך אין שמחת חג הפסח, און שמחת זמן מתן תורתינו, און אויך אין שמחת פון חג הסוכות, פון חג האסיף, אין דעם חלק וואס איז ניט פארבונדן מיט שמחת בית השואבה. וכמדובר כמה פעמים, במילא ליגט אויף יעדער אידן א מיוחד נאך אז די וואס געפינען זיך אין חוץ-לארץ, איז דוקא דאס ווערט תקנתם, אז וויבאלד אז זיי געפינען זיך בחוץ-לארץ, ברצון הקב'ה, ובכל רגע ורגע, גרייט זיך דער אויבערשטער אויף זיי ארויסנעמען און אריבערפירן אין ענני שמיא
¶7אין ארצנו הקדושה, בירושלים עיר הקודש, ובהר הקודש, ובבית המקדש, ביז אין דער עזרה וואו מ'פראוועט די שמחת בית השבט די גאנצע נאכט, ראו טעם שינה מימיו, לא טעמנו טעם שינה מיט די אלע שבעה ימים, כמפורש אין תורתנו תורה אור, אין א ליכטיקן אופן, סיי בגשמיות דער ענין ליכטיק און סיי ברוחניות איז דער ענין ליכטיק וברור, על אחת כמה וכמה בשעת מ'געפינט זיך נאך אין חוץ-לארץ אויך, איז דוקא מצד דערויף אז ס'איז ניטא קיין מקום לטות וכיוצא בזה, איז דוקא דאס איז מעורר א אידן אויף אן בתכלית השלימות אט דאס וואס מ'קען יא טאן, במילא ווערט אויך דער תכלית השלימות אין דעם אופן פון און דעם אפטייטש פון נשלמה פרים שפתינו פון לשון תשלום, אז דאס איז באצאלט, און משלים, ביז באצאלט אין אן אופן פון שלימות, דעם גאנצן ענין פון פרים דורך שפתינו, וכמדובר כמה
¶8פעמים, אז איינער פון די ענינים אין משלמה פרים שפתינו איז, אז מ'האט א שלימות בשעת מ'טוט דאס דורך שפתינו נאך מערער וויפל ס'איז געווען בשעת מ'האט מקריב געווען די פרים כפשוטם, וואס לכאורה איז דאך דאס א דבר תמוה, וויבאלד אבער אז רחמנא לבא בעי איז עטוועץ בפועל, אז לב ישראל איז דוקא די וואס געפינען זיך אין גלות, און געפינען זיך אין גלות און זיינען מכיר אז דאס איז א גלות, און אז ס'איז פארבונדן מיט סליחות אז ס'זאל ניט בלייבן קיינע ראשים פון די ענינים פון חסרון, וואס דאס איז דאך דער אפטייטש אין לפני חטאינו מלשון חטאים חסרון וואס דאס איז דאך דא איצטער אויך, אפילו אין ארץ הקודש, על אחת כמה וכמה אין חוץ לארץ, און אויך אין ארץ הקודש דארף מען דאך האבן די שלימות פון כל יושביה עלי וואס דאס איז דאך שוין אויך ניט געווען בשעת בית שני, געווען מערניט ווי בשעת שלמה המלך, און אויך ניט אין בית ראשון, כל משך בית ראשון, איז דאך דערנאך געווען די עשרה שבטים שגלו, במילא איז געווען ניט די שלימות פון כל יושביה עלי איז דוקא א איד אין חוץ-לארץ, וואס דעם איז ניטא קיין
¶9מקום ליטות וכו איז ער האט נאך ביתר שאת וביתר עוז דעם סיוע מלמעלה, ווארום ער האט אויך כוונת לבו בתכלית השלימות, אן קיינע ספיקות, אז ער דארף ממלא זיין און נשלמה באצאלן, און אויך ממלא זיין פון לשלימות דורך שפתינו, אויך דורך שפתינו אויך דער ענין פון פרים, און וויבאלד אז תורת אמת האט דאס אים אנגעזאגט, איז דאך א זיכערע זאך, אז וויבאלד אז אינו מבקש אלא לפי כוחו, האט מען אים נאך פאר דערויף געגעבן דעם כח פון א אידן וואס געפינט זיך אין גלות, וואס דארט געפינט ער זיך אויך בשליחותו של הקב."ה, ווארום דיהן געהערט זיך צו שולחנו של אביו, וואס דאס איז די שולחנו של מלך מלכי המלכים הקב."ה, און וואס דאס איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס איז דוקא אין מקום קודש הקדשים, וכמבואר אויך אין א סיפור פשוט אין תנ",ך אז ס'איז געווען א זמן אז ס'איז געווען פארבונדן מיט פיקוח-נפש, האט מען דעמאלט, דער וואס האט געשטאמט פון כהונה גדולה, און מ'האט אים געדארפט מציל זיין, האט מען אים געהאלטן דוקא אין קודש הקדשים.
¶10וכפשטות הסיפורית, אז זייענדיק אין קודש הקדשים איז דארט געווען כל עניניו, כולל אכילה ושתי'וכו כמובן וגם פשוט.
¶11און אן ענין של תשלומה אין שפתנו נאך מערער ווי אין פרים, ווארום מ'וועט דאס האבן בגשמיות ממש, אין אן אופן אז מ'וועט זען סיי די מעליות פון גשמיות און סיי די מעלות פון רוחניות, און וואס ביידע וועלן זיין אין אן אופן פון ונשלמות, שלימות אין גשמיות און שלימות פון רוחניות, וואס אט דעמאלט ווייזט זיך גאר ארויס, אז דער עיקר שלימות איז דוקא אין גשמיות, על דרך ווי דער ענין ה קרבנות, אז אף על פי וואס ס'איז דאך ידוע די תורה פון דעם אלטן רבי'ן, אז פון פסוק אדם כי יקריב איז מכם קרבן להוי פון זיך אליין, איז אבער דא דער ענין ווי דער פירוש הפשוט ואין מקר יוצא מידי פשוטו ובפרט למעשה בפועל האט מען געדארפט האבן בזמן שבית המקדש הי'קיים אפילו די אידן, וואס זיי האבן זיך געפונען אין חוץ-לארץ האבן זיי זיך אויך געשיקט די מחצת השקל, און אפילו אט די וואס האבן ניט באוויזן אויף צו שיקן לפני האפרשה פון דער קופת הלשכה האט מען אזוי מפרש געווען בשעת מ'האט מפרש געווען אויף יעדער אידן און אויף אלע אידן, און ס'איז דעמאלט דעמאלט געווען קרבנות התמידים אויף יעדער איד און אלע אידן בתכלית השלימות מידי יום ביומו, כולל אויך
¶12אט די וואס עתידין לשכול איז מען שוין אויך אויף זיי מפריש, ויש לומר על כל פנים בדרך הרמז, אז בשעת מ'האט מפריש געווען אויף די העתידין לפריש האט מען אויך געהאט א כוונה אויף די אלע אידן וואס בקרוב ממש וועלן זיי מפריש זיין דעם מחצית השקל כדי מ'וועלט קענען ברענגען די קרבנות התמידים במקדש אדנ'כוננו ידיך האט מען זיי שוין כולל געווען, בשעת בזמן שבית המקדש הי'קיים האט מען מפרש געווען על כל העתידין לפרש, מיינט מען דאס אויך העתידין לפרש עד סוף ימי הגלות, איז דאך זיכער, אז דאס איז ניט זייער כסרון, במילא דארף בא זיי גארנישט ניט פעלן. ואדרבא, בדוגמא ווי מ'געפינט, אז אויב מ'איז געווען תנאים לנפש אדם אז דורך דערויף וואס מ'האט מקיים געווען א מצוה מן התורה, און א מצוה וואס איז פארבונדן א מצוה הכי גדולה, האבן זיי געזאגט מיט א טענה וואס מ'האט אנגענומען ויקריב משה את משפטם לפני הוי אז למה נגרה וואס איז דערפון ארויסגעקומען? איז דערפון ארויסגעקומען
¶13נוסף אויף דערויף אז ביי זיי האט קיין זאך ניט געפעלט, און זיי האבן מקריב געווען דעם פסח שני, איז ארויסגעקומען דערפון א פרשה בתורה אויף א חידוש לגבי כל ישראל, אפילו אט די וואס האבן מקריב געווען דעם קרבן פסח בזמני, כולל אויך אפילו לגבי משה רבינו עצמו, על דרך זה אויך בהנוגע צו כל בני ישראל וואס זיינען געווען בזמן הבית, איז וויבאלד אז אידן וואס זיינען לאחרי קיום