טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.
¶1אין צוגאב צו די אלע ברכות וואס דערמאנט פריער, וואס זיי גייען דאך אויף אלע אידן בכלל, ובמיוחד פאר די וואס גייען אריין בהמשך צו די וואס האבן דאס אליין געהערט, האט מען דאך אויך געהאט א כוונה מלכתחילה אויף די וואס וועלן אריינגיין לאחרי זה, ובפרט נאך אז זיי האבן דאך א יחוס מיוחד, אז זיי זיינען ערשט צוגעקומען צו דער צייט אין דעם אידישן לעבן ווען מ'ווערט מחוייב אין דעם אויבערשטנ'ס מצוות, וואס דאס האט דאך א באזונדער שייכות צו זמן החנוכה, וואס חנוכה איז דאך א מצוה פארצינדן ליכט, וואס ליכט ווערט דאך יעדער מצוה אנגערופן בשם נר מצוה וועגן וועלכע ס'רעדט זיך אין תורה אור, וואס דערפאר איז דאך אויך די גאנצע תורה, פארבונדן אין ארויסגעבן און דערציילן אידן וועגן די מצוות וואס זיי דארפן טאן, און דערציילן אין א ליכטיקן אופן, און דערציילן אויך ווי אזוי יעדער איד, דורך טאן א מצוה, מאכט ער ליכטיק זיך אליין, און די גאנצע משפחה און די גאנצע הויז, מיט דער אמת'ע ליכטיקייט וואס קומט פון דעם אויבערשטן אליין, וואס ער איז דאך דער מצוה המצוות,
¶2דער אנזאגער פון די מצוות, און האט אויך באשטימט, אז ס'קומט צו א זמן מיוחד ווען מ'ווערט אלץ דרייצן יאר בנוגע צו אינגעלעך און צו וועלכע יאר בנוגע צו מיידעלעך, ווערט מען דעמאלט א בר מצוה אדער א בת מצוה, און פון דעמאלט אן האט מען אויך דעם קיטול וואס תורה רופט-אן מצוה ועושה, אז דער אויבערשטער אליין גיט זיך אפ מיט יעדער וואס דערגרייכט דרייצן יאר אן אינגעלע, אדער א מיידעלע וואס דערגרייכט זו צוועלף יאר, גיט ער זיך מיט זיי במיוחד אפ אויף אנזאגן זיי בנוגע צו קיום המצוות, כולל אויך די טעג אין וועלכע מ'געפינט זיך איצטער, די מצוות פון חנוכה, און וואס איז אויך דאך פארבונדן דערמיט וואס פאר דערויף האט מען זיך געדאווענט מעריב צוזאמען מיט קריאת שם, וואס דאס איז דאך דער אנהויבס פון אלע מצוות, ווי דערציילט אין תורה שבעל פה הויבט זיך אן מיט מימותי קורין השמע בערבית, און ווי דערציילט אויך דער פירוש און דעם, אז יעדער איד, ווען ער ווערט אלץ דרייצן יאר, איז די ערשטע רגע וואס ער ווערט דרייצן יאר ווערט ער גלייך מחוייב אין א מצוה מיוחדה, וואס זי איז כולל
¶3כל המצוות כולם, וואס הויבט זיך אן מיט שמע ישראל הוי'אלקינו הוי'אחד, און דערנאך דערציילט מען און מ'זאגט-אן וועגן אלע מצוות, און דער אויבערשטער גיט כח, און א נתינת-כח, און גיט אויך א יישר-כח, און א ברכה מיוחדה פאר יעדער אינגעלע וואס ווערט אלץ דרייצן יאר, אז פון דער רגע אן ווערט ער מצוה ועושה, און אזוי אויך א מיידעלע ווען זי ווערט צוועלף יאר, ווען זי ווערט בת-מצוה, און יהי רצון, אז זיי זאלן שטייגן אין יעדערע פון זיי אין לערנען תורה און מקיים-זיין מצוות, אין אן אופן ווי דער חנוכה ליכט לערנען, אז פון טאג צו טאג דארף צוקומען נאכמערער אין ליכטיקייט, און נאכמערער אין מצוות, און נאכמערער תורה אור, סיי אין מקיים-זיין מצוות סיי אין מערנען סיי מקיים זיין מצוות, און כדי וויסן ווי אזוי צו מקיים זיין מצוות, מקיים זיין די מצוה פון לימוד התורה, און בפרט נאך, אז ס'איז דאך אויך דער מנהג ישראל, ווי דערמאנט מערערע מאל, אז אן אינגעלע, ווען זי ווערט בר-מצוה, אדער א מיידעלע ווען זי ווערט בת-מצוה, איז גלייך מנדב, הויבט אן דעם לעבן אלס מחוייב ועושה, אדער מחויבת ועושה,
¶4מיט דער מצות הצדקה, וואס אויף דערויף דארף מען דאך ניט האבן קיינע הכנות, און מ'דארף ניט האבן קיין מנין אויף דערויף, און מ'דארף ניט האבן אפילו וואשן די הענט וכיוצא בזה איז מצות צדקה איז מען מחוייב פון דער ערשטער רגע וואס מ'ווערט א מחוייב במצוות, איז זכאי במצוות, און על דרך זה א בת מצוה, איז פון דער ערשטער רגע פון דרייצן יאר אדער פון צוועלף יאר ווערט מען מחוייב אין אלע מצוות, און אין וועלכע מצוה קען ער גלייך מקיים-זיין? איז דאס די מצוה פון צדקה, וואס דארף ניט האבן קיינע הכנות, מ'דארף האבן מערניט ווי א פושבה פרוטה, וואס דאס האט דאך יעדערער אויף זיך אין זיינע קלוידער, אויב ס'איז ניטא קיין אנדער ברירה געבן צדקה אן ארעמאן וועלכן פעלט-אויס א קלויד, שענקט ער אים אדער שענקט-צי אים דער ענין פון דעם לבוש, און ס'ווערט דער לבוש מצוה פאר דעם שענקל, און ס'ווערט א לבוש מצוה דורך דער מצוה אויך א לבוש בפשטות פאר יעדער אידן.
¶5מצוות, און דאס גיט זיי אויך א צוגעגעבענע מצוה, וואס ער האט געבראכט נאך א אידן, סיי אן אינגעלע אדער א מיידעלע, צו מקיים-זיין נאך מצוות און האבן נאכמערער לבושים פון מצוות, און דאס ברענגט אויך אלע ברכות והצלחות, על דרך ווי א לבוש בפשטות באשיצט זיך די מענטשן באשיצט זיך די לבוש, די כלי, באשיצט זיך דאס אים פון פון דעם ארום אויב די ארומעט צו הייסט טוט ער אן אזא לבוש וואס מאכט אים קילער, און וואס לאזט ניט צו צו אים די היץ פון ארום, ועל דרך זה אויב ארום איז צו קאלט טוט ער אן א ווארע מין לבוש, אזוי אויך איז די סגולה פון יעדער מצוה און פון אלע מצוות, אז דאס איז א לבוש און א מגן וואס באשיצט יעדער אידן און אלע אידן, אז ער האט ניט געדריקן פון דעם ארום זיך, פון די קאלטעקעד פון דער וועלט, אדער פון דער היץ פון דער וועלט, צו זאכן צו וועלכע מ'דארף ניט זיין היציק, נאר אדרבא, ער האט די אמת'ע טעמפעראטור, וואס דאס איז דאך פארבונדן דערמיט וואס ער לעבט ווי א איד,
¶6און אטעמט ווי א איד, און עסט און טרינגט ווי א איד, סיי א אינגעלע סיי א מיידעלע, און דאס ברענגט געזונט ברוחניות, און געזונט אויך בגשמיות, אויך צו די עלטערן וואס זיי האבן אים מחנך געווען, אדער איר מחנך געווען און מגדל געווען אין אזא אופן, אז זיי האבן פון די קינדער אמת'ן, געזונטן אידישן נחת, און פונקט אזוי ווי נרות חנוכה ווערט די נחת אלץ מערער און גרעסער, ובפרט נאך ווי דערמאנט פריער, אז מ'פארבינדט דאס, די התחלה פון בר-מצוה אדער בתן מצוה, מ'וועט געבן אויף צדקה, על דרך אויך ווי מ'גיט איצטער אין דעמי חנוכה גיט מען דאך אויך געלט אויף אפגעבן דאס אלס צדקה, און מ'זאל דערנאך אפגעבן אדער דעם דאלער אליין, אדער די חילופים שלו, אויף צדקה אדער א טייל פון אים, וואס דאס איז אויך וואס א דאלער האט דאך אין זיך הונדערט פרוטות, וואס דאס באווייזט אויך, אז דורך דערויף וואס ס'איז מקיים איין און איינציקע מצוה מיט איין און איינציקן דאלער באקומט מען הונדערט ברכות פון דעם אויבערשטן, און אזוי אויך הונדערט ברכות וואס דאס איז כולל אלע ברכות פון דעם אויבערשטן, ווי דערמאנט מערערע מאל, אז דא מיינט מען
¶7הונדערט, ניט נאר ניט קיין הונדערטער אונס, נאר דאס מיינט מען א סאך אן הגבלות, און בשעת מ'זאגט אז ס'האט א גאנצן הונדערטער איז דאס כולל אין זיך מערערע הונדערטער, און א סאך הונדערטער צוזאמען, איז יעדערער פון זיי איז ממשיך אלע ברכות פון דעם אויבערשטן, וואס זיי שטעלן זיך אויס אין הונדערט סוגים ומינים, ווי אויסגערעכנט דעם אלטן רבי'ס שולחן ערוך במיוחד, ועוד והוא העיקר, אז יעדער איד, ובפרט בר-מצוה און בת-מצוה, ווערנדיק א מחוייב במצוות, ווייס ער און פילט, אז דער חיוב איז דער גרעסטער זכות וואס ער באקומט יעדערער פון זיי אויפן גאנצן לעבן, במילא איז דאך פארשטאנדיק, אז ער טוט אלץ א תלוי בו אויף צוגעבן און באקומען אלץ מער זכיות, ביז וואנענט אז ס'ווערט יעדער טאג הונדערט מצוות און יעדער טאג הונדערט ברכות פון דעם אויבערשטן, ועוד והוא העיקר, אז דורך דערויף ווי דערמאנט פריער במיוחד, וואס יעדער בר אדער בת-מצוה האט מוסיף געווען אויף אלע מצוות וואס זיי טוען בלאו הכי אויך א הוספה אויף צדקה, און מה טוב אין א מספר פון א דאלער, און א מספר פון הונדערט, על דרך ווי א דאלער האט דאך הונדערט פרוטות,
