עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-ma41bss8

kind
paragraph
order
TR
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@rebbehub-whisper-v3","edited":true}
content
אריינגיענדיק מרגל זיין ארץ-ישראל, זאל מען א קוק-טאן די אלע ענינים וואס ס'טוט זיך מיט די גשמיות פון ארץ-ישראל, און האט דוקא אויסגעקליבן אט די צייט, "והימים ימי ביכורי ענבים", ווי ענבים איז דאך פון די פירות שבהם נשתבחה ארץ-ישראל, האט ער אויסגעקליבן די צייט וואס זאלן גיין ארומקוקן ארץ-ישראל די גשמיות'דיק, און ווען די גשמיות שטייט אין דעם שטארקסטן אנטפלעקטן אופן אלס גשמיות, אז דאס איז ענבים וואס דאס איז פרי אין וועלכע מ'איז זיך משתבח, און אין דערויף גופא איז דאס אין א צייט ווען דאס איז ביכורי ענבים ווען די ענבים שטייען אין דער גאנצער שלימות שלהם. און אויסגעקליבן ס'איז דאך דא נאך פירות שנשתבחה בהם ארץ ישראל, אז [נבון?] האבן אט די תכונה, אז מ'זעט אין זיי, אז נאך איידער מ'נעמט פאנאנדער דעם וויינטרוב, זעט מען שוין די פנימיות פון דער וויינטרוב, מיט דעם קערנדל וואס געפינט זיך אינעווייניק אין דעם וויינטרוב, און מ'זעט אויך די חיצוניות פון דעם וויינטרוב, די שלאכץ,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions