RebbeHub
עב · EN
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

10 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1ס'איז דאך ידוע דער סיפור, אז בשעת די הולדת פון צמח צדק האט דער אלטער רבי געזאגט דעם מאמר חסידות וואס דערנאך איז דערפון געווארן די דריי פרקים, ערשטע פרקים פון ספר התניא, און וואס הויבט זיך אן דאך אויך דער תניא, און דערנאך אין חצאי ריבואה אדער איגל, מספר רי ג' דמידי משביעין אותו תהי צדיק וכו.' וואס דאס איז דאך אויך בפשטות די שייכות, אז דער משביעין אותו איז דאך דאס איידער דער תינוק יוצא לאויר העולם איז אט דעמאלט משביעין אותו, וואס דאס איז פארבונדן מיט דער הולדת פון כל אחד ואחת, ווי דער פירוש הפשוט אין דער גמרא דער אלטער רבי קלייבט אבער אויס, כמדובר לעיל, די גירסא, און שטעלט דאס אוועק בתחילת ספרו, מיט דעם ווארט תניא, וואס דאס איז דאך דער ענין התורה, לטשאר הרמזים בזה, כמבואר אין ספרים, אבער בפשטות איז דאך דאס דער ענין פון תורה, און אין תורה עצמה דער חלק התורה, וואס ער איז מחבר פנימיות התורה מיט נגלה דתורה, אורייתא וואס דאס איז תורה-שבכתב, וואס דארט איז מער פנימיות התורה בגלוי, מיט תורה שבעל-פה, וואס דארט איז בפשטות נגלה דתורה בגלוי, וואס דערפאר ווערט זי דאך אנגערופן פירושא וואס דאס איז דאך דער ענין פון תניא, און בפרט נאך ווי מ'ברענגט נאך א ראי'פון א מקרא מלא איז דיבר הכתוב. אין דער ענין פון משביעים, וואס כאמור איז דאס דער מאמר געזאגט געווארן אלס צוזאמען מיט הולדת יוציא לאויר העולם פון דעם זה פון דעם צמח צדק, איז דאך ווי דער צמח צדק טייטשט דאס אפ, ובארוכה, וכדרכו כאמור לעיל,

2דורך דער צוזאמענברענגען כל חלקי התורה צוזאמען, אבער צוזאמענברענגען זיי ביז וואנענט אז דאס ווערט א תורה אחת, אויך הבנתו והשגתו, אין חכמה בינה דעת, אויך פון אנשים וואס לכאורה געהערן זיי צו חוטב עציך ושואב מימיך, ווערט דאס בא זיי אויך דם ובשר כבשרא, לויט דער פירוש על פי חכמה בינה דעת פון תורה שבעל-פה אין תורה שבכתב, אז משבירין אותו נעמט דאס פון תכלית העילוי, וואס דאס איז דאך דער ענין הסובע, בפרט נאך ווי ער טייטשט דאס אפ אין זיין מאמר בזה, אז דאס גייט אויף ענין פון עתיקא, אויף דעם ענין התענוג, און דאס קומט אראפ ביז אין אן אופן פון א שבועה, וואס שבועה דארף דוקא זיין בדיבור על פי הלכה, און דארף זיין אין אן אופן אז מ'דארף אנקומען צו א שבועה, דערפאר וואס לולי השבועה איז דא א קא סלקא דעתך אדער א אפשרית אויף א דבר בלתי-רצוי, וואס דאס איז דאך ערטחתון שאין תחתון למטה הימנו דער קצה האחרון לגבי דעם קצה הראשון פון משביעין אותי לויט דעם אפטייטש פון תענוג, פון לשון שובא ותענוג. פונקט אזוי ווי פארשטאנדיק פון דעם ביאור אין דעם מאמר פון צמח צדק, אז דער שובא פועל'ט דערנאך אויף

3עשית האדם, וואס דארט איז המעשה הוא העיקר. וואס דאס איז דאך אויך ווי די הקדמה צו די ג'פרקים אין תניא, און ניט א הקדמה בפני עצמה ווי הקדמת המלקט, נאר דער שער און דעם לשון פון דעם מלקט עצמו פון דעם אלטן רבי'ן אליין, ווי נשיא דורנו האט מגלה געווען, אויך דער קרוב אליך הדבר מאוד בפיך ובלבבך לעשותו, וואס דאס זיינען דאך אויך די דריי ענינים פון מחשבה דיבור ומעשה, וואס זיי זיינען בדוגמא פון די דריי ענינים פון שופרות און זכרונות און מלכיות,

4לויט דער קביעות השנה בשנה זו, איז דאך דאס דער שיעור אין תניא אין די ענינים פון אותיות, און איז אויך מבאר פון דער התחלה ביז צום סיום, ווי אזוי ס'איז דא אין דערויף די דריי אופנים, און דאס זיינען אלע פארבונדן איינע מיט די צווייטע במחשבה ובדיבור ובמעשה, אדער דעם סדר ווי ער זאגט דארטן במעשה ובדיבור במחשבה. און מסיים אויך כידוע, וואס דאס איז דאך דער ענין און די שלימות פון חב אד בכלל, וכידוע די שיחה פון נשיא דורנו, אז אין ספירות, איז דער ענין פון צמח צדק איז דאס ספירת הדעת, וואס זי איז מבטחי כלל שת, וואס דאס איז דאך שת, וואס דאס איז דאך ווי חסידים טייטשן אפ, אז דערפאר איז ביי אים געווען ששה בנים, וואס כח הבן איז דאך כח הבן מכח האב וכו,' און דאס איז כליל כולה, און דערנאך קומט דאס אראפ בגלוי, ביז אין דעם ממלא מקומו, כמדובר בארוכה, ואין כאן המקום להאריך בזה. וואס אבער אויך והיו להוי'עד עולם, וואס דאס איז דאך ענינו פון דעם שם שקרו לי לא ממלא מקומו, וואס דער עולם איז דאך מאחד אין זיך ביידע קצוות, ער איז דארט געווען חמישים שנה, ווארום די חנה האט זיך אים אהינצו געבראכט ווען ער איז געווען שתי שנים בן שנתיים, דער חייו איז געווען נ'ב'שנה, ווי די גמרא זאגט, איז דאך דארט געווען וישב שם עד עולם וואס דאס איז אן עולם יובל, וביחד עם זה איז דאך אין ענין יוצא מידי פשוטו, אז דאס איז אן ענין פון עולם ונצחיות, ווי ס'איז געווען אויך בפשטות ענינים של שמואל הנביא,

5וואס ער איז דאך געווען בדוגמא ווי משה ואהרן גם יחד, כמבואר בארוכה בכמה מקומות, וואס דאס איז דאך ביי אים געווען ענינו וואס ער איז געווען דער וישב שם עד עולם עולם כפשוטו פון לשון נצחי וואס דאס איז אויך ווערט וועגן די אלע ענינים דערציילט לכל אחד ואחת, און אין אן אופן גלוי, וואס דאס גופא איז א הוכחה, אז דאס איז בכוחו של כל אחד ואחת, וואס דערפאר דערציילט מען דאס אים, אדער איר, בפרט לויט תורת הבעל שם טוב, אז פון יעדער זאך וואס א איד זעט אדער הערט, קענער און דארף ער אפלערנען, אן ענין אין עבודת ה', אני נבראתי לשמש את קוני ווי ס'איז געווען בא דעם ערשטן אדם, אדמה לעליון בא אדם הראשון, תיכף ביום ראשון להברא, און וואס ס'איז געווען א יום אחד, האט ער מגלה געווען אין כל הבריאה כולה, בבואו נשתחוה ונכרעה נברכה לפני הוי'יות און האט דאס אויפגעטאן בפשטות, אין גשמיות העולם, וואס דאס איז דאך דער ענין פון דירה לו יתברך בתחתונים, און דערנאך ווערט דאס דערנאך געגעבן צו יעדער אידן, וואס יעדער איד ווערט דאך אנגערופן בשם אדם על שם אדמה לי אדם העליון שעל הכסאו, עאכו כמה וכמה אז ער איז בדוגמא צו אדם הראשון, ווי די משנה און ברייתא זאגן אין מסכתא סנהדרין, וואס ענינו איז דאך פסקי דינים, אז דער אופן הבריאה של אדם הראשון איז באשטימט געווארן כדי יעדער איד זאל וויסן אז ער איז אן עולם מלא,

