טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.
¶1ווי אלעמאל אין דער צייט פון יאר נוצט מען דאך אויס אויף באשטימון דוקא אין דער צייט דער ענין פון קרנס נשים ובנות ישראל, וואס איינע, און דער עיקר ביאור אין דעם איז דאך, ווי ס'שטייט בא דעם סיפור פון מתן תורה, ווי דער אויבערשטער האט אנגעהויבן זאגט משה רבינו, ווי אזוי ער זאל צוגערייטן אידן צו קבלת התורה, ווארום ס'קומט די צייט פון מתן תורה, די צייט פון געבן די תורה, געבן די תורה גיט מען דאך דאס צו בני ובנות ישראל, צו דעם גאנצן אידישן פאלק, און ווי מ'זאגט אויך מורשה קהלת יעקב, אז אין צוגאב דערצו וואס דער אויבערשטער גיט דאס אלס מתנה, איז אייגענטלעך איז דאס אן ענין פון ירושה זינט די אבות און די אמהות, אברהם יצחק ויעקב, און די פרויעס זיי, שרה רבקה רחל לאה, ובללא זילפע,
¶2וואס זיי האבן מייסג געווען און פון זיי איז דערנאך ארויסגעקומען דער גאנצער אידישער פאלק, די אלע צוועלט שבטים, צוזאמען מיט שבט לוי, אלס א דריי דריייצנטער שבט, אדער ווי איז דאך א תחילה, איינע פון די צוועלט שבטים, און דערנאך איז דערפון ארויסגעווארסן יעדער איד און אלע אידן עד סוף כל הדורות, אויך דעם דור הגאולה, וואס דעמאלט וועט דאך זיין דער מקדש אדנ'כוננו ידיך ותורה חדשה מאיתי תצא אז דער אויבערשטער גיט פון דאסניי גאנץ תורה, און נאך מערערער ער גיט ענינים חדשים אין תורה, וואס ערשט דעמאלט ווערן זיי אנטפלעכט פון דעם אויבערשטן אליין, און נתחדש פון דעם אויבערשטן אליין. וואס די הכנה דערצו איז דאך אויך דורך מעשינו ועבודתינו, דורך דערויף ווי אידן פירן זיך אויף אין דער הכנה על דרך ווי ס'איז געווען די הכנה צו מתן תורה דעם ערשטן מאל, איז דאך געווען אויך ווי דערציילט אין תורה שבעל פה, האבן אידיקע געהאט א תשוקה, א גלוסטונג, אז ווען האט מען זיך שוין
¶3ערווארטן אויף דעם טאג פון מתן תורה, וואס דערפאר איז אויך דערנאך דערפון ארויסגעקומען די מצוות פון ספירת העומר, אז מ'הויבט גלייך נאך דערויף ממחרת השחלת, וואס דאס מיינט מען פון ממחרת פון מצרים הויבט מען גלייך אן און גלייך דעם טאג לאחרי זה, און אין דעם טאג עצמו די התחלה פון דעם טאג, די התחלה פון דער נאכט, וואס דאס איז דאך מיט תפילת ערבית, און דערנאך, נאך דער תפילה, האט מען גלייך די מצוה פון תפילת העומר, וואס תפילת העומר איז דאך די טעג וואס מ'ציילט ביז חג השבות, וואס דאס איז דער זמן פון מתן תורתנו. איז דאס אפגעשפידלט געווארן, און דאס האט זיך גענומען דערפון וואס בשעת אידן זיינען ארויס פון ארץ מצרים האבן זיי גלייך געוואוסט פון משה רבינו, אז ביוציאך את העם הזה ממצרים תעבדון את האלקים על ההר הזה דער ענין פון יציאת מצרים איז, כדי דערנאך דינען דעם אויבערשטן, און קענען דינען דעם אויבערשטן, און וויסן
¶4ווי אזוי צו דינען דעם אויבערשטן, און דעם אויבערשטנ'ס הסכמה וברכה אויף דעם? דארף מען טאקע האבן ההר הזה וואס דאס איז ניט קיין מצרים, ס'איז גאר ווייט פון דארטן אין א מדבר, און אין א מדבר סיני, וואס דארט איז געווען דער ענין פון מתן תורה, דאס איז אבער פארבונדן מיט דעם טאג און מיט די התחלה און מיט די ערשטע רגעים פון ארויסגייענדיק פון מצרים, צוזאמען דערמיט פון די מנהגים פון מצרים, און דער אופן פון דעם לעבן ווי ס'איז געווען אין מצרים, דעם פאלק פון ארץ מצרים, וואס דארט איז געווען דער מושל בכיפה, דער עיקר פון אלע פעלקער אין יענער צייט איז געווען די מלוכה פון אלע פעלקער, דער עיקר מלך פון אלע פעלקער, און דער עיקר הנהגה און אלע פעלקער, אין דעם פאלק פון מצרים און אין מלך מצרים, פרעה מלך מצרים, און די אלע ענינים שפיגלט זיך דערנאך אויך אפ אין יעדער דור און יעדער יאר, און נאך מערער אין יעדער דור, וואס יעדער דור איז דאך בדוגמא איז דאך כולל אין זיך אלע אידן, במילא איז דאס כולל אין זיך אלע אפשטאמיקער פון
¶5עם אידישן פאלק זינט דער אידישער פאלק איז געווארן א פאלק, וואס דאס איז דאך געווען בא מתן תורה, וואס דעמאלט איז בחרתנו מכל העמים האט דער אויבערשטער אויסגעקליבן די אידן אלס א פאלק פון אלע פעלקער פון דער גאנצער וועלט, און האט זיי גלייך צוגעגרייט און גלייך אריינגעפירט אין דעם ענין פון צוגרייטן זיך צו מקבל זיין תורה, און דערנאך איז דורכגעגאנגען א פאר טעג איז געווען דער מתן תורה פון דעם אויבערשטן אליין, און דערנאך קומט דאס אזוי ארויס און שפיגלט זיך אפ אין יעדער דור בפני עצמו, ביז אז נאך מער בפרטיות-אין יעדער יאר בפני עצמו, איז אויך דא די טעג וואס דעמאלט פראווענט מען דעם יום-טוב פון זמן חירותינו, מצרים וואס דאס איז דער זמן פון יציאת מצרים, וואס דעמאלט זיינען אידן באפרייט געווארן פון דעם שעבוד פון ארץ מצרים, און קומט גלייך נאך דערויף און אין צווישן איז דא די ציילונג וואס אידן ציילן די טעג ווען וועט שוין אנקומען דער זמן פון מתן תורה, דער זמן פון תעבדום את האלקים על ההר הזה. וואס מ'פרעגט דאך אויף דערויף
¶6די שאלה, וואס איז די ערקלערונג פון ציילן טעג אין טבע פון א מענטשן איז, אז מ'ציילט אזא מין זאך, וואס אויב מ'וועט דאס ניט ציילן קען מען עפעס פארפעלן, אדער מ'קען עפעס מוסיף זיין, מערער וויפל ס'דארף זיין. בשעת מ'ווייס אז מ'דארף דאס ציילן אט דעמאלט באווארנט מען, אז ס'זאל זיין וויפל ס'דארף זיין, ניט מערער און אויך ניט ווייניקער, עאכו כמה וכמה. וואס דאס איז דאך שייך זאגן ביי זאכן וואס קענען פארלארונגען, אדער מ'קען דארטן צוגעבן דער ענין פון טעג, הענגט ניט אפ אן א מענטשן ווי וואס דער מענטש טוט און ווי ער פירט זיך אויף האט דאס ניט קיין השפעה, קיין ווירקונג ניט, אויף דער צאל פון די טעג. ס'קען האבן א השפעה אויפן מענטשן, צי ער מאכט פון די טעג אז ס'זאל זיין טעג אנגעפילט מיט א גוטן אינהאלט, אדער חס ושלום ליידיקע טעג, אדער נאך שווערער, א טאג, אז ס'איז דא א טאג וואס אין אים קומט אויס א מעשה אדער א דיבור אדער א מרשלה, וואס זיי זיינען בלתי-רצויים, ניט קיין וואונטשנ'ס ווערטער, משא נכן אבער דער טאג אליין
¶7וואס דאס ציילט מען דאך בשעת מ'פראוועט ספירת העומר ציילט מען ניט די מצוות, אדער די ניט-מצוות, היפך פון די מצוות וואס מ'האט געטאן אין די טעג און די נעכט מ'ציילט מערניט ווי דער נוסח איז היום יום ראשון און היום יום שני ימים, אז דאס איז איין טאג דורכגעגאנגען אדער צוויי טעג, אדער נאכמערער טעג, און אזוי אויך שבוע אחד, איין וואך אדער צוויי וואכן אדער מערערע וואכן, און מ'דערמאנט גארניט דעם ענין צי ס'איז געווען א סך מצוות, צי ס'איז געווען א סך חס ושלום זאכן וואס זיינען ניט פארבונדן מיט מצוות אדער ערגערע זאכן נאך מערניט וואס מ'ציילט די טעג. און אויף דערויף ענטפערט מען, אז אין דערויף איז אויסגעטיילט, על דרך ווי אתה בחרתנו מכל העמים אז דער אויבערשטער האט אויסגעטיילט אידן פון אלע פעלקער, איז דאך דאס א זיכערע זאך אז זיי האבן דאס פארדינט, און פארדינט דארט אין זאכן אין וועלכע דער אויבערשטער איז פארקאכט, ניט נאר דער אויבערשטער וויל זיי האבן, נאר ער איז פארקאכט אין דעם,
¶8און דאס איז זיין רצון וחפץ והאמיתי, עד כדי כך אז דאס אין דערויף באשטייט די אומפירונג פון יעדער אידן, אז דאס איז ביי אים א זיכערע זאך, אז ס'איז א זיכערע זאך אז ער דארף אנפילן אלע זיינע רגעים, און זיכער אזוי אלע זיינע טעג און אלע זיינע וואכן, דארף ער זיי אנפירן מיט ג-טלעכקייט, מיט הנהגה בפועל, מיט אויפפירן זיך די פועל ממש, לויט דעם גנטלידים רצון פון דעם אויבערשטן.- ניט אויף דערויף דארף ער מחדש זיין, נאר מאכן אויף דערויף א ברכה מיוחדה, ווי מ'מאכט אויף ספירת האומר, דערפאר וואס דאס איז א פשוט'ע זאך און א זיכערע זאך און אן איינפאכע זאך, אז מ'דארף אויף דערויף ניט שייך, אז ס'איז דא זאגן אז ס'איז דא א חידוש ס'איז קיין חידוש ניט אז א איד לערנט אויב און איז מקיים מצוות, אז אויך בנוגע צו פרויען, און אויך בנוגע צו קינדער האבן דאך אויך זייערע מצוות וואס זיי זיינען פארבונדן מיט פרויען, פונקט ווי ביי מענער, וואס דאס איז די אלע מצוות שאין הזמן גרמא, וואס זיי זיינען ניט פארבונדן מיט א באשטימטן טאג, אדער מיט א באשטימטער
¶9צייט אין יאר, נאר דאס איז קיין אונטערשייד ניט אין וועלכע טאג און וועלכע צייט אין יאר, וואס דעמאלט איז אויסגעגלייכט אין די אלע מצוות מענער און פרויים בתכלית השוה פונקט די זעלבע זאך ווי דאס איז בא מענער, אזוי איז דאס אויך בא פרו ויען. און דערנאך איז דא די מצוה שאין הזמן גרמא, איז דאך אויך דער דין, ווי די כמה מצוות, אנהויבן פון די מצוות פארבונדן מיט חג הפסח, וואס דאס איז דאך די מצוה פון עסן מצות, און די מצוה פון די ד'כסות, און ס'איז דאך פארבונדן מיט א באשטימטער צייט אין יאר, טרעדט מען דאך און מ'פירט זיך אזוי, און על פי שכן ערוך איז אזוי, אז מענער און פרויען זיינען גלייך אין דער אכילה, אין דער מצוה פון דער עסן פון די דריי מצות, ועד דרך זה אויך אין דעם טרינקען פון די ד'כוספות בפסח, אין באם סדר, און על דרך זה אויך בנוגע צו חג השבועות, איז דאך א זיכערע זאך אז אין דערויף זיינען גלייך מערער און פרויען, ואדרבא אין שבועות איז גאר ניטא קיין מצות מיוחדות, מערניט ווי די מצוה דאס איז זמן מתן
¶10תורתנו, במילא דארף מען זיין צוגעגרייט אויף באקומען די תורה. און בנוגע צו באקומען די תורה געפינט מען, אז דוקא אין דעם ענין פון חג השבועות, איז בשעת דער אויבערשטער האט געזאגט משה רבינו, ווי אזוי ער זאל צוגרייטן די ענין צו קבלת התורה צו חג השבועות, האט ער אים אנגעזאגט, אז פריער דארף זיין דבר אל בית יעקב, אמור אל בית יעקב און ערשט דערנאך דבר אל בני ישראל, און ווי אונזערע חכמים טייטשן דאס אפ דער חילוק הלשונות, אז בשעת מ'דערמאנט בית יעקב צוזאמען מיט בני ישראל, איז בית יעקב מיינט מען דאס אט די פרויען און די מיידלעך וואס זיי געהערן צו מדות צושן פאלק, פון זיי און אלע צוזאמען, ובני ישראל נעמט מען דאס די מענער און די זין וואס זיי געהערן צום אידישן פאלק, און זיי ווערן אלע נכלל אין דעם נאמען פון בית ישראל.
¶11און אין דערויף האט מען נאך געזאגט נאכמערער, אז דער סדר אין דערויף דארף זיין, דער ענין אז פריער דארף זיין מורי בית יעקב און ערשט דערנאך ותגיד לבני ישראל און די חכמים טייטשן דאס אפ, אז בשעת דער אויבערשטער האט אנגעזאגט משה רבינו, האט ער אים אנגעזאגט, אז ניט ער זאל רעדן צו דעם גאנצן אידישן פאלק מיט אמאל אלע צוזאמען, וואס בשעת דער אויבערשטער האט געזאגט די עשרת הדברות, און דערנאך די כמה ענינים שבתורה, איז דאס געווען גלייך און צוזאמען צו אנשים און צונשים, אפילו ווען ס'ווערט דערמאנט אין פסוק דבר אל בני ישראל איז אבער בנוגע צו עשרת הדברות, זיינען דעמאלט געווען אלע אנשים און אלע נשים און אלע קינדער אלע צוזאמען, און זיי אלע צוזאמען האבן געהערט בבת אחת די אלע עשרת הדברות, אנהויבנדיק פון דעם ערשטן ווארט, וואס דאס איז דער ווארט אנכי, ביז צו דעם לעצטן ווארט פון עשרת הדברות, לרעך,
¶12מיט די אלע ווערטער וואס בינתיים, און אין דערויף איז ניט געווען קיין אונטערשיד צווישן אנשים און נשים און טף, אין הערנדיק אט די אלע ווערטער פון אנכי הוי'אלקיך ביז קול אשר לרעך. וואס אט דאס איז אויך די אפלערנונג בהנוגע צו יעדער יאר, אז דוקא ווען ס'קומט דער חג השבועות, וואס ס'הויבט זיך דאך אן גלייך באז דעם ערשטן טאג, מיט די קריאה בתורה פון עשרת הדברות פון מתחילתם ועד סופם, כולל אויך ווי אזוי מ'האט זיך געדארפט צוגרייטן אידן צו הערן די עשרת הדברות, וואס דאס איז די פסוקים אין וועלכע ס'רעדט זיך אין דער קריאה איידער מ'קומט צו דערציילן די עשרת הדברות, איז אט דעמאלט געווען פאר כף גאר, אז דער חתחילה האט מען אנגעזאגט זאגט דעם אשה רבינו צוגרייטן די פרויען, אז זיי זאלן זיין צוגעגרייט, אפילו וואס דערפאך גיט מען און מ'רעדט מיט זיי דעם לשון רכה מיט א בויכן לשון און מיט א געשמאקן לשון און מיט א פריילעכן לשון,
¶13כדי בא זיי זאל דאס דאס צונעמען נאך שנעלער, ובמילא נאך טיפער, און נאך הארציקער, וויבאלד אז דורך זיי דארף דאס אנקומען צו דעם גאנצן אידישן פאלק אין די טעג פון מתן תורה, אין די שעות פון מתן תורה, און נאך מערער דורך דערויף קומט דאס דערנאך אן צו די אלע אידן במשך כל הדורות כולם, לוי אויך איינגעשלאסן אויך דעם דור פון דור הגאולה, אונזער דור, וואס ס'איז דאך דער לעצטער דור פון גבות, און דער ערשטער דור פון דער גאולה, על ידי משיח צדקנו, יבוא ויגאלנו ויוליכנו קוממיות לארצנו בקרוב ממש, איז שוין דעמאלט צוגרייט געווארן, אז צום אלעם ערשטן דארף מען צוגרייטן די פרויען, אז זיי זאלן ווערן דורכגענומען מיטן געדאכט, אז דער אויבערשטער גייט געבן אידן תורתו, חכמתו ורצונו של הקב,"ה, און גייט דאס געבן יעדער אידן און אלע אידן, און גייט דאס זיי געבן סיי אלס יחידים און סיי אלס משפחות און סיי אלס שבטים און סיי בית-עבר
¶14און ווי דער גאנצער אידישער פאלף אלע צוזאמען. וואס דאס איז אויך איינע וואס מאכט פארשטאנדיק פארוואס מ'האט דאס אנגעהויבן צוגרייטן דוקא דורך נשים ובנות, ווארום ווי מ'זעט אויך אין טבע האדם, אז בשעת מ'וויל באווארענען אז די הויז זאל געפירט ווערן אין א באשטימטן אופן הענגט דאס אפ בעיקר, אן עקרת הבית, אן די פרוי און די באלעבאסטע פון דער הויז, וואס דערפאר איז זי איינע פון די טעמים וואס זי ווערט אנגערופן עקרת הבית, ווארום זי איז דער עיקר פון דער הויז, פון דעם בית, אפילו די וואס האבן נאך ניט חתונה גזm, זיי גרייטן זיך דאך אבער, אז אינגיכון וועט קומען די צייט, און דעמאלט וועלן זיי אויך ווערן א שידוך טוב, און א בנין עד יד, און עקרת הבית אין דער אייגענערער הויז, במילא גרייטן צו שוין די קליינע מיידעלע, אז זי זאל וויסן ווי אזוי זי דארף וואקסן, כדי דערנאך אז זי וועט אויסוואקסן זאל זי זיין אן עקרת הבית אין תכלית השלימות. וואס לש לומר, אז דאס איז אויך איינע פון די טעמים וואס איידע ס'קומט דער ענין פון מתן תורה און
¶15אין חג השבועות, האט מען די ביידע סדרה'ס פון בהרל בחוקותי און דערנאך אויך די סדרה פון במדבר סיני, און אלעמאל איז אבער דא דיסט דא איז אמאל איז נאך דערנאך, וכמדובר כמה פעמים. וואס תורה איז פארבונדן מיט צוויי תכונות בנפש, כדי א איד זאל האבן אין זיך די שטארקייט און די ברייטקייט, אז ער פארלייגט זיך, אז ער וועט לערנען תורה און מקיים זיין די מצוות וואס ס'רעדט זיך וועגן זיי אין תורה, וועט דאס זיי מקיים זיין אין אזא מין אופן, אז דאס ווערט א מצוה של הקב,"ה ער און זי זיינען מקיים דעם אנזאג פון דעם אויבערשטן, און פירן אזוי אויך זייער גאנצע הויז, במילא איז אויך פארשטאנדיק, אז דאס געהערט צו דער תכונה, צו די תכונות, צו דעם כאראקטער פון א פרוי בכלל, ובפרט פון א אידישע פרוי, אז מ'האט די השפעה, און אן איר הענגט אפ די אויפבירונג פון דער גאנצער הויז,
¶16און אויך דער חינוך אפילו פון די אינגעלעך וואס אין דער הוי איז, על אחת כמה וכמה פון די מיידעלעך וואס אין דער הוי איז, און ס'קומט נאך צו אין דעם חינוך פון די בנות, אז זיי גרייטן און זיי זיינען אויך מחנך זייערע טעכטער, אז זיי זאלן וויסן זיין, אז זיי האבן א שליחות פון דעם אויבערשטן, אז בשעת די טאכטער וואקסט אויס, און נאך פאר דערויף הויבט זיך אן לערנען אויף אנצינדן ליכט ערב שבת און ערב יום-טוב, וואס בשעת מ'צינדט אן אפילו אן איין און איינציקע ליכטל מאכט דאס ליכטיק דעם גאנצן חדר אין וועלכן מ'האט אנגעצונדן די ליכט, און אויב דאס איז א חדר א גרויסער, אדער ווי ס'איז געווען אין יענער זמן, אז מ'האט געלעבט אין אוהלים, אין געצעלטן, איז געווען א געצעלט האט דאס זיך כולל געווען כמה וכמה ענינים, על דרך ווי אין א דירה ווערט דאס פאנאנדערגעטרוקט אין באזונדערע חודאים, און בנוגע צו געצעלטן איז געווען דעם זעלבן געצעלט כמה וכמה ענינים, אף על פי וואס מצד הצניעות איז געווען אזוינע משפחות וואס זיי האבן געהאט באזונדער א געצעלט פאר מענער און באזונדער א געצעלט פאר פרויען,
¶17דאס איז געווען אלס אן אויסנאם, און ניט יעדערער האט דאס געקענט אויספירן, במילא איז פארשטאנדיק אויך אט דאס וואס דערנאך איז ארויסגעקומען די שליחות פון יעדער פרוי און פון אלע פרויען, פון אידישע פרויען, במשך כל הדורות כולם, אז זיי זאלן מחנך זיין צום אלעם ערשטן זיך אליין, ווארום אין צוגף דערצו, וואס עלטערן זיינען מחנך קינדער, ליגט דאך אויך א חוב קדוש און א מצוה קדושה, אז יעדערער דארף טאן כל התלוי בו, אלץ וואס הענגט אפ אן אים אדער אין אים, אויף נאך צוגעבן אין דעם חינוך נאכמערער און נאכמערער, און דערנאך וויסן, כולל אויך בהנוגע צו פרויען, צוגעבן אז ס'זאל אויך צוקומען דערנאך, צוגעבן במילא אין דעם חינוך עצמם, כדי דערנאך זאל דער צוקומען אין דעם חינוך פון דער גאנצער הויז.
¶18און דאס איז אלץ פארבונדן אויך מיט ספירת העומר, אף על פי וואס בכללות איז די מצוה פון ספירת העומר זיי זיינען גאר פרויען ניט אזוי מחוייב, האבן זיי אבער אויך דעם ענין אז זיי ווייסן פון דער מצוה, און זיי זיינען מחנך און העלפן ארויס דעם פאטער אדער דעם עלטערן ברודער, אז ער זאל חס ושלום ניט פארפעלן איין ספירה, און מ'איז אים מסביר, וואס כח ההסברה איז דאס בעיקר מצד דערויף וואס דערצו דארף מען האבן א חושן חינוך, און מ'דארף האבן דערצו א ווייכן צוגיין, במילא ווערט דאס בעסער נתקבל און טיפער נתקבל בא דעם מחונך אדער בני מחונכת, במילא פארלאזט מען דאך דאס דער עיקר, ובפרט ביז דער קינג גייט שוין אריין, ער ווערט שוין אלט פינף יאר, זעקס יאר, אדער נאך עלטער געהערט דאס רובו ככולו צו דער מוטער און אויך צו דער עלטערער שוועסטער, און זיי גרייטן די אלע ענינים צו אויף א בעסטן אופן, אין א גוטן אופן, און מיט א וויכן צוגאנג, און מיט א לעבעדיקן צוגאנג, און צוזאמען דערמיט מיט א הארצישן צוגאנג,
¶19במילא גייט אריין דער חינוך וואס קומט פון די פרויען און פון אן עלטערע שוועסטער גייט דאס אריין פון זייערע הערצער, אין די הערצער פון די מחונכים ומחונכות פון די וועמען זיי זיינען מחנך. און דאס גיט נאכמערער צו, אז דאס זאל האבן א דוי'האפצע, א שטערנדיקע ווירקונג אויף דען גאנצן יאר, כאטש אפילו שבועות גאר אין תחילת השנה, און מערניט ווי צוויי טעג, און אויך אפילו די ספירי טעג איז דאך מערניט ווי שבעה שבועות, און דערנאך דארף דאס פועל זיין אויפן גאנצן יאר, אז דער גאנצער יאר זאל זיין א יאר פון תורה ומצוות, במילא וועט דאס אויך זיין א יאר פון פרנסה טובה, ווי מ'האט ערשט געלייענט אין דער סדרה, אז אין בחוקות יטילכו
¶20ברכות, וויבאלד אז את מצוותי תשמעו, איז אט דעמאלט וועט זיין די אלע ברכות וואס מ'רעכנט דערנאך אויך אויס בפרטיות אויך די ברכה, אז אן דערויף הענגט אפ די ברכה פון ואולך אתכם כוממיות, אז ס'קומט די צייט און דער מעמד ומצב, אז אידן גייען ארום מיט אן אויפגעהויבענע קאפ, האבן אויף זיך ניט קיין מלכות האומות, ווארום זיי האבן שוין דערגרייכט דער ענין פון גאולה האמיתית והשלימה. וואס אין דערויף אויך האבן דאך די נשים צדקניות שבכל דור א שליחות מיוחדה, ווי דערמאנט מערערע מאל אז ס'שטייט וואס דער אריז'ל האט איבערגעגעבן, אז פונקט אזוי ווי ביים ארויסגאנג פון מצרים, איז בזכות נשים צדקניות יצאו אבותינו ממצרים אזוי איז אויך דער לעצטער דור פון גלות און דער ערשטער דור פון גאולה, וועט מען אויך דעמאלט ארויס פון גלות די גאולה האמיתית וועט קומען די גאולה האמיתית והשלימה, דורך די נשים צדקניות ובנות צדקניות וואס וועלן זיין אין דעם לעצטן דור פון גלות במיוחד, און וואס זיי לייגן זיך אריין
¶21איז די גאנצע הארציקייט ווי דאס איז פארבונדן און דאס איז בטבע פון א פרוי און בטבע פון א מיידעלע, אפילו פון א קליינע מיידעלע, ווי ס'שפינגלט זיך אויך אפ אין דעם, וואס אפילו א קליינער מיידעלע, על אחת כמה וכמה אן ערוואקסענע, מאכט זי דאך ליכטיק דעם צימער אין וועלכן זי בענטשט ליכט ערב שבת און ערב יום-טוב און ערב שבועות במיוחד, ווי גערעדט מערערע מאל מאכט זי דאך ליכטיק דעם גאנצן צימער אין וועלכן זי האט אנגעצונדען די ליכט, און בשעת די ליכט ווערט אנגעצונדען אין א גרויסן צימער, אדער ווי ס'פירט זיך ביי אידן אין דעם צימער וואו מ'עסט די סעודת שבת און סעודת יום-טוב און אויפן זעלבן שולחן, מאכט דאס אויך ליכטיק און קלאר, אז ס'זאל זיין אן עסן ווי א איד דארף עסן, און ווי אידישע פרוי דארף עסן, און ווי קיין אידישע קינדער דארפן עסן און טרינקען, וואס דאס דארף זיין דוקא כשר'ע מאכלים, און דוקא כשר'ע משקעות, און דאס ווערט דערנאך דם ובשר כבשרו דערפון ווערט שטארקער און אויפגעבויט דער גוף פון א אידן אויך אין א כשר'ן אופן און אין א ריינען אופן און אין א הייליקן אופן, וואס דאס היילט
¶22נאכמערער צו, אז ס'זאל זיין דער תוקף, כהקדם, און נאכמערער מיד ממש, דער גור הגמולה, אז אונזער דור ווערט דער לעצטער דור פון גלות, במילא קומט גלייך די רגע לאחרי ווי מיר האבן זיך געטראפן, און מ'רעדט אין די ענינים קומט גלייך דער רגע פון גאולה האמיתית והשלימה על ידי דוד משיח צדקנו, וואס דעמאלט איז דאך אויך די צייט ווען די אבות און אמהות, אברהם יסוק ויעקב, און שרה רבקה רחל ולאו בילה וזלפה, ווערן דערנאך תחיית המתים, קומען זיי גלייך ארויס וואס זיי ווערן פון די ערשטע, וואס מיט זיי איז דער ענין פון תחיית המתים, און זיי גייען דער ראש ובראשונה, און דער נשיא פון אונזער דור, דער רבי דער שווער, דער ראש ובראשונה, במיוחד פון אונזער דור, גייט מען גלייך צוזאמען מיט משיח צדקנו, און מיט אלע צדיקים און מיט יעדער אידן און מיט אלע אידן פון אלע דורות לארצנו הקדושה, און דארטן אין ירושלים עיר הקודש, ובהר הקודש ובבית המקדש.
¶23און דארטן גופא האט מען אויך דער ענין התורה און די לוחות, וואס דער סוער ארט איז דאך אין קודש הקדשים, וואס דאס איז דאך די פנימיות און דער עיקר פון ועשו לי מקדש איז דאך, ווי עס שטייט גלייך נאך דערויף, אז די התחלה אין ועשו לי מקדש ברוחניות איז דער ענין פון ועשו לי ארון אז מ'האט גלייך געמאכט צום אלעם ערשטן דעם ענין פון דעם ארון, זאל קענען גלייך אריינלייענגען אהינצו די לוחות ראשונות און די לוחות אחרונות, מיט די אלע ענינים וואס זיי זיינען געשטאנען ברמז, אדער צוזאמען אויך מיט דער ספר-תורה, וואס מ'האט דאס אויך אוועקגעלייגט לעבן דעם ארון אדער אין דעם ארון, ווי גערעדט בארוכה אין די פריערדיקע התוועדות וכו.' און יהי רצון, אז יעדערער פון אייך בתוך כלל ישראל וועט זיך במילא איבערגעבן, און די אלע זאכן וואס רעדט זיך דא, איז דאך דאס ענינים וואס דאס איז נוגע צו יעדער אידישער פרוי און יעדער אידישע מיידעלע, און ניט געקוקט אין וועלכן ארט זיי געפינען זיך אדער אין וועלכן לאנד זיי געפינען זיך, אפילו אז מ'געפינט זיך ווי מיר געפינען זיך אין גלות, און אין גלות עצמו
¶24געפינט מען זיך ניט אין אן ארט וואו ס'איז דא א סך שול און א סך בתי כנשיאות, און א סך בתי מדרשות און א סך ישיבות, דאס איז דאך אויך דא אזוינע ערטער וואס דארט איז דאס ווייניק פון די ענינים דערוויילע, און מ'ווארט אז אידן זאלן אהינצו קומען און מוסיף זיין בזה, אדער אידן פון דארטן זאלן ארויסגענומען ווערן פון דארטן, ובפרט על ידי משיח צדקנו, דרוק דערויף וואס די אידישע פרוי שטעלט איין איר הויז, ווי דערמאנט מערערע מאל, אז צדקה ווערט דארט אן עיקר מצוה, וואס דערפאר איז אויך, ווי דערמאנט מערערע מאל איז א דבר טוב, אז אויך אין ברית הטבשיל, אין דעם חדר אין דער דירה, וואס דארט איז די אידישע באלעבאסתא די גאנצע באלעבאסתא, וואס דאס איז דאך אט דער חדר אין וועלכן ס'ווערן צוגעגרייט, די מייכלים און די משקעות וואס מ'עסט דערנאך, און זיי ווערן דם ובשר כבשרי, אז ס'זאל זיין אין יעדער בית הטבשל אין יעדער קיטשן, ווי ס'ווערט אנגערופן במדינה זו זאל דארטן אויך זיין א צדקה פושקע, און יעדער פרוי, איידער זי פארנעמט זיך מיטן אייגענעם עסן צוגרייטן אים, אדער צוגרייטן דעם עסן פאר די בני בית, איז לכל לראש, הויבט זיי אן דערפון,
¶25הויבסטו א וואכעדיקער טאג, דורך אריינלייגן געלט אין דער צדקה פושקע, און אויב ס'איז א טאג פון חג השבועות, אדער פון יום-טוב בכלל, אדער על אחת כמה א טאג פון שבת, דורך דערויף וואס זי מאכט גוטע באשלוסן וועגן די צדקה וואס זי וועט געבן לאחרי השבת ויו יום-טוב,
¶26משקעות וואס זי קאכט און גרייט צו פאר דער אייגענער משפחה האט זי אויך א חשוב'ער טייל דערפון, און אן איקר'דיקער טייל אין דערויף, וואס דערפאר דארף דאס זיין דוקא פון די געשמאקע מאחדים וואס מ'האט צוגעגרייט, אויך פאר די עניים שבישראל פאר די וואס דארפן אנקומען, מ'זאל זיי ארויסהעלפן בימים טובים און בימים השבתות, מיט מאכל ומשקי, שבת און יום-טוב נעמט זי אין דערויף א ניינטעל, ניט נאר דורך געבן געלט אויף דערויף, במילא בלייבט זיך נאך די טירחא פון גיין און איינקויפן די ענינים פאר דעם עני אליין, נאר מ'גיט בפועל ממש ענינים פון מאכל ומשקה, כדי פארשפארט מען דערנאך אויך די טירחא אויף געבן געלט, און דערנאך דארף גיין דער נצוה אדער נצקה ויף דאס גיין איינקויפן און קאכן וכו נאר מ'האט דאך פארטיקע צדקה, וואס מ'קען דאס גלייך ניצן אין דער סעודת יום-טוב און סעודת שבת.
¶27און דאס באווארנט אויך, אז די אלע וואס באשליסן אזוי, על אחת כמה וכמה אט די אלע וואס ברענגען אראפ און ברענגען ארויס דעם באשלוס אין פועל ממש, אין עשי'בפועל, שטייען אין א מעמד ומצב פון עשירות פון רייכקייט ברוחניות איז דאך א זיכערע זאך, אז דאס איז די גרעסטע רייכקייט וואס ס'קען זיין ביי א מענטשן, בשעת ער האט די רייכקייט פון א טיפן רצון ארויסהאלפן יעדערן וואס נויטיקט זיך אין הילף, וואס פארא הילף ס'זאל ניט זיין, נאר אויך די רייכקייט בפשטות, אז דער אויבערשטער גיט פרנסה דעם מאן, אדער פרנסה דעם וואס פארנעמט זיך על דרך ווי ס'פירט זיך אין דער מדינה, איז דאך דא כמה נשים ובנות וואס זיי נעמען אויך איינטייל אין דער פרנסה, דורך דערויף וואס זיי האבן א שטעלע אדער א תפקיז און א שליחות וואס מ'צאלט דערפאר אין א גוטן אופן און אין א פריילעכן אופן, במילא דארפן זיי דאך געבן אויך צדקה
¶28פון די געלט וואס זיי האבן אליין פארדינט, דעם מכל-שכן וקל-וחומר מאר דאך אז מ'דארף איינוווירקן אויפן מאן און אויפן עלטערן זון, אדער פאר דער עלטערער טינדס בכלל, אז זיי זאלן געבן פון זייערע פארדינסטן אויף צדקה איז דאך א זיכערע זאך, אז די פרוי באווייזט א לעבעדיקן ביישפיל, און גיט פון אירע פארדינסטן, און אדרבא דערמיט הויבט אן ווי אזוי נוצסט זיי אויס אירע פארדינסטן, אז צום אלעם ערשטן גיט זיי פון איר פארדינסט אויף צדקה, און דערנאך דאס וואס ס'בלייבט איבער און די קופר צדקה איז שוין נתמלא געווארן, אנגעפילט געווארן איז ערשט דעמאלט ווי גיט זיי אויס די געלט אויף די הוצאת ביתה און הוצאות בעלה ובני ביתה, ווי דערמאנט מערערע מאל. און ויהי רצון, אז וויבאלד אז מ'האלט שוין נאך אין די גרעסטע טייל פון ספירת העומר, און מ'האט שוין געהאט דעם שבת לפני זה די שבת מברשים פון ראש חודש סיון, און גלייך איבערמארגן האט מען שוין ראש חודש סיון, וואס דער ערב ראש חודש הויבט זיך אן שוין היינט וענאכט, מיט דער תפילת ערבית,
¶29שוין צוגעגרייט די אלע ענינים, און דער אויבערשטער האט שוין צוגעגרייט די אלע זיינע ברכות, און ער ווארט ניט מיט זיינע ברכות ביז אידן זיינען מקיים די מצוה צדקה נאך ראש-חודש, נאר צום אלעם ערשטן גיט דער אויבערשטער זיינע ברכות מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה.
¶30אז זיי זאלן געבן א צדקה פון זייערע פארדינסטן, אויך אין א ברייטן אופן און אין א גרויסן אופן און אין א הארציקן אופן און אין א טיפן אופן, ווי דערמאנט מערערע מאל. און אט דעמאלט ווערט דאס אויך, ווי דערמאנט פריער, אז בא יעדער אידן איז דא פרנסה, ווי דערמאנט פריער אין א דוגמא ווי א הר, אז ניט סתם ער האט פרנסה וויפל ער דארף האבן, נאר ער האט פרנסה א דרגא גאנצן מיט פרנסה, און דאס ווערט פאנאנדערגעטיילט דורך די פרוי אין א ריכטיקן אופן, אין א גוטן אופן, און דאס ווערט געגעבן די צדקה אין אן אופן פון בוחוקותי אז די פרוי גיט דאס דערפאר וואס ביי איר איז איינגעקריצט אין הארצן, וואס דאס איז דאך א אידישער הארץ איז איינגעקריצט, אז צום אלעם ערשטן דארף זיין איד די החלטה, דער באשלוס אין א שטארצן אופן, אויף ארויסהעלפן די אלע וואס דארפן אנקומען צו איר הילף אדער צו זיין הילף, אדער צו דער הילף פון א קליינער טאכטער,
¶31ווי מ'זעט דאס אויך בפועל, אז ס'איז דא אמאל וואס די מוטער ווייס גאר ניט וואו ס'פעלט דער ענין פון צדקה, און דערנאך קומט צוגיין א טאכטער איר און דערציילט איר, אז במקום פלוני, אין דער און דער הויז, לעבט א משפחה, וואס בשעת זי איז דארט געווען שפירל זיך מיט די קינדער פון דער משפחה האט זי געזען, אז אין הויז פעלט רחבות, און ס'פעלט ענינים וואס ביי זיין הויז איז דאס יד דא, און אין יענער הויז איז דאס ניטא, און זי האט א טענה צו דער מוטער היתכן, ווי דערלאזט זי דאס, אז אין א צווייטער אידישע הויז זאלן פעלן זאכן וואס זיי זיינען גוטע זאכן און נויטיקע זאכן, והא ראי אז ביי זיין הויז איז דאס דא, און ס'ווערט גענוצט אין טאג-טעגלעכן לעבן. און אט דאס איז אויך, ווי דערמאנט פריער, אז די אלע זאכן ווערן אין אן אופן פון בחוקותי אז דאס ווערט איינגעקרייצט אין חיי המשפחה, וואס דער אופן פון חיי המשפחה, ווי דערמאנט פריער, הענגט זיך אפ אן דער עקרת הבית, און אזוי אויך איז זי מחנך אירע עלטערע טעכטער, אז זיי זאלן אויך אזוי צוגרייטן זיך, ווי אזוי זיי זאלן מחנך זיין זייער
¶32הויז.
¶33פריער, וואס אין דערויף איז פארקערט גאר, דער עיקר איז, אז מ'דארף אנהויבן ווי דערמאנט פריער פון ערמוה אל בית יעקב צו אידישע פרויען און אידישע מיידעלעך, און ערשט דערנאך קומט דאס אן צו דעם מענער, און אלע צוזאמען גרייטן זיך צו קבלת התורה, און גרייטן זיך צו מתן תורה, בפרט פון ראש-חודש און ערב ראש-חודש, וואס הויבט זיך אן פון היינט, צו תפילת ערבית, און דערנאך ווערט דאס אויך אין אן אופן אז דאס ווערט נמשך אין די טעג ביז ראש חודש, און דערנאך במיוחד אין די טעג פון ימי הגבלה, ובמיוחד אין זמן מתן תורתנו, וואס היינטיקע יאר איז דאך די הקדמה דערצו דער ענין פון שבת קודש, וואס ווערט פירט אריין שבת, נאך איידער דער מאן איז מתפלל תפילת ערבית, איז שוין דא די פרוי און די קליינע מיידעלע, וואס זיי מאכן ליכטיק אויך דעם צימער וואו דער מאן געפינט זיך, און די אלע צימערן ארום און ארום איז דאך אויך א מצוה וועלן זיין באלויפטן מפנות שבת קודש און מפנות פון יום-טוב,
¶34ובפרט נאך ווי ס'דאך אויך אין נרות יום טוב, איז דאך אויך פארבונדן מיט דער ברכה וואס מ'מאכט די ברכה פון שהחיינו וקיימנו והגיאנו לתמן הזה, און אין חוץ לארץ מאכט מען די ברכה ביידע טעג יום טוב, סיי די ערשטע נאכט און סיי די צווייטע נאכט, און דאס ווערט אויך דריי טעג נאכאנאנד פון קדושה, און באלעפטן די הויז מיט די נרות וואס האבן אנגעצונט די פרויען און די קליינע מיידעלעך, ווערט דאס דריי טעג נאכאנאנד א חזקה, וואס דאס פארשטארפט נאכמערער די חזקה פון אוריאן תליתאי לעמא תליתאי פון מתן תורה, וואס זי טיילט דאך אין דריי חלקים, תורה נביאים וכתובים, און זי טיילט געגעבן געווארן צו א פאלק וואס אויך געטיילט אין דרייען, פון כהנים נחנים ולוים וישראלים, וואס דאס איז כולל אויך די אלע גוים, און דאס ווערט אויך געגעבן אין זמן, אין א טענה, וואס דעמאלט איז נאכמער בהדגשה, ווי אזוי ס'דארף אין יעדער זאך זיין דוקא דער ענין פון חזקה, אז יעדער רויס שטייט מיט א חוזק און מיט א שטארקייט, און ווער גייט אריין די שטארקייט אין דער הויז? גייט דאס אריין די עקרת הבית,
¶35און מאכט ליכטיק אין די אלע ענינים, אז מ'זאל וויסן גינויים וואס מ'דארף טאן און ווי אזוי מ'דארף טאן, און אזוי איז אויך מחנך, און אזוי פירט זיך איחוד אויף ווי ס'פירט זיך בננהגי חב ד, אז אפילו קליינע מיידעלעך נאר פאר בת מצוה, ומה טוב גלייך ווי זיי האט די שכל און פארשטיין דעם אפטייטש פון דער ברכה וואס זי מאכט בהדלקת הנרות זאל אויך אנהויבן די הדלקת הנהרות פון דעם שבת און פון די ימי השבועות שלאחרי השבת, און האבן די חזקה פון דריי נעכט נאכאנאנד, וואס דאס ווערט דריי טעג נאכאנאנד, און דאס ווערט די הסכנה, ווי דערמאנט פריער צו די גאולה האמיתית והשלימה, וואס ווערט אנגערופן אין פסוק ביום השלישי יקוננו ונחי'לפניו, אז תוקף ומיד ממש קומט דער יום השלישי פון דעם בית המקדש השלישי, וואס דאס איז דער בית המקדש שיבנה, ווי מ'זאגט אין דער תפילה פון ספירת העומר במהרה בימינו, און ס'וועט זיין סלה ועד אן אייביקער בית המקדש און אויף אייביקע צייטן, ווי דערמאנט מערערע מאל. ועוד והוא העיקר, אז דורך דערויף וואס מ'מאכט יעדערן פון אייך פאר א שליחה,
¶36אויף צדקה, און דערנאך לייגט יעדערער צו אויך פון אייגענע געלט, כדי ס'זאל נאכמערער צוקומען אין צדקה, קומט נאכמערער צו אין דעם זירוז און אין דער שנעלקייט וואס דער אויבערשטער ברענגט, גאולה האמיתית והשלימה, תוקף ומיד ממש, ניט ווארטנדיק אפילו אויף תפילת מעריב, און אפילו אויף די הכנות צו תפילת מעריב, ובפרט נאך אז מ'האלט דאך לאחרי תפילת המנחה, וואס דעמאלט באקומט מען דאך דעם ענטשן פון דעם אויבערשטן אויף אלע בקשות, ובפרט אויף דער בקשה פון עץ צמח דוד עבדך מהרה תצמיח אז ס'זאל זיין מהרה תצמיח, מהרה ווי אידן טייטשן אפ מהרה תיכף ומיד ממש, און ס'קומט גלייך נאך דערויף ווי מ'האט מסיים געווען אין תפילת המנחה אכצי ועדיקים יודיו לשמך ישבו ישרים את פניך אז יעדערער פון אונז בתוך כלל ישראל, וואס מ'האט ערשט געלערנט אויך אין פרקי אבות, אין דער הקדמה פון דעם שבת שלפני זה, און מ'וועט דערנאך אויך אזוי לערנען אין דעם שבת שלאחרי זה, און אין צווייטן שבת לאחרי זה, וואס דאס איז אויך דער שבת פון ערב שבועות, אז מ'וועט זען בגלוי
¶37ווי אזוי ועמך כולם צדיקים, אז יעדערער וואס געהערט צום אידישן פאלק איז אין דרכו פון צדיק, ווארום אויך אט די וואס מאיזו סיבה שתהי'פעלט זיין נאך עפעס אין אידישקייט נוצן אויס פנועים זייער כשרון אין חינוך, און אזוי אויך גרייטן זיי צו זייערע טעכטער, אז אים זאלן אויך צוגרייטן זייערע חבר'טעס, און אלע די משפחות ארום זיי, אז ס'זאל זיין אידישע הויז מיט א אידישע אויפפירונג, וואס איז מיוסד אויף עם ענין פון צדקה, און מיוסד בנוגע צו ערב שבת און ערב יום-טוב, אויף מאכן ליכטיק די הויז נאך איידער דאס ווערט געטאן דורך דעם מנזביל פון דער הויז, ווי דערמאנט פריער, און ס'ווערט גלייך וכל בני ישראל הי'עור במושבותם אז נאך זייענדיק יין גלות, על דרך ווי מ'איז דעמאלט געווען במושבותם מן ארץ מצרים, איז שוין געווארן ביי אידן ליכטיק, עד כדי כך, אז זיי האבן געזען, אז זיי וועלן באקומען כלי כסף וכלי זהב בפשטות, וועט אזוי אויך זיין בא יעדערן פון אייך, בתוך כלל ישראל, אז בפשטות וועלן ווערן די מענער, אדער די פארדינער פון דער משפחה, צי דאס איז א פרוי אדער א מנזריל,
¶38האבן פרנסה בהרחבה, צוזאמען מיט כלי כסף וכלי זהב, און די אלע ענינים מיט שמאלות וואס געהערט דערצו ועוד והוא העיקר, אז מ'וועט האבן תיכף ומיד די גאולה האמיתית והשלימה, ווי דערמאנט פריער נאך היינט, ובפרט אז מ'שטייט ערב ראש חודש, וואס יעדער ערב ראש חודש ווערט דאך אנגערופן בשם יום כיפור קטן אז דער אויבערשטער האט שוין מכפר געווען אלע ענינים בלתי-רצויים, און במילא ווערט יעדער איד, סיי מאן און סיי פרוי, אין א דרגא פון א צדיק, סיי א קליינער קינד, סיי אן ערוואקסענער, במכל-שכן דער קל-וחומר, ווערט יעדערער פון זיי אין א דרגא פון א צדיק, במילא איז דאך פארשטאנדיק, אז ס'ווערט עתיד לאתבא צדיקייא בתיובתא, אז משיחת צדקנו, קערט אום יעדער אידן און אלע אידן, וואס האבן שוין געטאן תשובה, קערט ער זיי אום לארצנו הקדושה, און דאט איז ירושלים איז הקודש, ובהר הקודש, ובבית המקדש, וכמוזכר לעיל, ביז אין קודש הקדשים. ועוד והוא העיקר, אז ווי דערמאנט פריער, מ'וועט פארענדיק, מ'וועט מאכן יעדערער פון אייך פאר א שליחה
¶39אז דער ענין פון צדקה, ובהוספה, וואס יעדערער וועט געבן פון זיך. און דאס וועט נאכמערער צוהיילן אט דאס וואס איר ווערט שוין אנגערופן נשים צדקנות פון דעם לעצטן דור פון גלות, וואס ווערן אויך די נשים צדקנות פון דעם לעצטן דור פון גאולה, דעם לעצטן דור פון גלות, וואס ווערן אויך די נשים צדקנות פון דעם ערשטן דור פון גאולה, הוכולה", ובמהרה בימינו ממש. זיי האבן א פריילעכן שבת, און א פריילעכן יו'טוב,