English
ספרייה

היום יום

יא טבת

שבת

יא טבת

ה׳תש״ג

דעם מענשענס לעבען איז תלוי אין דעם אויר וואו ער געפינט זיך. אהן אויר קען מען ניט לעבען, און אין וואס פאר א אויר מען לעבט, אזא לעבען איז דאס. ווען מען לעבט אין א תורה ומצות אויר, איז דער לעבען א געזונטער. ווען מען לעבט אין כפירה-אוויר, איז דאס א קראנקער לעבען, און מען איז כסדר אין געפאהר קראנק צו ווערען מיט אנשטעקענדע מחלות. די ערשטע אלגעמיינע רפואה איז צו מאכען ריין די לופט. די ארבעט פון טהרת האויר ליגט אויף די יודעי ספר און יודעי תורה. טהרת האויר איז דורך אותיות התורה. ווען מ'שטעהט אין סטאר, אדער ווען מען געהט אין גאס, אדער ווען מ'פאהרט אין סאבוויי און מען זאגט אותיות שבתורה, מאכט מען מיט דעם ריין דעם אויר. יעדער איינער פון די יודעי ספר און יודעי תורה מוז האבען עפעס אויסגעלערנט בעל פה: חומש, תהלים, משניות, תניא, אזוי, אז צו יעדער צייט און אין יעדען ארט, זאל ער קענען טראכטען און זאגען די הייליגע אותיות שבתורה.

ספריית ליובאוויטש · chabadlibrary.org

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

חיבור
היום יום
כרך
טבת
מזהה
rh-tyh8wvx4

עותקים

פעילות אחרונה

#59 Hayom Yom as printed: letter, notices, Tanya lines, closing · אושרה

מקורות