בית המקדש האבן די טענה צודקת פון למה נגרה וויפל השיעור וואס מ'האלט אונז אין גלות, און שוין לנ, כלו כל הקיצין און כלו כל הענינים, און ווי נשיא דורנו האט מסביר געווען, אז מ'האט שוין אויך צוגעפוצט די קנעפלעך, און מ'האט שוין אויך געטאן תשובה, און תשובה עילאה, און תשובה עילאה מתוך שמחה, בפרט אז מ'איז פארבונדן און מ'שטייט אין א מעמד ומצב אין זמן שמחתינו, און א זיכערע זאך, אז די ג'ימים שלפני זה, האט מען אויך געפראוועט שמחת בית השואבה אין שנת אראנו נפלאות היינטיק אין שמחת בית השואבה מיטן שטורעם הראוי,
¶14צו מאכן נאך א גרעסערן שטורעם בשעת ס'קומט די שמחת בית השואבה פון יום הרביעי, וואס דאס איז די שמחת בית השואבה פון איצטער, איז דאך די טענה פון למה נגרה איז דאך נאך מיט מער תוקף ווי ס'איז געווען דעמאלט. און דערפון איז אויך פארשטאנדיק וואס דער ענין איז דוקא פון תורה חדשה, על דרך ווי ס'איז געווען בשעת ס'איז געווען די טענה פון למה נגרה איז דאך צוגעקומען פרשה חדשה בתורה, און ניט נאר א פרשה חדשה בתורה, נאר אויך אן ענין פון א מצוה חדשה בתורה, און אויך אן ענין פון עד סוף כל הדורות, האט מען דאך אט די פרשה, און מ'האט די פרשה דעם ענין פון פסח שני, און מ'האט דערביי אויך דעם לימוד, והוא העיקר, אז מ'האט דעם לימוד פון נשיא דורנו, וואס ס'האט געזאגט, אז פסח שני לערנט יעדער אידן און אלע אידן, אף על פי וואס פסח שני בפשטות, איז דאך שוין דורכגעגאנגען, ער האט קארגעט טוויי טויזנט יאר זינט די מעשה האט געטראפן האט יעדער איד דעם לימוד, און אויסטו דעם לימוד בפשטות, אז ס'איז ניטא קיין פארפאלן, און אפילו פארפאלן אין אן ענין וואס עפעס פעלן קען ניט זיין ביי א אידן, אין ימות המשיח, וואס דאס איז אונזער דור, זאל ביי אים עפעס פעלן, נאר ס'קען זיין, אז די שלימות קען זי
¶15אין אין א גרעסערן אופן ווי זי איז געווען ביז איצטער, וואס לגבי המעלה פון א אידן איז דאס א דבר און א חסרון הכי גדול, ווארום דאס רעדט זיך ווען בני יחידו של מלך מלכי המלכים הקב,"ה, וכמדובר כמה פעמים. ובפרט נאך אז אין דערויף גופא האט מען שוין דעם פערטן טאג, וואס כמדובר די שנים שלפני זה בארוכה, איז דער פערטער טאג האט אין זיך אט די מעלה וואס דעמאלט האט מען שוין די רובו פון שבעה ימי הסוכות, ווארום שמיני-עצרת איז דאך אן ענין בפני עצמו, און דעמאלט איז ניט דער ענין פון חג הסוכה איז דאס א חג אין ששה ענינים בפני עצמם. און אף על פי וואס דאס איז א המשך, על דרך ווי די גאולה האמיתית והשלימה איז דאך א המשך פון דעם גלות, און אף על פי כן איז דאך פארשטאנדיק אז שלא בערך כלל וכלל, וכמדובר כמה פעמים. וואס דאס איז אויך די מעלה, מ'זוכט דאך יעדן טאג, אז ס'זאל זיין עביד עבידתי'ן, וואס דערפאר דאך כמדובר כמה פעמים, ווי מ'זעט אין מאמרי חסידות פון רבותינו נשיאינו, איז הענגט דאס אפ אין מאמרים, רעדן דאך על פי רוב הרובי
