טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.
¶1בהוספה אויף די ברכות האמורות לפני זה, וואס ס'איז דאך א זיכערע זאך, אז אין דערויף זיינען אויך נכלל אט די וואס זיינען איצטער אריינגעגאנגען אין דעם בית-הכנסת ובית-המדרש בתוכיחי כלל ישראל, וואס זיי ווערן דאך געבענטשט ברכתו של הקב,"ה, וואס זי איז נאך מרובה על העיקר, ובמיוחד ווען ס'רעדט זיך וועגן די וואס זיי זיינען פארבונדן מיט א שינוי בחייהם, אז מ'איז געווארן א בר-מצוה אדער א בת-מצוה, וואס דעמאלט ווערט מען דאך אין מצובה ועומד אויף די אלע מצוות פון דעם אויבערשטן אין אן אופן פון מצובה ועומד, וואס אויף דערויף זאגט מען דאך, אז ער איז א גדלות מיוחדה כלשון חז.ל בזה, וואס דאס איז דאך אויך פארבונדן, ווי דערמאנט כמה פעמים, פון דעם מנהג ישראל א בר-מצוה, אדער א בת-מצוה, איז ביום זה, סיידן דאס קומט אויס בשבת אדער ביום-טוב, וואס דעמאלט טוט מען דאס אין א יום שלפני זה און שלאחרי זה, און בשעת ס'איז בימיו, שעת שבוע, איז אט דעמאלט גיט מען אויף צדקה, על כל פנים פעמיים ביום, על כל פנים מערער ווי די רגילות
¶2שבכל יום, וויבאלד אז דאס איז א יום מיוחד, צוזאמען והוא העיקר מיט דער החלטה תקיפה אויף זיין א מקיים פון די מצוות, און פון אלע מצוות, און ווי חסידות טייטשט אפ דער לשון פון מקיים אז א איד, ווען ער טוט א מצוה, ברענגט ער אריין א חיות און א קיום אין דער מצוה עצמה, ביז וואנענט אז דאס ווערט דערנאך אן ענין א הוספה נצחית אין דער מצוה עצמה. און במיוחד בנוגע צו מצות הצדקה, וואס זיי איז דאך שקולה כנגד כל המצוות, ובפרט ווי דאס איז נאך פארבונדן מיט א טאג, מיט א שינוי ועלי'בחיים, אז מ'ווערט א בר-מצוה אדער א בת-מצוה, בימים הקרובים לזה, און במיוחד, ווי דערמאנט בא די געלעגנהייטן, אז ס'איז א מנהג וואס ווערט הולך ומתפשט, אז נוסף וואס די ברעה מצוה און בת מצוות גיבן אממונם אויף דעם ענין הצדקה ביום זה אדער בסמיכות לו, טוען אזוי אויך זייערע עלטערן און זייערע מחנכים אדער מחנכות
¶3והקרובים הרוצם בטובתם. און יהי רצון, אז דאס זאל נאכמערער מוסיף זיין אין די ברכות וואס דער אויבערשטער גיט בכלל, ובפרט אז ס'קומט נאך צו אין קיום המצוות, און אין קיום המצוות עצמם און אין קיום מצוות הצדקה, ביז אז דער אויבערשטער וועט בקרוב ממש מקיים-זיין די מצוה העיקרית פון די מצוות הגאולה אמיתית והשלימה פון יעדער אידן און פון אלע אידן, ותוקף ומיד ממש. און דערמאנען נאכאמאל, אז יעדערער פון די ברעה מצוות טאקע בלי נעדר, אבער בתוקף המתאים, וועלן זיי געבן מממונם אן ענין של דדקה, כפי רצונם וחפצם הטוב, און אז זיי וועלן אויך טאן די קרובים שלהם, ובפרט דער פאטער און מוטער, אדער מחנך ומחנכת, וואס דער אויך, בשעת מ'איז מחנך אין אידישקייט, איז דאך דאס מלא עליו הכתוב כאילו ילדו, וכמדובר כמה פעמים.
¶4און ויהי רצון, אז די אלע ענינים זאלן נאכמערער מוסיף זיין, אז אין די זריזות אויף תוכף ומיד וועט קומען די גאולה האמיתית והשלימה, וואס דעמאלט ווערט דאך יעדער איד און אלע אידן און כל הדורות כולם מחוייבים במצוות ווי זיי זיינען כמצות רצונך, וואס דאס איז דאך בשלימות דוקא אין דעם מעמד ומצב פון גאולה האמיתית והשלימה יבוא תיכף ומיד ממש, על ידי דוד מלכא משיחא, ובמיוחד דורך די נאך שנעלער במיוחד על ידי מצות הצדקה, וואס יעדערער פון אייך ווערט א שליח והוספה צו די שליחות וואס ער האט דורך יעדער מצוה, כבדו את המצוות שהן שלוחי ועוד ועיקר. און דערמאנען נאכאמאל, אז דער אויבערשטער וועט זיכער מקיים זיין בהקדם הכי אפשרי, ביז תיכף ומיד ממש, די מצוה פון גואל ישראל און גואל ישראל תיכף ומיד ממש פון יעדער איד און פון כלל ישראל בגאולה האמיתית והשלימה.