6און דערפאר איז ער נברא אין אן אופן אן אנדער אופן ווי כל שאר הנבראים וואס זיינען נברא געווארן זוגות, איז ער נברא געווארן דוקא יחידי, כדי דאס זאל אויפטאן דעם זעלבן ענין, און דא איז געווען פארקערט, כדי דאס זאל אויפטאן אין אן אדם יחידי האט דאס אויפגעטאן אין אדם הראשון, יציר כפיו של הקב",ה איז געווען באופן כזה, ה. וואס דאס איז אויך דורך דערויף ווי ער זאגט אין די התחלה פון תניא, אויפן שער-בלעטל, אין דעם לשון פון דעם אלטן רבי'ן, אז דאס איז בפיך ובלבבך לעשותו, וואס דאס איז דאך די ג'ענינים פון מחשבה דיבור ומעשה, כאמור לעיל. וואס דאס איז דאך אויך דער כלל וסדר השתלשלות, וואס ער ווערט דאך געטיילט אין דריי חלוקות, בריאה, יצירה, עשי משא'כן דערנאך ווערט א צמצום פאר דערויף איז דא א צמצום מיט א סוג בפני עצמו וכו'וכו.' וואס דאס איז דאך אויך דער אויפטו פון חוט המשולש און שלשה, ביז וואנענט אז דאס איז יעקב חבל נחלתו, און דאס ווערט א תואר און אן ענין בא יעדער אידן, דורך דערויף וואס ער שטייט אין א מעמד ומצב פון חבל, ווי מ'טייטשט דאס אפ, אז דאס ווערט צוזאמענגעבונדן פון דריי חוטים צוזאמען, ווערט דאס א חוט המשולש, א חבל נחלתו, און דאס ווערט דער חבל וואס איז מקשר, ווי דער אלטער רבי זאגט בספרו, א תניא אין אגרת התשובה, אז דאס איז מקשר יעדער אידן און אלע אידן מיט דעם אויבערשטן, וואס דאס איז דער שורש ומקור, ווארום ויפך באפיו נשמת חיים וואס דאס איז דאך געווען בראש השנה בנוגע צו אדם הראשון, ווערט דאס דערנאך ניט נאר מעין זה, נאר עושה הענין ממש, בכל אחד

7ואחד מישראל, ווארום ער האט אין זיך, און אין אן אופן פון ממש, חלק אלוקה ממעל ממש וואס דאס איז דאך דער מיטלסטער פרק אין די דריי פרקים פון דעם מאמר פון דעם אלטן רבי'ן, המזכר לעיל. און דאס שיינט דערנאך יעדער טאג, וביתר שאת וביתר עוז, ווארום יעדער איד הויבט זיך אן יעדער טאג מיט מודה אני לפניך מלך חי וקיים שהחזבת בי נשמתי, וואס דער עיקר גייט דאך דאס אויף חלק אלוקה ממעל ממש, ווארום די חיי הגשמיים של הגוף, ואדרבא כלי העיקול וכיוצא בזה, זיינען מער בתוקף, און דוקא בשעת השינה ווי דאס איז בשעת הקיצה, ווען יואר משנתו, ווי מ'זעט דאס אויך בפשטות און כמבואר אין חסידות. וואס דאס שפיגלט זיך אפ אין טאג-טעגלעכן לעבן, על אחת כמה וכמה אין אחרית שנה, וואס דעמאלט מאכט מען דאך דעם הכל פון כל השנה כולה, ובפרט בשנה זו וואס דאס איז א שנת העיבור, מאכט מען דאך א סך הכל פון ברייצן חדשים אחד, וואס דאס איז דאך בימטריא אחד און זיי שטייען בגלוי אין אן אופן פון ברייצן, און דאס ווערט דערנאך דער סך הכל של כולם ווערט דאך אנהויבנדיק פון חי אלול, אבער דער סך-הכל פון דעם סך-הכל איז דאך דאס בערב ראש השנה, וואס דאס איז דאך אן ענין וואס דאס איז היום בפשטות אין דעם טאג ווען מ'האט זיך צוזאמענגעקליבן אין בית הכנסת, וואס מ'קלייבט זיך אלע צוזאמען, וואס דערפאר איז נקרא שמו אשר יקראו לו בלשון הקודש איז דאס בית הכנסת,

