טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.
¶1אין צוגאב צו די ענינים און צו די ברכות וואס ס'האט זיך גערעדט פריער, וואס אין דערויף זיינען דאך נכלל אויך די וואס זיינען איצטער אריינגעגאנגען בתוך כלל ישראל, איז נאך אויך דא די הדגשה וואס די וואס זיינען איצטער אריינגעגאנגען, וואס דאס איז דאך די וואס זיינען געקומען לכלל קיום המצוות, בר מצוה אדער בת מצוה, וואס דאס האט דאך אויך א שייכות מיוחדה צו מתן-תורה פון פרשה יתרו, וואס בא מתן-תורה זיינען דאך אלע אידן געווארן מחוייב במצוות, וואס דאס איז דאך דער ענין פון א בר מצוה אדער בת מצוה, און דעמאלט איז דאס געווען אויך בהנוגע אפילו צו משה רבינו, וואס ער איז דאך דעמאלט געווען בן שמונים שנה און אפילו צו אהרן כהן גדול, ואס ער איז געווען בן שמונים ושלש שנה, איז דאך אויך זיינען זיי דעמאלט געווארן בר מצוה, מחוייב במצוות, אלס א מצוה פון נאך מתן תורה, וואס דעמאלט האט מען דאך אויך ווי די עליונים ירדו למטה, וואס דאס גיט אויך די מעגלעכקייט אז תחתונים יעלו למעלה, וכמדובר כמה פעמים. וואס דאס איז דער אמת'ער ענין היתרון,
¶2פון פרשה יתרו און פון תורה וכו,' אז ס'ווערט סיי די עליונים און סיי די תחתונים. איז פונקט אזוי ווי ס'איז דאך פארשטאנדיק בפשטות ווי אזוי ביי א תחתונים ווערט א שינוי עיקרי דורך דערויף וואס עלו למעלה ווייס מען אויך, און ווי תורה איז דאס מבאר בארוכה, און במיוחד אין תורת החסידות, ווי אזוי די עליונים, בשעת ירדו למטה, איז בא זוי געווארן אן עלי' שלא בערך, ס'איז ניט סתם א ירידה למטה צורך עלי נאר דאס איז דאך גער אן עלי' שלא בערך לגמרי. און ווי ס'איז דאך אויך געווען די עלי'בשעת מתן תורה בפשטות פארשטייט דאך יעדערער, ביז אפילו אומות העולם, און די גאנצע וועלט איז געווען ארץ יראה ושקטה אז די גאנצע וועלט האט דעמאלט געזען, ווי אזוי ביז דעם רגע פון מתן תורה האט זיך די גאנצע וועלט געשאקלט, און ווען האט זי זיך אויפגעהערט שאקלן? בשעת ס'איז געווען דער ענין פון מתן תורה, און אידן האבן געזאגט נעשה ונשמע און אזוי ווערט דאס איבערגע'חזר'ט נאכאמאל בשעת מ'לייענט דאס בפרשה בתורה, וואס דעמאלט איז דאך הקבושה קורא ושונה כנגדו זאגט דער אויבערשטער
¶3נעשה ונשמע נוסף און צוזאמען מיט יעדער אידן וואס זיינען אין דעם בית הכנסת און בית המדרש, און מ'זאגט דעם נעשה ונשמע. און דאס ווערט דערנאך נמשך מיט א באנייטן כח און מיט א באנייטע לעבעדיקייט און באנייטע עצמיות במשך פון כל השנה כולה, ביז ווי מ'לייענט דערנאך די פרשה יתרו אין שנה הבאה, נאך דעם שנת פון אראנו נפלאות וועט מען דאך דערנאך אויך לייענען, ווי ס'הייט דאך אויך, אז לעתיד-לבוא וועט מען נאך אויך ממשיך זיין אין די תרי עגדמצוות און די סניפים שלהם, וואס דאס איז דאך אויך דער ענין פון קריאת התורה, וואס ס'איז דאך געווען תקנת משה, אז ס'זאל זיין אויך ביום שני והחמישי, נוסף אויף קריאת התורה בשבת, וכמדובר כמה פעמים. וואס בעיקר איז דאך דאס, ווי געזאגט פריער, אז ס'קומט צו א חידוש גדול ביז וואנענט אז מ'זאגט אז ס'איז גאר איינע פון די טעמים פון אכילת חלב בימיו פון זמן מתן תורה, דערפאר וואס די שחיטה וואס איז געווען בשעת מתן תורה, פאר דעם רגע פון מתן תורה, איז געווען א שאלה צי די שחיטה איז בתקפה לאחרי
