English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

39 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1צום אלעם ערשטן איז דאך פותחין בברכה, אז אידן טרעפן זיך צוזאמען, ובפרט אין א מקום קדוש, אין א בית-הכנסת און א בית-המדרש, און א בית-פון מעשים טובים פון נשיא דורנו, פון רבי'ן דעם שווער, איז דאך א זיכערע זאך, אז מ'דארף אנהויבן אין א ברכה בענטשן דעם אויבערשטן פאר דעם אליין וואס ער גיט די מעגלעכקייט אז מערערע אידן טרעפן זיך צוזאמען, וואס דעמאלט איז דאך איש את רעהו יעזורו העלפט זיך יעדערער ארויס דעם צווייטן אין וואס ער נויטיקט זיך, און האט אויך דער גופא די זאך פון טרעפן זיך איז דאס גופא גיט זיך א חיזוק, אז אף על פי וואס מצד דעם גלות זיינען דאך אידן מפוזר ומפורד בין העמים, און בין העמים זיינען דאך דערביי אידן א מיעוט, און ניט סתם א מיעוט פון איינע אנטקעגן צוויי וכיוצא בזה, נאר אומה אחת, צווישן שבעים אומות, טרעפט מען זיך גאנצערהייט און פריילעכערהייט און גאנצערהייט סיי

2ברוחניות און סיי בגשמיות, מיט א גאנצער תורה, וואס לא תתשתנה ולא תתחלף זיכער ניט, ואדרבא ס'קומט נאך צו דורך לימוד התורה פון יעדערן און פון יעדערע, וואס אויך פרויען און מיידלעך זיינען דאך מחוייב אין לימוד התורה, ווי דער אלטער רבי רעכנט אויס בפרטיות אין הלכות תלמוד-תורה אויך אט די הלכות פון חלקי התורה אין וועלכע פרויען זיינען מחוייב און א ריבוי ענינים, כמדובר כמה פעמים, ובפרט אז דאס איז דאך אויך געדרוקט, איז אט דעמאלט ווערט דאס אויך הלכה מלשון הליכה, און ביז וואנענט הליכות עולם לו אז דער עצם לימוד התורה העלפט א מענטשן, סיי א מאן און סיי א פרוי און סיי א גרויסן און סיי א קליינעם, ער זאל ניט בלייבן שטיין אויף איין ארט, ווי גוסטע זאל ניט זיין דער ארט, נאר זיין אין אן אופן פון א מהלך, גיין מחיל אל חיל. וואס כלשון הכתוב קומט דאך דאס דערנאך דער

3המשך דערצו, אז די הליכה עצמה, אט דאס וואס מ'איז ממלא דעם אויבערשטנ'ס רצון, און ניט קוקנדיק אויף דעם גוטן מצב אין וועלכן מ'האט זיך געפונען מיט א טאג פאר דעם, האט ער אויך אויסגענוצט, אדער זי האט אויסגענוצט, דעם נייעם טאג אויף גיין נאך העכער און נאך טיפער און נאך ברייטער, איז דאס גופא איז דערנאך ברענגט סוף-כל-סוף, צו דעם קיום ההבטחה אין תהלים, אז ילכו אל אלקים בציון אז דאס וועט נאכמערער צוהיילן אונזער יעדערן סגיון און יעדערער סגיון, האנשים והנשים והטף, און גיין צוזאמען מיטן אויבערשטן, און טרעפן זיך צוזאמען מיטן אויבערשטן אין ציון וואס דאס איז דאך דער נאמען פון ירושלים עיר הקודש, און ווי ירושלים עיר הקודש שטייט אין אן אפענעם אופן, אלס א ציון און אלס א סימן, אז דאס איז די הויפטשטאט פון דעם אויבערשטן, וואס דאס איז דאך אויך אנגעדייטעט אין דעם נאמען ירושלים, וואס דאס האט זיך צוזאמענגעשטעלט פון די צוויי ווערטער יראה וואס דאס גייט אויף יראה פון דעם י

4וד, און ס'איז ניט סתם א יראה, נאר יראה אין אן אופן פון שלום א גאנצע יראה, און אויך שלום פון אפטייטש פון שלימות, אז דאס איז א פערפעקטע יראה מיט די גאנצע שלימות וואס קען זיין אין דעם, וואס דערפאר איז דאך אויך פארשטאנדיק וואס דאס ווערט די הכנה קרובה צו יראה אל האלקים בציון, צו גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, וואס דעמאלט וועט יעדערן פון אונז, בתוך כלל ישראל, קענען מקיים-זיין דעם ציווי פון יראת הוי' בשלימות, וויבאלד אז ס'וועט זיין והיו עיניך רואות את מוריך מ'וועט זען ג-טלעכקייט אויף יעדער טריט און שריט, ניט נאר אין ספרים אדער אין א ספר תורה אדער אין א בית הכנסת אדער אין בית המדרש, נאר מ'וועט זען ג-טלעכקייט אין יעדער נברא, אין יעדער באשאפענער זאך, איז ווי דער בעל שם טוב איז דאס מבאר, אז יעדער זאך ווערט נתהוה מאין ליש ממש, ווי דאס איז געווען בפעם הראשונה, אין ששת ימי בראשית, אזוי איז דאס אויך איצטער בכל רגע ורגע

5ווערט דאס נתהוה נאכאמאל, אבער ניט נאכאמאל, נאר אין א באנייטן אופן, ביז חדשים ממש. וואס דערפאר איז דאך אויך פארשטאנדיק, ווי אזוי דער עצם געדאנק, אפילו אן א התבוננות יתירה, ווי אזוי יעדער זאך, און ער אליין אדער זי אליין בכלל, איז ערשט באשאפן געווארן פון דאס-ניי דוקא פון דעם אויבערשטן אליין, וואס נאר ער איז בכוחו ויכלתו, להוות יש מאין המוחלט, איז דאך פארשטאנדיק ווי אזוי דאס ברענגט צו יראה שלימה, צו שלימות היראה פון דעם אויבערשטן, וויבאלד אז ס'איז ניט נאר פארבונדן מיט זמן מתן תורה ווי ס'איז געווען בפעם הראשונה, אפילו ניט ווי מתן תורה איז מידי שנה בשנה, אין זמן מתן תורתינו פון דאסניי אין א באנייטן אופן, נאר אז במשך כל השנה כולה, און נאך מערער ווי דערמאנט במשך כל רגע ורגע, גלויבט ער, במילא איז בשעת ער איז זיך מתבונן אין דערויף, ובפרט לויט די ערקלערונג פון דעם אלטן רבי'ן, ווי אזוי התהוות יש מאין מוז אנקומען בכל רגע ורגע צו דעם כח המהוה,

6איז דאך אט דעמאלט פארשטאנדיק ווי אזוי די יראה ווערט ביי אים א יראה שלימה, ס'איז ניט נאר ער איז א מאמין אז ס'דארף זיין א ירא שמים, דערפאר ווי איז ער א ירא שמים, נאר דאס איז ווי ער וואלט געזען בעיני בשר ממש, ווי אזוי ס'ווערט נתהווה א זאך מאין ליש, איז על דרך זה, אז ער זעט דאס בעיני שכלו, אבער מיט א שכל אמיתי און א שכל בשלימות, איז דאך פארשטאנדיק ווי אזוי די יראה קומט ביי אים ארויס מיטן גאנצער שטארקייט און מיט דעם גאנצן תוקף, וואס דערפאר איז אויך, אז ער טרעפט זיך צוזאמען מיט די גשמיות פון דער וועלט, דארף ער ניט אנקומען צו הוראות און צו התבוננות, אז דאס זאל ניט אנרירן זיין יראת השם, אדרבא ער זאל אויסנוצן, אז דאס גופא וואס ער זעט א דבר גשמי, און ווי די ראי' בזה, וויבאלד אז דאס איז מאין ליש מוז דאס ערשט נתהוה נאכאמאל מחדש, איז דאס גופא פארשטארקט נאך מערער, אז די יראת הוי' זאל ווערן אין א באנייטן אופן און אין א נייעם אופן און אין א שטארקן אופן, ביז וואנענט אז

7די דברים גשמיים, איז ניט נאר אז זיי שטערן אים ניט, נאר אדרבא ער ברענגט פון זייער אדער זי ברענגט פון די גשמיות אליין א ראי אז יראת ה' דארף זיין ביתר שאת וביתר עוז נאך מערער ווי ס'איז געווען נעכטן אדער אייער-נעכטן, אדער אפילו אין די טעג פון זמן מתן תורתינו, וואס דאס איז דאך א יום-טוב בכלל, און זמן מתן תורתנו, צווישן ימים-טובים, איז דאך דאס א יום-טוב צווישן ימים-טובים, וואס בשעת מתן-תורה האט מען דאך געגעבן אויך דעם ציווי פון אלע דריי ימים-טובים, פון חג הפסח און חג השבועות און חג הסוכות, איז דאך פארשטאנדיק ווי אזוי דער ירחא תליתאי דער חודש סיון אין וועלכן מ'געפינט זיך איצטער, ובפרט נאך אז מ'קומט דאך פון דעם שבת פון און מ'האט געדענקט וואס מ'האט [ערשט געליינט?] אין בהעלותך את הנרות און ווי רש"י טייטשט דאס אפ שתהא שלהבת עולה מאלי', און ווי גערעדט בא די פריערדיקע צוזאמענט טרעפן זיך צווישן אידן, אז דאס איז א רמז און א קלארע אנלייטונג אין וואס ס'באשטייט די עבודת ה אין טאג-טעגלעכן לעבן פון יעדער אידן, על דרך ווי ס'איז געווען די

8מנורה בבית המקדש איז דאך געווען א ציווי, א מצוה, אז יעדער טאג דארף מען איר אנצינדן מחדש, און אנצינדן אין אן אופן ווי רש"י זאגט שתהא שלהבת עולה מאלי' אזוי אויך אין טאג-טעגלעכן לעבן, גלייך בא דעם אנהויבס פון טאג, איז דאך א מנהג פון אידן, ביז וואנענט אז מ'איז מחנך אפילו קליינע קינדער אין דעם אופן, אז גלייך ווי זיי זיינען שייך צו רעדן לערנט מען מיט זיי, אז זיי זאלן אנהויבן זייער טאג מיט מודה אני לפניך, שהחזרת בי נשמתי בחמלה רבה אמונתך, און דאס ווערט דער אנהויבס פון א אידיש קינד, און דער אנהויבס זיינער ניט נאר ראש-השנה, אדער ווי דערמאנט פריער אין א יום-טוב, ווי זמן מתן תורתנו נאר יעדער טאג, און אין א התחלה פון טאג, הויבט-אן א קינד, און דורך די הדרכה און דעם חינוך וואס ער באקומט פון זיין מוטער, אדער פון זיין באבען, אדער פון אן עלטערע שוועסטער, אדער אן עלטערן ברודער, אז מ'זאל גלייך אנהויבן דעם טאג פון מודה אני לפניך וואס אין דערויף איז אויך אונטערשטראכן, אז ניט דער מודה אני איז פארבונדן מיט א זאך

9אדער מיט א מענטשן אדער מיטן אויבערשטן אדער מיט א מלאך וואס געפינט זיך ערגעץ וואו בשמים נאר דאס איז לפניך ער געפינט זיך אט דא ממש לעבן יעדערן פון אונז, במילא איז דאך פארשטאנדיק אויך פארוואס איז מודה אני וויבאלד אז דאס איז לפניך, ס'איז פארשטאנדיק אויך פארוואס דאס איז רבה אמונתך ניט סתם אן אמונה, נאר אן אמונה וואס האלט זיך אין איין פארמערן זיך און פארשטארקן זיך, סיי בכמות און סיי באיכות. און דאס ווערט די התחלה פון טאג, וואס דאס האט דערנאך די השפעה אויפן גאנצן טאג, דערפאר וואס די התחלה פון טאג ברענגט זי אן ענין פון רבה אמונתך ווערט די אמונה פארשפרייט אין יעדן פרט פון דעם גאנצן טאג, וואס דעמאלט ווערט דאס אויך דער המשך פון דעם ערשטן התחלה פון טאג, וואס ער האט געזאגט וואס זי האט געזאגט מודה אני לפניך ווערט דאס דערנאך אויך פארשפרייט רבה אמונתך ביז צו דעם ענדע פון יעדער טאג, וואס מ'איז דאך אויך מסיים מיט בידך אפקיד רוחי אין דיין האנט אליין, וואס ווענטן זיך צו דעם אויבערשטן,

10בלשון נוכח בידך, און דערנאך זאגט מען אויך, אז דאס ווערט דערנאך א התחלה און א הכנה, אז אויך דער שלאפן זאל זיין א אידישער שלאפן, וואס דעמאלט ווערט דאס א געזונטער שלאפן, און דעמאלט איז נשמה מקיים, ווי ער שטייט אין ספרים, אז בלילה איז דעמאלט איז נשמה עולה למעלה ושואבת חיים, אויפן גאנצן טאג וואס ס'דארף קומען אויף מארגן אינדערפרי, ווערט דאך דעמאלט א בריאה חדשה, ווי דערמאנט מערערע מאל. ובפרט נאך אז דאס איז דאך אויך פארבונדן ווי דערמאנט פריער שתהא שלהבת עולה מאלי' אז דער נר הוי' נשמת אדם, וואס דאס איז דאך די נשמה וואס אין יעדער אידן, סיי אנשים סיי נשים און סיי טף, פירט זיך דער איד אין אזא מין אופן, אז די שלהבת, די נשמה זיינע, איז עולה מאלי', ער דארף שוין ניט אנקומען אויף נאכאמאל לערנען די זאך אין די ספרים, אדער הערן דאס פון דעם מלמד אדער פון די מלמדת אדער פון דעם מחנך אדער פון די מחנכת, און פרעגן ביאורים בזה וכו נאר ס'איז עולה מאלי' דאס וועט שוין זיין אייגענע

11שלהבת איז פון זיך אליין גייט זי אלץ העכער און העכער, זייענדיק א נשמה בגוף האט זי אנטפלעקט זי אדער אנטפלעקט ער אין זיין גוף, זיין נשמה, אין אן אופן ווי אזוי זי האלט אין איין שטייגן אלץ העכער און העכער. און ס'ווערט רבה אמונתך, אז דאס ווערט דערנאך אויך פארשפרייט אין די אלע פרטים פון דעם טאג-טעגלעכן לעבן. וואס דאס איז דאך אויך די נקודת החינוך פון יעדער אידיש קינד, איז גלייך הויבט מען אן מיט דער נקודה, מיט דער געדאנק, אז דאס איז אן ענין פון מונה אני לפניך, במילא איז דערפאר ער טרינגט א זאך, אדער עסט א זאך, אדער זעט א זאך, הויבט ער אן גלייך צו דאנקן דעם אויבערשטן, וויבאלד אז דאס איז רבה אמונתך, ואדרבא, אויב די זאך איז א גשמיות'דיקע זאך, איז אט דעמאלט ווערט ביי אים די התפעלות נאך גרעסער און נאך שטארקער, אז אפילו אזא זאך וואס ער טאפט-אן מיט זיינע אדער מיט אירי גשמיות'דיקע הענט,

12ווארום די זאך איז אויך א גשמיות'דיקע, איז אין דערויף דא דער כח הפועל בנפעל, און נאכמער דעם כח פון דעם מהוה פון דעם אויבערשטן וואס ער האט ערשט אפ מהוה געווען, באשאפן די זאך נאכאמאל פון דאסניי, מיט באנייטן לעבן און מיט פארשטארקן לעבן, און אין אן אופן אז דאס זאל זיין א געדונטער לעבן, לאורך ימים ושנים טובות, האבנדיק א נשמה א גאנצע, און א גוף א גאנצן, סיי בגשמיות סיי ברוחניות. און אט דעמאלט, איז ניט נאר אז דער גוף שטערקט ניט צו דעם ענין פון רוחניות, נאר אדרבא ער איז נאך מסייע, און ווי דערמאנט פריער ער ברענגט א ראי' פון דעם גוף, אז דאס איז נאכמער מכריח, ווי דער אלטער רבי איז דאס מבאר, ווי דערמאנט פריער, מכריח דעם ענין אז ס'איז דא א בורא עולם דערפאר וואס אין חפץ, אדער אדם עושה את עצמו, מוז ער האבן א באשאפער וואס האט אים באשאפן, און וויבאלד אז מ'האט אים באשאפן מאין ליש, ווי איז דאך דאס א בריאה תמידית, במילא איז אויך רבה אמונתך אן אמונה תמידית

13און אן אמונה וואס גייט אלץ שטארקער און שטארקער און אלץ העכער און העכער, ביז וואנענט עולה מאלי' ווי דערמאנט פריער, אז ער אדער זי פארשפארט צו פרעגן נאכאמאל בא זיין מחנך אדער בא זיין מלמד אדער בא זיין מחנכת און זיין מלמדת, א ראיה און א ביאור אויף דעם וכו' דאס ווערט זיין אייגענע שלהבת, זיין אייגענע נשמה, איז עולה מאלי' ניט זי שטייט אין א לייכטנדיקן אופן, און אין אן אופן אז זי מאכט ליכטיק ארום זיך, נאר אויך אין אן אופן פון עולה זי גייט מחיל אל חיל ווי דערמאנט פריער, ביז יראה אל אלקים בציון ואדרבא אט דאס וואס מ'געפינט זיך אין גשמיות פון וועלט, און אין גשמיות פון וועלט געפינט מען זיך אין אן אופן פון גלות, און אין גלות געפינט מען זיך אין עקבתא דמשיחא, ווען מ'איז נאך ווייטער פון זמן שבית המקדש הי'קיים, במילא איז דאך על פי טבע העולם האט דאך דאס געדארפט ברענגען אן אפשלאכונג אין אמונה, פאר א אידן איז דאס פארקערט, וויבאלד אז ער זעט אז ער האט א נשמה שלימה,

14און די נשמה האט א שלהבת, און די שלהבת איז עולה במילא פועל'ט דאס אויף אים, אז ס'זאל זיין עולה מאלי' אן עלי' אמיתית, און די גשמיות העולם זאל דאס אויף אים ניט וויגן ח"ו אויף אפשוואכן, נאר אדרבא דאס וויגט אויף נאכמער פארשטארקן, אז אף על פי וואס ס'איז צוגעקומען נאך א טאג וואס מ'איז נאך אלץ געווען אין גלות, און מ'האלט דאך בא דעם חינוך וואס מ'האט באקומען, חנוך על פי דרכו האלט דאס אן ביז עד כי יזקין לא יסור ממנה, האלט דאס אן א טאג נאך טאג, און אין אן אופן וואס עולה אז ער שטייט נאך אין א העכערן אופן, לגבי ווי ס'איז געווען מיט א טאג פאר דעם, אפילו מיט עטלעכע טעג פאר דעם, וואס דעמאלט געווען זמן מתן תורתנו, ווייס ער און געדענקט, אדער זי ווייס און געדענקט, אז מתן תורה איז א זאך וואס ווערט באנייט יעדער טאג, בכל יום יהיו בעיניך חדשים וואס דאס איז דאך די צווייטע גירסא און די שטארקסטע גירסא, וואס רש"י ברענגט דאס אויך אראפ אין דעם פירוש פון פשוטו של מקרא. ואדרבא, וויבאלד אז מ'געפינט

15זיך נאך אין גשמיות פון וועלט און אין גלות פון וועלט איז אט דאס גופא מאכט ביי אים נאך שטארקער די שלהבת, אז די עלי' מאלי' זאל זיין מיט נאך א גרעסערע שלהבת, און מיט נאך א שטארקערע שלהבת, און מיט א שלהבת, וואס אפילו אז דאס איז דאך א שלהבת של קדושה, במילא איז דאך "איננו אוכל" ניט דאס מאכט שוואכער די שטארקע פון גוף, נאר אדרבא דאס מאכט נאך שטארקער די בריאות הגוף בגשמיות, במילא האט ער א געזונטן גוף בגשמיות, איז ניט נאר וואס דאס איז אים ניט מבלבל און מאכט שוואכער דעם ענין האמונה אין דעם אויבערשטן, וואס ער איז תכלית הרוחניות, און זיין תורה ומצוותי וואס זיי זיינען דאך רוחניות, טאקע פארבונדן מיט גשמיות, אבער אויך רוחניות אמיתי, דאס איז דאך תורתו של הקב"ה ומצוותיו של הקב"ה, און ווי דער אלטער רבי טייטשט אפ מצוה מלשון צוותא, אז דורך דערויף באהעפט מען דאך יעדער מקיים מצוה, אנשים נשים און אפילו טף, איז בשעת א קליין קינד איז מקיים א מצוה, וועלכע מצוה ס'זאל

16ניט זיין דערמאנט ער זיך גלייך, און מ'דארף אים ניט דערמאנען א צווייטער, ווארום ער איז א אידיש קינד איז ער אזוי נתחנך געווארן גלייך פון אנהויבס אן, אז ער געווייס אז ער איז לפניך אלעמאל צוזאמען מיטן אויבערשטן, במילא איז דאך אויך פארשטאנדיק ווי אזוי ס'איז מודה אני אז ער האט א הודאה אמיתית, און ס'ווערט אין אן אופן פון רבה מונה דאס ווערט פארשפרייט איבער זיין גאנצן טאג, אדער איר גאנצן טאג, און אין אן אופן פון עולה, עלי' לאחרי עלי' וואס יש לקשר זה פארבינדן דאס אויך מיט די פרשת השבוע, וואס דאס איז דאך פרשת שלח לך וואס ס'קומט אויך בהמשך צו פרשה בעלותך, וואס דערמאנט פריער שתהא שלהבת עולה מאלי' וואס אין דער פרשה איז דאך אויך דא די פרשה אליין און די הפטורה פון דער פרשה. וואס הפטורה קומט דאך בסיום, ווי מ'זעט דאס אויך אין דעם סדר, אז פריער לעבן די פרשה און דערנאך זאגט מען די הפטורה, וואס דאס איז דאך אויך איינע פון די אפטייטשן פון הפטורה, אז דאס איז דער המשך און דער סיום וחותם פון דער פרשה, און דארטן

17רעדט זיך אויך וועגן שלח לך על דרך ווי משה רבינו האט געשיקט דעם מרגלים בשעתו אזוי דערציילט מען אויך אין דער הפטורה ווי אזוי יהושע האט געשיקט דעם רגלים בשעתו, און כדי אויך זאל מען ארומקוקן די ארץ-ישראל, ווי אז אידן זיינען דעמאלט געגאנגען כובש זיין, על דרך ווי בשעת שלוח המרגלים על ידי משה רבינו, נאר זיי האבן מצליח געווען און מקיים געווען די שליחות לויט דעם רצון פון דעם משלח פון יהושע, וואס דערפאר איז אויך געווען ויקרא ווי מ'זאגט אין דער פרשה ויקרא משה להושע בנו יהושע און ווי רש"י טייטשט דאס אפ, אז דעם יו"ד וואס מ'האט מוסיף געווען, איז דאס איז [בהויית?] אויפן אויבערשטן, י"ה יושיעך מהעצה פון אן עצה וואס זי איז ניט קיין פאסנדע און ניט קיין גוטע פאר א אידן, ואדרבא דורך דערויף קומט ארויס א ישועה, י"ה יושיעך ועד כדי כך, אז דאס ווערט אזוי אויך דערנאמען אז ניט הושע בן נון נאר ס'ווערט יהושע בן נון וואס ער איז דערנאך משיע געווען,

18דער ערשטער וואס האט אריינגעפירט אידן אלס א פאלק אין גאנץ ארץ-ישראל. אידן זיינען געווען אויך אין ארץ-ישראל נאך אין אברהם אבינו'ס צייטן און יצחק'ס צייטן און יעקב ס'צייטן און יעקב'ס קינדער'ס צייטן, ס'איז אבער דעמאלט געווען ניט א כניסה פון ששים ריבוא מישראל, צוזאמען מיט דער תורה וואס האט ששים ריבוא אותיות לתורה, דאס איז געווען דוקא על ידי יהושע, און דורך דערויף וואס ס'איז געווען י"ה יושיעך מיטן אויבערשטנ'ס הילף, וואס ער האט זיך געגעבן אין זמן מתן תורתנו די גאנצע תורה, און תורה בשלימותה אויך פון לשון שלימות, אויף אלע דורות, ביז וואנענט אז יעדער טאג ווערט דער ענין פון מתן תורה מלכתחילה, און די גשמיות פון דער ארץ ישראל האט נאך אין דערויף צוגעהאלפן, וואס דערפאר איז דאך אויך פארשטאנדיק וואס משה רבינו, וואס ער איז דאך געווען רוען של ישראל, האט געהייסן זיך צוקוקן צו די גשמיות פון ארץ-ישראל, אף על פי וואס משה קיבל תורה מסיני ומסרו ליהושע האט ער דאך געגעבן דער עצם און די שטארקייט פון רוחניות, איז וואס האט ער געהייסן קוקן

19אריינגיענדיק מרגל זיין ארץ-ישראל, זאל מען א קוק-טאן די אלע ענינים וואס ס'טוט זיך מיט די גשמיות פון ארץ-ישראל, און האט דוקא אויסגעקליבן אט די צייט, "והימים ימי ביכורי ענבים", ווי ענבים איז דאך פון די פירות שבהם נשתבחה ארץ-ישראל, האט ער אויסגעקליבן די צייט וואס זאלן גיין ארומקוקן ארץ-ישראל די גשמיות'דיק, און ווען די גשמיות שטייט אין דעם שטארקסטן אנטפלעקטן אופן אלס גשמיות, אז דאס איז ענבים וואס דאס איז פרי אין וועלכע מ'איז זיך משתבח, און אין דערויף גופא איז דאס אין א צייט ווען דאס איז ביכורי ענבים ווען די ענבים שטייען אין דער גאנצער שלימות שלהם. און אויסגעקליבן ס'איז דאך דא נאך פירות שנשתבחה בהם ארץ ישראל, אז [נבון?] האבן אט די תכונה, אז מ'זעט אין זיי, אז נאך איידער מ'נעמט פאנאנדער דעם וויינטרוב, זעט מען שוין די פנימיות פון דער וויינטרוב, מיט דעם קערנדל וואס געפינט זיך אינעווייניק אין דעם וויינטרוב, און מ'זעט אויך די חיצוניות פון דעם וויינטרוב, די שלאכץ,

20און זיי ביידע, ניט זיי שטערן איינע דעם צווייטן, נאר אדרבא זיי זיינען מחזק איינע די צווייטע, די שלאך מיט דעם גרעין שבתוכו, מיט די חרצנים והצעג, שטארקן זיי איינע די צווייטע, אז ס'ווערט א געזונטער וויינטרוי, און א וויינטרוי פון וועמען דערנאך מאכט מען קידוש, סיי בליל שבת ובליל יום-טוב, ווי מ'האט ערשט אפ געטאן בחג השבועות אין זמן מתן תורתנו, און אין דעם שבת שלאחרי זה, און די שבת שלאחרי שבת שלאחרי זה, און אזוי אויך בא יעדער יום-טוב, און אזוי אויך זאגט מען דאך, אז דאס וואס מ'וועט האבן לעתיד לבוא, דעם יין המשומר, איז פארוואס ווערט ער אנגערופן יין המשומר ווארום ער איז אפגעהיט פון פון [מקדמת דנה?] פון לאנגער צייט, און ער איז אנגעהיט ביי ענבים, וואס אט דעמאלט האט דער יין א שטארקייט אין זיך און אן אמת'ע שלימות, כמדובר כמה פעמים. וואס דאס איז פארשטאנדיק ווי אזוי די גשמיות שטערט ניט, און דאס איז אויך דער לימוד פאר יעדערן פון אייך און יעדערן פון אונז, בתוך כלל ישראל, ובפרט אט די וואס האבן זוכה געווען,

21און באקומען א חינוך אין מזות חינוך כשרים, און נאך מערער על טהרת הקודש, דורך אייערע מדריכים ומדריכות און די [לערענעס,?] וכמדובר כמה פעמים דעם גודל הענין וואס ווערט אויפגעטאן על ידי בתי-ספר על טהרת הקודש, סיי פאר אינגלאך און סיי פאר מיידלאך, ואדרבא, במיוחד פאר מיידלעך, וואס יעדערער פון זיי גרייט זיך און ווערט דערנאך די עקרת הבית, פון א בית בישראל, בית נעמען על יסוד התורה והמצוה, און איז אזוי אויך מחנך די מוטער און די באבע, די טאכטער אדער דעם אייניקל, אז זיי זאלן זיך אויך גרייטן צו זיין אן עקרת הבית, מיט אלע פירושים בזה, פון דעם פירוש, אז דאס איז דער עיקר פון דער הויז, ווי מ'זעט דאס אויך בפשטות, אז דער עיקר הנהגה פון א אידישער הויז הענגט אפ מערער אן דעם בעלת הבית ווי ס'הענגט אפ אן דעם בעל הבית. ועד כדי כך, אז אויך בפשטות, ווי דערמאנט מערערע מאל, איז נאך איידער דער מאן אדער אן עלטערער ברודער מאכט קידוש

22על היין, איז שוין די מוטער, אדער די באבע, אדער ביידע צוזאמען, אדער הלעלטערע שוועסטער, איז נאך איידער מ'מאכט קידוש, און איידער מ'איז מתפלל תפילת ערבית, מאכן זיי שוין ליכטיק די גאנצע הויז, דורך דעם [חדר?] וואו זיי צינדן אן דער נר שבת און נר יום-טוב, מאכן זיי ליכטיק, וואס דאס איז אויך כולל אין זיך, ווי מ'זאגט אויך אין דעם נוסח הברכה נרות שבת קודש איז דאס אויך א ליכטיקייט פארבונדן מיט קדושה. וואס דאס איז דאך אויך דער תכלית הכוונה פון די בתי חינוך, סיי פאר אנשים און סיי פאר נשים, איז דאך אויף ממשיך זיין אין זיי ניט סתם חינוך וואס מ'קען טראכטן, אז דערצו איז גענוג אז מ'באקומט א ידיעה אין א ריבוי ענינים טובים, ובפרט א ידיעה אין א ריבוי ענינים פון תורתנו הקדושה, נאר דער חינוך איז כולל אין זיך אויף גדול לימוד שמביא לידי מעשה, אז ס'איז אזא סארט חינוך אז מ'איז מחנך אויף דעם ענין וועגן וועלכן די מיידעלע אדער די עלטקערע שוועסטער לערנען אין תורה

23על דרך זה דער אינגעלע אדער דער עלטערער ברודער לערנט אין תורה ווערט דאס ביי אים א חינוך וואס קומט אראפ אין מעשה בפועל, און ער ווייס, בדוגמא ווי דערמאנט פריער, אז ס'קומט ערב שבת און ערב יום-טוב דארף זי אנצינדן דעם נר שבת קודש, אדער נר יום-טוב, און נאך איידער, ווי דער מאן אדער דער עלטער ברודער, מאכן דערנאך ערשט דעם קידוש מלשון קדושה, דעם קידוש [אינדערפרי,?] ועיקר דעם קידוש ביינאכט, וואס דאס קומט אבער לאחרי תפילת ערבית, משא"כ הדלקת הנרות על ידי בנות ישראל און נשי ישראל, וואס דאס קומט נאך אין אנהויבס, און נאך איידער ס'הויבט זיך אן דער שבת דיקער טאג, אדער דער יום-טוב'דיקער טאג, און ס'דארף דוקא זיין ניט יוצא-זיין מיט א נר רוחני, נאר ס'דארף דוקא זיין א נר גשמי, ווי דערמאנט פריער, אז דוקא פון די גשמיות פון וועלט מאכט מען א נר של קדושה, וואס דער נר מאכט ליכטיק די גאנצע הויז, און ווי דער לשון בזה איז, אז

24דאס איז שונה, דאס ריקט אפ אז מ'זאל ניט געשטרויכלט ווערן אין א דבר בלתי רצוי, אז טאמער ליגט עפעס א שטענדל וכיוצא בזה אויפן פלאר אדער אויפן דיל איז ווערט ער ניט געשטרויכלט אין דעם און גייט ארום דערויף, וויבאלד אז זי האט אנגעצונדן דעם נר של שבת אדער נר של יום-טוב. און אזוי איז אויך אין דעם נמשל הדברים, אז בשעת ס'געפינט זיך מאיזו סיבה שתהי', און דער עיקר סיבה וואס מ'געפינט זיך אין גלות קען דאך זיין א זאך אין וועלט וואס דאס זאל שטערן ס'איז אריינטראכטן זיך אין דער הייליקייט פון דעם אויבערשטן, און ווי אזוי דער אויבערשטער באשאפט יעדער זאך און יעדער ענין מלכתחילה, מאין ליש, און בשעת ער זעט א דבר גשמי קען ער דאך לרגע חס ושלום פארגעסן אויף די רוחניות שבדבר, אויף דעם דבר השם וואס האט ערשט אפ באשאפן די זאך פון דאסניי מאין ליש, דערמאנט ער די נשמה זיינע, אד די נשמה אירא, וואס דאס איז דער נר הוי' נשמת אדם,

25דערמאנט דאס אין אן אופן וואס עולה מאלי' זי דארף ניט פרעגן נאכאמאל בא דער מוטער אדער בא דער באבע, ווארום זי געדענקט ווי מ'האט איר מחנך געווען, נאך פון קליינווייז אויף, ווי אזוי יעדער זאך איז באשאפן געווארן מאין ליש, דורך דעם אויבערשטן אליין, איז דאך פארשטאנדיק, אז דער אויבערשטער איז דער עיקר און איז מחי' ומהוה ומקיים יעדער זאך און אלע זאכן, וואס דאס איז דאך אויך, ווי דערמאנט פריער, דער תכלית הכוונה פון די בתי חינוך בכלל, און בתי חינוך לבנות בישראל במיוחד, אז דאס זאל זיין א חינוך על קדוש, און נאך מערער על טהרת הקדושה, און דאס זאל זיין דער חינוך וואס איז מחנך און גרייט-צו יעדער אידן און אלע אידן, דעם גאנצן אידישן פאלק, אז בקרוב ממש איז מען זוכה צו דעם חינוך פון בית-המקדש, מקדש אדנ' כוננו ידיך אין דער גאולה האמיתית והשלימה. און דאס וואס די נשים צדקנים שבדור און די בנות צדקנים שבדור זיינען נאכמערער מוסיף אין מעשיהם ובעבודתם אין לערנען די דינים אין תורה,

26און מקיים זיין די מצוות שבתורה אין טאג-טעגלעכן לעבן, נאך זייענדיק אין גלות איז דאס גופא היילט נאכמערער צו דעם סיום און דעם חותם פון דעם גלות. און אנשטאט דערויף ווי ס'איז געווען בא דעם מרגלים וועלכע ס'ווערט דערציילט אין דער סדרה, און דערנאך האט געווערט א ריבוי זמן, ביז ארבעים שנה, ביז וואנענט מ'זעטשט אריין אין ארץ ישראל, ווערט דאס על-דרך פון דער הפטורה דעם מרגלים פון יהושע, וואס ער האט זיי שוין געשיקט בשעת מ'איז שוין געווען אויפן ברעג פון טייך ירדן, און נאך מער געשיקט צו ווי מען שוין געווען

27נאען צו אבר הירדן מזרחה ומערבה, ביז פון דער צווייטער זייט, ירדן בקרוב ממש, בסמיכות ממש צו יריחו, וואס זי איז געווען מנעולה דאס איז געווען די שטאט וואס בשעת מ'האט איר איינגענומען איז דעמאלט איז געווארן האט מען באקומען דעם שליסל צו אייננעמען גאנץ ארץ ישראל. וואס אזוי איז אויך ס'שטייט דאך אויך בנוגע צו משיח צדקנו, אז זיין ענין איז ואריכו ביראת הוי' ועד כדי כך, אז דאס גופא ברענגט מען אראפ דעם פסוק וואס ס'שטייט בנוגע צו משיח'ן, זאגט דאס יעדער איד, מאן אדער פרוי, אין דעם ויהי בנסוע הארון וואס מ'זאגט בחג השבועות, מ'האט ערשט אפ געזאגט אין זמן מתן תורתנו, און מ'זאגט דאס אין פארבינדונג מיט יעדערן אדער יעדערע וואס זאגט אט די תפילה, ווי דערמאנט מערערע פעמים, מערערע מאל, און ווי ערשט האט געזאגט דאס אין זמן מתן תורתנו. און יהי רצון, אז פונקט ווי זמן מתן תורתינו ווערט דערנאך באנייט מידי יום ביומו, נותן התורה לשון הוה, איז זאל זיין אזוי אויך

28ווי מ'האט אייך געלערנט אין די בתי-ספר, און צו די מדריכות, און בא וואס גדול זכותם וגדול חלקם ואשרי חלקם, וואס זיי האבן מחנך געווען אין אן אופן אז דערנאך האלט-אן דער חינוך דעם גאנצן זומער, וואס דערפאר איז דאך אויך קלייבט מען זיך אויס און מ'איז קובע בהתייעצות מיט דעם מחנכים און די מחנכות און מיט די מדריכים ומדריכות, אז מ'זאל דעם זומער אויסנוצן אין דער פולסטער מאס, אז מ'זאל זיין אין ד' אמות של קדושה, און אין קדושה אין תכלית השלימות, וואס דאס וועט נאכמערער צוהיילן גלייך נאך אין אנהויבס זומער, און נאך איידער מ'דארף גיין אין קעמפ איז די עצם ההחלטה, אז מ'האט מחליט געווען נאך א החלטה טובה, אז מ'וויל זיין דוקא אין א קעמפ וואו מ'פירט זיך טאג-טעגלאך על פי התורה והמצוה, כולל אויך שיעורים אין לימוד התורה, ובפרט שיעורים אין די פרשת השבוע, וועט דאס די החלטה אליין שוין צוהיילן, אז מ'זאל תוקף

29ומיד ממש, נאך ניט דארפן אנקומען צו גיין אין דעם קעמפ אין חוץ-לארץ, נאר פון אונזער טרעפן זיך איצטער דא, ובפרט אז מ'האט זיך געטראפן אין בית הכנסת ובית המדרש, אין בית מעשים טובים פון נשיא דורנו פון רבי'ן דעם שווער, און מ'האט מחליט געווען החלטות טובות, זאל דאס צוהיילן נאכמערער סיי בנוגע צו נשים, סיי בנוגע צו בנות, ועאכ"כ צו זייערע מדריכים ומדריכות, און אויך צו אט די וואס רעדן אין זיי אויך אין די ענינים פון קעמפ, אז ס'זאל זיין נאך קודם דאס זיין די הכנה לזה אין אן אופן אז ס'זאל זיין א קעמפ בעל טהרת הקודש, און די עצם החלטה בזה, ובפרט נאך אז מ'איז דאך מסיים מ'וועט פאנאנדערטיילן, מאכן יעדערע פון אייך אלס א שלוחה, אויף געבן א דולר אויף צדקה בהוספה משלה, וועט דאס אויך זיין א הוספה אין ענין הצדקה, וואס זי איז דאך מזרזת את הגאולה ומקרבת את הגאולה, וואס דאס איז דאך אויך דער זכות פון די מוטערס און פון

30די מדריכות ומדריכות און די מנהלים און די מנהלות פון די אלע מוסדות וואס האבן מחנך געווען אין דעם וועג, אז ס'זאל זיין אלע צוזאמען, לייגט זיך צוזאמען די אלע זכיות צוזאמען, און ס'ווערט צוזאמען מיט כתבינו וחתמינו לשנה טובה ומתוקה וואס הויבט זיך שוין אן גלייך נאך חג השבועות, על אחת כמה וכמה אז מ'האט שוין געהאט א שבת לאחרי זה, וואס יעדער שבת איז דאך א הכנה ליום שכולו שבת ומנוחה לחיי העולמים, וועט אויך אלע החלטות און אונזער צוזאמענקומען זיך אלע צוזאמען זיין די הכנה קרובה ממש, אז תיכף ומיד ממש, איז יעדערער פון אייך און יעדערער פון אונז, וכל ישראל כולם, בכל קצוי תבל, גייען אלע צוזאמען, דורך דערויף וואס דער אויבערשטער קלייבט זיי אלעמען צוזאמען, תלוקטו לאחד אחד, ותיכף ומיד ממש, עם ענני שמיא, און די צדקה איז נאכמערער מזרז, ובפרט נאך אז מ'האט דאך דא אט די וואס האבן אייך מחנך געווען, אדער די סיי אנשים און סיי הנהלות המוסדות, סיי די מחנכים

31מחנכות עצמם, האט מען זיי אלע דא בגשמיות, ווערט אויך די גאולה בגשמיות כפשוטה, על ידי משיח צדקנו, און ס'ווערט א בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו די גאולה, אין נשמות בגופים אין א געזונטן אופן און אין א גאנצן אופן און אין א שלימות'דיקן אופן, אז נאך איידער מ'דארף גיין אין קענפט בפועל קומט שוין די גאולה האמיתית והשלימה, און אויב חס ושלום מאיזו סיבה שתהי' וועט זיך דאס פארהאלטן זאל יעדערער פון אייך, בתוך כלל ישראל, האבן א געזונטן זומער, סיי בגשמיות סיי ברוחניות, אין יעדער ארט וואו מ'וועט זיין, די וואס וועלן זיין אין קעמפ זאל דאס זיין א געזונטער און א כשר'ער און א טהור'דיקער און א קדוש'דיקער קעמפ, און על דרך זה די וואס וועלן זיין בביתם אין שטאט וכיוצא בזה, אדער די וואס וועלן זיין בחדרם הפרטי הפנימי, זאל מען מאכן פון יעדער חדר און פון יעדער אידישע הויז א הויז און א חדר אויף וועלכן דער אויבערשטער זאגט ושכנתי בתוכם בתוך כל אחד ואחד מישראל אין יעדערנ'ס חדר

32און אין יעדערן'ס חפצים און אין יעדערן [סגירה,?] און ס'ווערן דערנאך מצורף אלע חדרים צוזאמען און אלע בתים צוזאמען, צוזאמען מיט די בתי כנסיות ובתי מדרשות ובתי מעשים טובים. און דורך דער צדקה וואס איר וועט נאך מוסיף זיין בזה וועט דאס נאכמער צוהרן אט די אלע זאכן, אז אפילו אין אתמה המאה, און ס'וועט זיך אפהאלטן נאך א שעה, אדער א האלבע שעה וכיוצא בזה, זאל מען אויך אויסנוצן אט די צייט וואס יתמעמע אויף נאכמערער מוסיף זיין אין תורה ומצוותי' ובפרט אין חינוך התורה על פי התורה ומצוותי' וואס אויף דערויף האט מען זיך אויך מחנך געווען, אז איר זאלט ווערן מחנכות בחסד עליון מתוך שמחה ותורה, לבב ודברים היוצאים מן הלב פון יעדערן פון אייך, זאל נכנס זיין אין דעם לב פון די אלע מחונכים און די אלע מחונכות, און דער אויבערשטער זעט דאך, אז מ'האט געמאכט די החלטות תקיפות ווארט ער ניט א ריבוי זמן, און יעדער זמן וואס ס'איז געווען איז דאך שוין אויך א ריבוי זמן, ביז וואנענט אז דעם זמן וואס מאיזו סיבה שתהיה

33געפינט מען זיך נאך אין גלות, אויך דעם זמן ווען ס'הויבט זיך אן דער קעמפ, זאל זיין די הכנות צום קעמפ בשעה טובה ומוצלחת, און דער קעמפ אליין ביתר שאת וביתר עוז ובהצלחה מרובה. און ס'זאל זיין דער קעמפ, ווי דערמאנט מערערע מאל, אז דער אפטייטש און דער ענין פון דער קעמפ איז דאך, אז דאס ווערט א גן ישראל, וואס דארטן ווערט יעדער אין אן אופן, אז מ'זעט אין אים, אז ער געהערט צו יעקב אבינו, וואס שמו איז דאך געווען ישראל און פארוואס איז געווען זיין נאמען ישראל כי שרית עם אלקים ועם אנשים ותוכל דורך דערויף וואס א איד קערט זיך איין, און ניט נאר ער דערשרעקט זיך, נאר אדרבה ער נוצט אויס, אז דער מהלך פון טבע וואס איז פארבונדן מיט טבע בענטשט נאך יעקב'ן, אז יעקב ווערט אנגערופן בשם ישראל צריתם אלקים ואנשים בתוכל אזוי איז אויך די אלע ענינים אין טבע, כולל אויך די ענינים פון טבע פון דעם קעמפ, וואס דאס איז דאך א געזונטער קעמפ און א רואיקער קעמפ און א הצלחה'דיקער קעמפ, וואס די אלע סימנים איז דאך ענינים פארבונדן מיט קדושה, וואס דארט איז די עצם הצלחה און עצם הכנה