8און דאס איז אויך א בית תפילה, שמגדלין בו תפילה, און אויך תורה, און אויך א בית המדרש, וואס דארט איז דער ענין פון תורה אחת לכולנה, און תפילה איז דאך נאך מערער, אז זי איז טופל ומחבר און מאכט איין זאך פון תורה פון אידן און הקב,"ה, ביז אז דאס שטייט בגלוי, בחיי יום יום, לערנט תורה מיטן כח פון דעם הקב,"ה, וואס הקב,"ה עוזרו און מיטן כח פון אנכי עומד ביניכם ובין הוי'אלקיכם פון די נשיאים, וואס דאס איז דאך געווען, ווי ער איז מבאר בארוכה עומד ביניכם אין אן אופן ניט חס ושלום פון א מיטורגמן, נאר אין אן אופן וואס ער איז מחבר און מאכט איין זאך פון די ביידע וואס ער איז עומד ביניכם און מיט זיך אליין, כמבואר בארוכה בכמה שיחות פון רבותינו נשיאינו.

9מזלו גובר, וואס א מזל פון דעם אידן איז דאך עין מזל לישראל, דער חלק אלוקה ממעל ממש און אין אן אופן ווי ער שטייט עין אין דעם אפטייטש, אז דאס איז עין דערפאר וואס ער איז ניט מוסג, ס'איז אבער אדרבא דאס איז דער יש האמיתי, און דאס איז דער יש האמיתי פון דעם וואס מזלו גובר, און אזוי איז ער ממשיך דערנאך בכל אנשי הדור, ווארום הנשיא הוא הכל שטייען זיי פריער אלע ווי אלע טעג פון יאר שטייען אין דעם ראש, און דערנאך שטייען זיי יעדערער במקומו, און ווערן אנגעפירט פון דעם נשיא, פון דעם ראש, כל אחד ואחת במקומה.

10גדול אין דעם קהל, אז ס'ווערט פארבונדן מיט גדול הוי'ומעולל מאוד, וואס דאס איז דאך דער ענין פארבונדן מיט ראש-השנה, וואס דעמאלט איז דאך געווען הוי'מלך גיוס לבש גדול הוי'בשלימות. און דאס קומט אראפ בכל יום ויום, גלייך ביים זאגנדיק מודה אני לפניך מלך על אחת כמה וכמה אין תכלית און סך הכל פון כל השנה, וואס דאס איז דער אחרית שנה, דער יום סיום החשבון, וואס דאס איז ערב ראש השנה, וביתר שאת וביתר עוז אין שנת העיבור, כמדובר לעיל, און דאס מאכט דערנאך נאך העכער און נאך טיפער און נאך ברייטער און נאך ליינגענער דער ענין פון ראש השנה. און דאס ווערט די הכנה קרובה, קרובה ממש, ומיד, צו יום שכולו ארוך גם בתחילתו כלשון פון דעם אלטן רבי'ן, גאולה האמיתית והשלימה, במהרה בימינו ממש.

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים