היום יום
יז אדר א
יז אדר א
ה׳תש״גא סך יאהרען נאך פאר פעטערבורג (המאסר שם בשנת תקנ"ט), איז דער אלטער רבי אמאל ארויס צום עולם און האט געזאגט: אין גן עדן דערהערט מען די טייערקייט פון עולם הזה. לא מיבעי מלאכי השרת, אפילו נאצלים הראשונים וואלטען אלץ אוועקגעגעבען פאר א אמן יהא שמי' רבא פון א אידען, אז ער זאגט בכל כחו כפירושו בכל כוונתו, היינו ער איז אינגאנצען אין דעם.
דאס איז געווען דער גאנצער מאמר, און ער האט געפועלט אזא התלהבות והתלהטות בא די הערער, אז א גאנץ יאהר האט מען געזאגט איש"ר מיט א ברען.
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
עותקים
פעילות אחרונה
#59 Hayom Yom as printed: letter, notices, Tanya lines, closing · אושרה