¶16דעם ענקר וועגן די מעלת היום אין וועלכן דער מאמר איז געזאגט געווארן, איז יעדער מאמר רעדט אין דער מעלה פון דעם טאג אין וועלכן מ'האט אים געזאגט, אדער אין דער נאכט אין וועלכע מ'האט אים געזאגט דעם מאמר, אין אזא אופן, אז דאס איז דער שער וואס כל ענינים פון כל השנה כולה גייען-דורך דורך אט דעם טאג, אף על פי וואס ער ווייס, און ער אליין, האט געזאגט אין דעם מאמר ביום שלפני זה, אדער אין חג שלפני זה, האט ער גערעדט דעמאלט וועגן אט דער מעלה, אז דאס איז דער שער וואס דרכו נכנסים עולים ונכנסים כל התורה ומצוותי'אין א טאג לפני זה, אדער אין א יום-טוב לפני זה, אויך אין א מאמר חסידות וואס דאס איז דאך א חלק פון תורת אמת, און נאכמערערער פנימיות פון תורת אמת על דרך זה אויך בכל ענינים האמורים.
¶17גערעדט בארוכה וועגן דעם ענין אושפיזין ווי זיי שטייען אין זהר, ואדרבא אין דערויף נאך מגלה געווען און מבאר געווען בפרטיות די חסיד'ישע אושפיזין, און ווי אזוי דאס קומען ביידע זאכן צוזאמען, און האט אויך אויך מסביר געווען בכמה פרטים אין די אלע ענינים, וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק דער דיוק פון די פרטי הענינים, כולל אויך דעם דיוק אז מ'זאגט, אז בכל יובה יום איז דא דער אושפיז וואס ער איז בראשו, דער מתחיל, און אמו, דשרונה עליה אט די וואס קומען ודעמו זיינען די אנדערע אושפיזין, אף על פי וואס אין די אנדערע אושפיזין, אנהויבנדיק פון דעם צווייטן טאג, איז דאך דער אושפיז השייך אליו יצחק, ועל דרך זה דער חסיד'ישער אושפיז, מגיד, ועל דרך זה אין דעם דריטן טאג דער אושפיז השייך אליו יעקב און דער חסידישער אושפיז דער ענין פון דעם אלטן רבי'ן, ועל דרך זה אין דעם פערטן טאג איז דאך דער אושפיז פון זהר איז דאס דער ענין פון משה, און דער אושפיז דער חסידישער דער ענין פון דעם מיטעלן רבי'ן, כמדובר כמה פעמים, און שוין אויך אפגעדרוקט און
¶18פרסם געווארן מיט אלע פרטי הדברים, וואס זיכער, אדער מ'געדענקט דאס, אדער אט די וואס ווילן נאכאמאל א קוק טאן אין דברים המדפסים, ווי די מראי מקומות, וועט דאס זיין א דבר המאהר, נוסף אויף דעם ענין ווי ער רעדט דער ענין אליין, אויך דורך די מראי מקום שלו אין א צווייטן ארט אין תורה, וואס דעמאלט ווערט נאך די תורה נאך מער, עשירה וואס דאס איז דאך אויך פארבונדן מיט אן ענין פון יום-טוב, ובפרט דער יום-טוב פון חג הסוכות, וואס דעמאלט דארף מען דאך האבן עשירות בפשטות, נוסף אויף דער הוצאה פון דער עשיית הסוכה און די קניות פון די ד'מינים, וואס דארף דאך זיין מן המובחר, וכידוע די הוראה פון אריז ל, אז יעדער ענין פון מצוה דארף דארף דאס בארצאלט ווערן מיט ממון, ועד כדי כך, אז ס'איז דאך אויך מבואר ומסתרסם די הוראה בא דער אריז'ל, בשעת ער וועט באקומען אן ענין של מצוה, און ציילן די געלט וואס ס'איז געלעגן ביי אים במקום המיוחד למאות, פלעגט אריינלייגן די האנט און ארויסנעמען פון דעם מקום, און אפגעבן דאס פאר דער צדקה,
¶19פאר דער מצוה פון דער קופה, וכמדובר כמה פעמים. במיוחד בהנוגע צו דעם אושפיז הרביעי, איז דאך דאס, כמדובר, נוסף אז דאס איז דער ריבוי פון אושפיזין, איז דאס אויך דער מדובר בזה, אז דאס איז פארבונדן מיט משה, און פארבונדן מיטן מיטעלען רבי'ן, וכמוזכר לעיל, שוין יתבאר געווארן און נתפרץ געווארן, און אויך אפגעדרוקט, כאמור, מיט אלע מראה מקומות וועט מען דארטן זען א דבר שלם.
¶20ימאות. וואס על דרך זה שפיגלט זיך אפ בא יעדער אידן, וואס ער באשטייט דאך פון שבע ענינים, על דרך כמדובר כמה פעמים בארוכה האט ער אויך בא זיך, ביז אז דאס שפיגלט זיך אפ אין ימי השבוע, די ג'ימים ראשונים שבשבוע, וואס זיי זיינען א המשך פון קדושת יום השבת, און דערנאך קומט ערשט, די ד'ימים אחרונים שבוע, וואס זיי זיינען א הכנה צו די ימי צו דעם יום השבת הבא לאחרי זה, און וואס די הכנה ווערט מעגלעך דורך דערויף וואס מ'נוצט דעם כח פון די ג'ימים אויף צוגרייטן די ד'ימים בפשטות, על דרך זה אויך, אף על פי וואס מ'זאגט דאך גלייך בא דעם ערשטן פון די ג'אבות, אז יעדער זאך וואס שרה האט אים געזאגט תשמע בקולה, וכמדובר כמה פעמים, ביחד עם זה זיינען זיי די אבות, און אין זה אשה כשרה שעושה רצון בעלה, נוסף אויפן פירוש בזה, אז זי מאכט אויף, אז דער רצון פון דעם בעל זאל זיין ווי ס'דארף צו זיין, וואס דעמאלט איז דאס די אמת'ע רצון בעלה, איז דאך אויך דא דער פירוש הפשט,
¶21פשוד וואס איז נוגע למעשה בפועל איז זה אשה כשרה שעושה רצון בעלה. וואס דא איז אויך דער מקום, וויבאלד אז מ'דערמאנט וועגן די מעלות פון נשי ובנות ישראל, ובפרט נאך למנהגנו, איז דאך דאס אויך כולל דער ענין פון הדלקת הנרות מתחיל, גלייך ווי א קליין מיידעלע איז מכירה אין תוכן הענין לפי הבנתה מערניט, צינדט זי שוין אן דעם נר שבת און נר יום-טוב, און צוזאמען אויך מיט ברכת שהחיינו, וכמדובר כמה פעמים, וואס דאס איז נאכמערער מוסיף אין יאיר מזלה, איז אויך דא דער ענין בזה בהנוגע צו כנסת ישראל, וואס דאס איז דאך בדוגמא פון נשי ובנות ישראל לגבי הקב,"ה אז תיכף ומיד ממש איז יאיר מזלם של כל אחד ואחת בתוך כלל ישראל, און יאיר מזלם בענין העיקרי, אז תוכף ומיד האט מען דעם אור צוזאמען בשלימות האור, וואס דאס קומט צוזאמען מיטן מאיר ביאת משיח צדקנו, און גאולת משיח צדקנו, תוכף ומיד ממש.
¶22בפרט נאך אויך, אז וכמדובר כמה פעמים, איז דוקא בימינו אלו זעט מען כמה ענינים בגלוי, וואס אמאל האט מען וועגן זיי געוואוסט, אז אזוי שטייט אין די ספרים פון ספרו תורת אינו תורת אמת איז זיכער אז דאס איז אזוי, משא'כן עתה איז דא כמה ענינים וואס מ'זעט דאס אויך בגלוי. הנוגע צו מעלות פון נשי ובנות ישראל זעט מען אן ענין בגלוי, וואס ככמה ענינים איז מען ניט משים לב לזה, דאס באווייזט אבער אויף מעלות פון נשי ובנות ישראל, וואס דער עיקר המעלה בזה איז דאך דער ענין הצניעות שבזה, אנהויבנדיק ווי דאס ווערט דערציילט בהנוגע שבהם, אנהויבנדיק ווי ס'ווערט דערציילט בהנוגע צו די ערשטע פון די ד'עמות, וואס דאס איז שרה דער ענין הצניעות שבה איז הנה באוהל ביז וואנענט אז דאס ווערט אויך א חלק פון פירוש רש אי אפילו פאר א בן חמש שנים וואס ענינו איז לימוד המקרא, לערנט מען אים נאך איידער ער קען לערנען רש אי, און מ'לערנט אים אדער מ'גיט אים איבער דעם תוכן פון די פסוקים, גיט מען אים אויך איבער צוזאמען מיטן פירוש
¶23רש י, אין אותיות, וואס דאס איז לפי הבנתו, אבער דער תוכן שלהם איז פירוש רש י. כאמור, איז דוקא בימינו אלה צוגעקומען א דבר נפלא וואס דאס איז פארבונדן מיט סניעות, וואס סניעות איז דאך פארבונדן אויך לאו דוקא מיט אידן, נאר ווי מ'זעט דאס אויך וואס האט גורם-געווען, אז דער עולם זאל ניט האבן קיין קיום? איז דאס געווען דער העדר הצניעות, כמסופר אין פשוטו של מקרא. און דערפאר איז געווען דוקא אן עולם חדש, ועל דרך זה אין תורה חדשה איתו תצא, אז אפילו בהנוגע צו אידן וואס ס'איז געווען צניעות ביז איצטער, איז דאך אויך לכל דבר טוב איז דאך דא א הוספה בזה, ווארום דאס איז דאך פארבונדן מיט קדושה, איז אויך דא אין צניעות ענינים צניעות לפנים מצניעות.
¶24וכמוזכר לעיל א דבר הבולט, נאר דוקא דערפאר וואס דאס איז בולט גייט מען דאס דורך און מ'איז ניט מתים לב, זעט מען בפועל, אז דוקא בדור הכי אחרון, און דעם דור הכי אחרון, דוקא בשנה האחרונה, איז צוגעקומען א צניעות בהנוגע צו נשי ובנות ישראל, בהנוגע ללבושים שלהם, וואס דאס איז ניט אן ענין אויף מאריך זיין, אז מ'געפינט זיך צווישן מאנסביל, וואס דאס איז, אבער יעדערער פון די חתונה-געהאטע זעט דאך אויך די צניעות פון זוגתו וואס דאס איז דער פלא גופא שלו, ועל דרך זה זעט אויך אין דער צניעות פון דער טאכטער זיינע, אין א קליינעם, ווי אזוי ס'איז צוגעקומען אין די צניעות פון די לבושים בפשטות, אז די לבושים זיינען אין אזא מין אופן, אז זיי זיינען ניט בולט, ניט אן ענין וואס רוץ און פועל, היפך הצניעות של המחשבה של הבעל אדער של האך, נאר דוקא פארקערט, אז דאס באווייזט אז מ'באווייזט כל כבודה בת מלך פנימה, דערפאר איז אויך דוקא בימינו אלו אויך צוגעקומען אט דער ענין בגלוי, בנוגע צו
¶25צו נשים צדקניות, וואס ס'האט אויך א שייכות להאמור לעיל, כמבואר ומדובר כמה פעמים פון כתבי האריז ל, אז כשם ווי ס'איז געווען ימי צאתך מארץ מצרים איז בזכות נשים צדקניות שבית הדור יצא אבותינו ממצרים אזוי איז אויך אראנו נפלאות אין גאולה האמיתית והשלימה תיכף ומיד ממש, וועט אויך זיין בזכות נשים צדקניות ובנות צדקניות שבזה הדור, בפרט נאך ווי ער זאגט אין כתבי האריז ל, אז זיי זיינען פארבונדן מיט די נשים צדקניות פון דעם דור שיצא ממצרים, נאר ס'איז דאך אויך אויך און בא זיי אויך אראנו נפלאות, אז דאס איז נפלאות אפילו בארץ, צו ימי צאתך מארץ מצרים, ובפרט אז מ'געפינט זיך אין א זמן של שמחה, און מ'דארף אויך צוגרייטן די שמחת בית השואבה, איז דאך אויך פארבונדן מיט במדה חשובה, אף על פי וואס שמחת בית השואבה איז דאך אויך וואס ס'איז פארבונדן מיט זאגן לחיים אדער פארבייסן די מזונות וכיוצא בזה, על אחת כמה וכמה דער מאכן קידוש, איז דאס פארבונדן דוקא מיט קניסה פון ביסוקה, איז דאך אבער דער תכלית בזה,
¶26ס'זאל זיין ניט נאר אין דער עזרה, וואס דאס איז געווען מחוץ לקדש הקדשים, ומחוץ להיכל, ומחוץ לפנים בית המקדש בכלל ולכלים שבו, נאר ס'ווערט אויך ביז אין אן אופן אז די גאס דארף מען איר טאנצן ווי מ'האט זיך אויפגעפירט בשנה שלפני זה, וואס ס'איז געווען שנת ניסים, תשנ ון, על אחת כמה וכמה בשנה זו אויף וועלכע מ'זאגט ארנו נפלאות וואס נפלאות איז דאך נאך מערער ווי ניסים, כמוזכר לעיל דער לשון הכתוב כימי צאתך מארץ מצרים וואס דעמאלט איז דאך געווען דער ענין הניסים, איז ארינו דוקא נפלאות וואס דערפאר איז דאך אויך דאס פארבונדן במיוחד מיט שנת תשנ ון אלף, וואס דאס איז דאך אויך ווי אידן האבן דאס מפרש געווען הי'תהי'שנת ארנו נפלאות, אדער נפלאות ארנו לעוד והוא העיקר, בפרט נאך על ידי ההחלטה צו פראווען שמחת בית השואבה, דעם פערטן מאל בשנה זו, וואס דאס איז דאך דער רובר ככולו, אן דערויף איז אויך תלוי כולו פון שמחת בית השואבה, וכמדובר כמה פעמים, אז ס'זאל זיין תיכף ומיד נאך
¶27ביום הרביעי ובלילה הרביעי, און די שמחת בית השואבה פון לילה הרביעי זאל זיין תיכף ומיד דער המשך שלה, בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו זאלן זיין יעדערע פון אונז און יעדערע פון אייך, און יעדערע פון כל בני ישראל, האנשים ואנשים וטף, על דרך ווי ס'איז געווען דעמאלט דער זמן שבית המקדש הי'קיים, דער מקדש שני על דרך זה אין מקדש ראשון, וועט אזוי זיכער זיין דער המשך אזוי, וביתר שאת וביתר עוז, ביז אין אן אופן פון נפלאות, ובפרט אין שנת אראנו נפלאות, אין שנת תשנון אלף, וואס דאס איז דאך היינטיקער יאר און שמחת בית השואבה דער פערטער מאל שמחת בית השואבה, וואס דאס איז שוין ככולו, ס'זאל זיין כולו ממש אין בית ה מי אין ישראל, וואס דארטן גופא ירושלים עיר הקודש, און דארטן גופא בהר הקודש ובבית המקדש, און אין דער עזרה, וואס וועט דעמאלט אויך זיין יעדערער פון אונז און יעדערער פון אייך, בתוך כלל ישראל, און כולל אויך הקיצו ורננו שוכני עפר על אחת כמה וכמה די אושפיזין, סיי די זייער אושפיזין און סיי די חסיד'ישע אושפיזין,
¶28און נשיא ראשינו בדורנו, וועט מען ממשיך זיין בכל ענינים אלו, אים ענני שמיא ובפרט אז מ'געפינט זיך שוין אין א זמן לאחרי שבת ולאחרי יום-טוב, איז דאך דעמאלט ניטא דער ענין פון תחומין מיט אלע שאלות ופלפולים, און מ'האט דאס בפשטות, דער ארו אים ענני שמיא תיכף ומיד, בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו דורך דערויף וואס מ'פועל'ט אין זיי, אז אויב חס ושלום ס'וועט זיך פארהאלטן אויף א פאר וויילעס וועט מען פראווען שמחת בית השואבה אין ברוקלין און אין ניו-יארק, און אין אן אופן אז די גאנץ גאס וועט מיטטאנצן, כמדובר בארוכה, ותיכף ומיד האט מען אין דערויף דעם המשך אין אן אופן נפלא, און אין אן אופן אז אראנו מ'זעט דאס בעיני בשר, אז מ'געפינט זיך, כאמור, בארצנו הקדושה, ובנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו, און מ'איז ממשיך פון די שמחת בית השואבה, ווי מ'פראוועט דאס אין ברוקלן און סביבותי', ובפלט נאך אז איצטער איז דאך אויך די התחלה, וואס ביז איצטער איז דאך די וואס געפינען זיך דא, האבן ניט געהאט קיין מעגלעכקייט משמח-זיין אידן וואס געפינען זיך בהרים
¶29אחרית, משא נכן איצטער, פון היינטיקער שמחת בית השואבה איז דאך שוין נשיאות אמורות, איז דאך דעמאלט זיכער, כמנהג פון די שנים האחרונות, אז בשעת מ'מעג פארן גלייך נאך יום-טוב, און בקביעות שנה זו אויך גלייך נאך שבת הסמוכה ליו-טוב, וועט מען זיכער באזוכן כמה וכמה שטעטלעך און שטעט, און זומת המוח זיין נאכמערער, וויפל זיי זיינען זיך אז לא משמח, און דערנאך איז מדה כנגד מדה, וכמה פעמים ככה, איז דער אויבערשטער משמח זיי, און משמח אונז, און משמח כל ישראל כולו, אז כאמור, ארו אין ענני שמיא נעמט מען מיט די אלע משתתפים אין שמחת בית השואבה אין דעם ערשטן טאג יום-טוב און דעם צווייטן טאג יום-טוב, און יום השבת וביום שמחתך אם אלה השבתות און אויך די משתתפים אין שמחת בית השואבה פון לילה זו, אויב ס'וועט זיך פארהאלטן נאך א וויילע וועט זיך צוקומען נאך משתתפים אין שמחת בית השואבה בלילה זו בחוץ-לארץ, וועט אויך צוקומען גלייך, אז הראויים ענני שמיא וועט מען גלייך איבערגעצראגן ווערן אתם תלוקטו לאחד אחד על ידי הקב".
¶30ברוך בעצמו, ועוד ועיקר תוכף ומיד ממש, לארצנו הקדושה, און דארטן אלע משתתפים ממשיך-זיין אין שמחת בית השואבה אין אן אופן אז אין זייער בית השואבה וועט מען זאגן אז מי שלא ראה שמחת בית השואבה זו לא ראה שמחה מימיו, וועט מען דאס ממשיך-זיין און מוסיף-זיין נאכמערער שמחה אין די אידן וואס מ'טרעפן פליענדיק אין ענני שמיא, און וועלן זיך פליען מיט נאך כמה אידן, און די אידן וואס מ'טרעפן בארצנו הקדושה, ובירושלים עיר הקודש, ובהר הקודש, ובבית המקדש, ובעזרה, ותיכף ומיד ממש.