¶8זאל אזוי אויך דער אויבערשטער זיכער מקיים זיין זיין הבטחה, און וועט געבן אידן אלע ברכות וואס ס'איז דא, און מ'זאגט מה הוי'אלקיך שואל מעימך אז דאס הויבט זיך אן וואס דער אויבערשטער בעט זיך בא יעדער בר-מצוה און בת-מצוה, און מ'זאגט אויף דערויף, אז תקרה מה אלא מאה אז דאס איז כולל אין זיך הונדערט סוגים פון מצוות און הונדערט סוגים פון ברכות, ועוד והוא העיקר, אז דער אויבערשטער בענטשט יעדער בר-מצוה און בת-מצוה, צוזאמען מיט די עלטערן וואס האבן זיי אזוי מחנך געווען, און וועלן ווייטער ממשיך זיין אין דעם חינוך מתוך שמחה וטוב לבב, אז זיי זאלן גיין מחיל אל חיל ווי מ'לערנט אפ פון די נרות חנוכה, אז יעדער טאג קומט-צו נאך א ליכטל, און מ'הויבט אן גלייך פון דער ערשטער ליכטל, מאכן די ברכה שהחיינו וקיימנו והגיאנו ל� זמן הזה, און דאס איז מען מוסיד ערמיט די אלע נרות חנוכה פון דעם גאנצן חנוכה, וואס מ'האט איין מאל געמאכט בתחילתו, אדער גלייך נאך דער תחילה, דער ברכת שהחיינו אזוי איז דער אויבערשטער בענטשט אים ער זאל האבן נאך לענגערע שהחיינו וקיימנו והגיאנו לזמן הזה, בפרט א בר-מצוה ובת-מצוה און זייערע עלטערן, ובפרט אז ווי דערמאנט פריער
¶9וועט יעדערער פון זיי צוגעבן נאכמערער אין די החלטות טובות אויף זיין א באן מצוה ווי ס'דארף צו זיין און בתן מצוה ווי ס'דארף צו זיין, וואס דורך דערויף וועט זיין תוספות, נחת רוח אמיתי פאר די עלטערן און די זיידעס און באבעס און די גאנצע קרובים און די גאנצע משפחה, ובפרט אז מ'גיט יעדערער פון זיי צו א דאלער, וואס כאמור איז כולל אין זיך הונדערט פרוטות, און דא� מאנט פריער, ווי די גמרא זאגט, אז דאס איז מרמז, אז דורך דערויף וואס מ'גיט אויף צדקה, גיט דער אויבערשטער מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה מערער וויפל מ'קען פון אים מאנען, נאר ער גיט אויף צדקה, ווי דערמאנט פריער פון זיין האנט, און סיי ברייטער האנט, ועוד והוא העיקר תיכף ומיד ממש, און מ'גייט מחיל אל חיל אלץ מוסיף זיין אין ער מצוה ותורה אור, ביז דער חנוכה הבשלימותה, וואס דאס וועט זיין תיכף ומיד ממש, אין בית-המקדש השלישי, מקדש ארנא כהוננו ידיך, צוזאמען מיט דער מנורה וואס אין בית-המקדש, און צוזאמען מיט ליקו נרות וחצות קדשך ועוד והוא העיקר, תיכף ומיד ממש.
¶10און דאס וואס מ'מאכט יעדערן פון אייך, און די קרובים וואס זיינען דא מיט אייך צוזאמען, שליח אויך אויף צוגעבן דורך דעם דאלער אדער דורך דעם חילוף נאך אויף צדקה איז היילט דאס נאכמערער צו די גאולה האמיתית והשלימה, ביז וואנענט אז זי קומט תיכף ומיד ממש.