יז אייר, לב לעומר
ה׳תש״גא"א צדקתך.
בק"ש שיש אומרים בבוקר - קודם התפלה - כדי לצאת חובת ק"ש בזמנה, ג"כ כופלים ג' התיבות, ומסיימים בתיבת "אמת". בק"ש דתפילין דר"ת ושמ"ר אין כופלים, אבל אומרים "אמת".
ל"ג בעומר שנת תר"ד - לערך - סיפר הצ"צ תורת הבעש"ט: עס שטעהט כי תהיו אתם ארץ חפץ אמר ה' צבאות. אט אזוי ווי די גרעסטע חכמים וועלען אייביג ניט דערגיין די גרויסע, טבעיות'דיגע אוצרות, וועלכע השי"ת האט טובע געווען בארץ, אז הכל הי' מן העפר, אט אזוי קען קיינער ניט דערגיין די גרויסע אוצרות וואס ליגען אין אידען, וואס זיי זיינען דעם אויבערשטענס ב"ה ארץ חפץ. וסיים הבעש"ט: איך וויל מאכען פון אידען, אז זיי זאלען געבען דעם יבול, וואס דעם אויבערשטענס ב"ה א ארץ חפץ קען געבען.