¶4פון דעם רגע פון מתן תורה, וויבאלד אז די גאנצע מציאות פון שחיטה על פי תורה, כאטש אפילו דאס ווערט דאך דערמאנט שוין בא יוסף הצדיק, אז ער האט געזאגט לאשר על ביתו זאל זיין דער זוהך טפח והכן איז אף על פי כן איז דאס אלץ ווי דער מעמד ומצב פאר מתן תורה, בשעת ס'איז געווען מתן תורה בכל ועד דרך זה בכל שנה ושנה, ווי דאס חזר'ט זיך איבער בשעת מ'לייענט די פרשה יתרו, איז בשעת מ'לייענט און מ'מאכט אויף דערויף א ברכה והמשכה, איז מען ממשיך פון דער קריאה פון נעשה ונשמע איז מען דאס ממשיך אין דער וועלט בפשטות, ביז אין עולם הזה התחתון שאין תחתון למטה הימנו, און דעמאלט ווערן אט די אלע וואס געפינען זיך און הערן די קריאה אדער וואס מ'גיט זיי איבער וועגן די קריאה, וועגן זיי דערנאך א נייע מציאות פון א מחוייב במצוות, סיי אנשים און סיי נשים און סיי טף, אין אן אופן ווי דאס איז ביי טף איז דאך אויך דא די מציאות, א טף ווי דאס איז לאחרי מתן תורה, לגבי טף ווי קודם מתן תורה, על דרך זה אויך לאחרי קריאת התורה,
¶5ער איז נאך דעמאלט געווען אין א גיל פון טף, ועל דרך זה בימינו אלו, אז הערט טאקע די קריאת התורה נאך אבער פאר בר-מצוה אדער בת-מצוה אט דעמאלט איז ניטא דארט דער ענין פון מחוייב במצוות ווי דאס איז לאחרי מתן תורה, ביי א בר-מצוה אדער ביי א בת-מצוה, וואס על דרך זה ווי דאס איז בנוגע צו יעדערן איז אין כללות פון די אלע אידן שטייט דאך אז לעתיד-לבוא וועט מען זען ווי אזוי די מצוות בזמן הזה איז דאס מערניט ווי ציונים צו די מצוות, דערפאר וואס דער עיקר ענין פון קבלת המצוות און נתינת המצוות, במילא אויך עשיית המצוות, וועט זיין דוקא לעתיד לבוא, וואס דעמאלט איז די אלע ענינים וואס אין מצוות איז דאס מערניט ווי ציונים לתורה, ווי ס'וועט זיין לעתיד לבוא, כמדובר כמה פעמים. ועוד והוא העיקר, ובפרט על ידי וואס מ'גיט יעדערן פון אייך א שליחות אויף דעם ענין הצדקה, און יעדערער וועט מוסיף זיין, ובפרט ווי דער מנהג ישראל אויף א בר-מצוה אדער א בת-מצוה, מיט די אלע קרובים, ובפרט די עלטערן און די מחנכים ומחנכות,
¶6זיינען מוסיף אין מצוות בכלל, און אין ענין הצדקה ששקולה כנגד כל המצוות במיוחד, אין צוזאמענהאנג מיט זייער בר-מצוה אדער בת-מצוה, און ויהי רצון, אז כמוזכר לעיל, ועל ידי נתינת הצדקה וקבלה שליחה זו, זאל מען נאכמערער צוהיילן, אז נאך היינט ביי נאכט האט מען די ביאת משיח צדקנו, און אין אן אופן אזוי אומר זה, אז מ'זעט דאס אין אן אופן גשמי, במילא האט מען אויך די אלע עילויים פון קבלת עולל מצוה, בנוגע צו שכרים, און בנוגע צו מיידלאך, און בנוגע צו טף, ווי אזוי אויך איז דא דער חילוק, כמוזכר לעיל ווערט דאס תיכף ומיד ממש, נאך בלילה זה ממש. ועוד והוא העיקר, ארו עם ענני שמיא ווערט מען גלייך אריבערגעטראגן און מ'איז מקיים די מצוות, צוזאמען מיט מצוות הכתלויות בארץ, ווארום מ'ווערט אריבערגעטראגן אין ארצנו הקדושה, אשר תמיד עיני הוי'אלקיך בה מראשית השנה ועד אחרית שנה, וואס דאס איז דאך אן ענין נצחי אין ארץ ישראל, אפילו בזמן
¶7הגלות, און בשעת דער גלות איז נאך בפשטות, על אחת כמה וכמה אז מ'געפינט זיך אין הכנה קרובה אז דער גלות האלט זיך שוין באענדיקן, ועד כדי כך אז די וועלט הוצלט זיך שוין אויף מקבל זיין פני משיעור צדקנו, אין אן אופן אויף מקבל זיין דאס ווי תורה גיט כח אויף מקבל זיין און העלפט צו אין דעם מקבל זיין. ועוד והוא העיקר, אז יעדערער וועט נאכמערער מוסיף זיין אין נתינת הצדקה, און אויך מעורר זיין די בר מצוה אדער מס מצוות די עלטערן און די מחנכים, אז זיי זאלן אויך מוסיף זיין אין נתינת הצדקה און אין כל המצוות כולם, עאכו כמה וכמה די מצוה פון לימוד התורה, וכמדובר כמה פעמים. ועוד והוא העיקר, אז תיכף ומיד ווערט מקויים אט דאס וואס מ'זאגט, אז בשם נעשה לפניך כמצות רצונך זאל דער שם ווערן תיכף ומיד בארצנו הקדושה, און דארט גופא אין ירושלים עיר הקודש, ובהר הקודש ומקדש אדנ'א כוננו ידיך.