34קדושה און עצם טהרה, ווי דערמאנט מערערע מאל, און ס'ווערט גלייך נאכמער זירוז אין דעם ענין פון גאולה האמיתית והשלימה, און די צייט וואס מ'וועט נאך פארברענגען אין גלות, און איר וועט פארברענגען אין די קעמפ'ס, ועל דרך זה בנות ישראל בכל מקום שהן, כל אחת ואחת אין דעם מקום על טהרת הקודש, וכמדובר כמה פעמים זאל דאס דארטן זיין אן ענין וואס מ'מאכט פון דעם ארט וואו מ'געפינט זיך א דירה לו יתברך פאר דעם אויבערשטן אליין, און מ'טוט דאס מתוך שמחה וטוב לבב, געזונטערהייט און פריילעכערהייט, און מ'איז אזוי אויך מחנך אט די אלע וואס איר וועט זיין זייערע מדריכות במשך פון ימי הקיץ, במשך וימי הקעמפ אויך זיי מחנך אין דעם רוח און מיט דעם תוכן, ביז וואנענט אז ס'ווערט צוזאמענגעשטעלט א קהל גדול, כל יושביה, יעדער איד און אלע אידן, און ס'ווערט דער קהל גדול ישובו הנה אין ארצנו הקדושה, און דארטען ירושלים עיר הקודש, ובהר הקודש, בבית המקדש, מקדש אדנ'

35כוננו ידיך ומתוך שמחה וטוב לבב, און אזוי אויך מדריך זיין די אלע איירע מודרכים ומודרכות בכל מקום שהם, אז אין זיי זאלן מקויים ווערן וואס נשיא דורנו האט אנגעזאגט עמדו הכן כולכם אז מ'שטייט צוגעגרייט, ביז אויך מיט צוגעפוצטע לבושים, ריינע לבושים, און די הייליקע לבושים, בפשטות, ובפרט בפנימיות הענינים. ועוד והוא העיקר, אז מ'איז מזרז נאך מערער הגאולה האמיתית והשלימה, ובפרט על ידי נתינת הצדקה, ובהוספה יעדערער פון זיך, מממון שלה, און בפרט נאך אז מ'איז אזוי מחנך אט די אלע וואס [אירות'ער?] מחנך זיין במשך פון דעם זומער בכלל און די ימים די טעג פון דעם קעמפ במיוחד, אז ס'וועט ווערן דער אמת'ער קעמפ אין אן אופן פון גן ישראל, און דער אויבערשטער וועט זאגן באתי לגני לגנוני אז דער אויבערשטער האט דעם אמת'ן פארגעניגן פון די אלע קעמפער'ס

36ועל אחת כמה פון זייערע מדריכים ומדריכות, עאכו"כ פון די וואס האבן זוכה געווען און פירן אן מיט דער גאנצער זאך, און פירן אן אין אן אופן פון מוסיף והולך באור. און ס'ווערט גלייך די הוספה אין דעם אופן פון יוסף און יצחק, ווי דער נאמען פון נשיא דורנו, אז ס'ווערט גלייך א הוספה אין אלע זאכן פארבונדן מיט אידישקייט, לימוד התורה וקיום מצוותי', און פארבונדן מיט שמחה וטוב לבב, וואס דאס איז דאך דער ענין פון יצחק, כל השומע יצחק לי און ס'ווערט גלייך דער שלהבת עולה מאלי' זייענדיק אין קעמפ, און דערנאך ווערט גלייך דער שילוח על דרך פון די מרגלים וואס יהושע האט געשיקט, וואס איינער פון זיי איז דאך גאר געווען א מלאך פינחס זה אליהו אז אזוי אויך האט דאך יעדער איד, סיי מאן און סיי פרוי, סיי אן אינגעלע און סיי א מיידעלע, א חלק אלוקה ממעל ממש, און אויך א נפש הבהמית, ווי ער זאגט אין תניא, און די ביידע ווערן מרגלים חרש, א שטילערהייט, חס ושלום, אן קיין גאוה, אפילו אז מ'איז זיך אתה בחרתנו מכל העמים,

37סיי א קינד און סיי אן ערוואקסענער און סיי אנשים סיי נשים איז חס ושלום דאס ווערט אן ענין פון חרש, אז ס'איז ניט מעורר חס ושלום אן ענין פון גאוה, אף על פי וואס מ'געדענקט און מ'איז דורכגעדרונגען אז אתה בחרתנו מכל העמים ביז וואנענט אז ורוממנו מכל עם ומכל לשון, און ס'ווערט גלייך פון זמן מתן תורתנו ווי ס'איז געווען אין דעם חג השבועות מיט עטלעכע טעג צוריק, ווערט גלייך דער זמן מתן תורתנו, תורה חדשה מאיתי תצא, וואס דער אויבערשטער אליין לערנט תורה מיט יעדער אידן און מיט אלע אידן, סיי מיט אנשים סיי נשים, סיי קטנים און סיי גדולים, ותיכף ומיד ממש. און דער ענין הצדקה איז דאס נאכמערער מזרז די אלע ענינים האמורים, לכל לראש אז ס'איז א געזונטער קעמפ בגשמיות, על אחת כמה וכמה א געזונטער קעמפ ברוחניות, און דאס ווערט א גן ישראל לגני לגנוני און דערנאך איז ילכו מחיל אל חיל ביז אלא אלקים בציון בגאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו.

38האבן א געזונטן זומער און א פריילעכן זומער, און א תורה ומצוות זומער, און דערנאך גלייך גרייטן זיך צו ביאת וגאולה האמיתית והשלימה, צו תורה חדשה וכמצות רצונך, ותיכף ומיד ממש.

39זיי האבן א געזונטן זומער און פריילעכע בשורות.

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים