RebbeHub
עב · EN
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

22 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1לחליל ו לחליל.

2צום אלעם ערשטן אז אידן טרעפן זיך צוזאמען, איז דאס א געלעגנהייט אויף אפדאנקן דעם אויבערשטן פון וואס ער האט באשאפן אידן אין אזא מין אופן, אז כאטש אפילו מ'געהערט צו פארשידענע קרייזן, און מ'לעבט אין באזונדערע לענדער אדער אין אנדערע לענדער, און מ'פארנעמט זיך מיט א באשעפטיקונגען וואס ס'האבן ניט לכאורה אויפן ערשטן קוק, ניט קיין צוזאמענהאנג, אף על פי כן. פונדעסטוועגן, אז מ'טרעפט זיך האט מען גלייך דעם געפיל, אז דאס איז ניט וואס ס'האבן מענטשן פרענדיק צווישן זיך ווי אין זיך באקענען צום ערשטן מאל, וויבאלד אז זיי טרעפן זיך צום ערשטן מאל, נאר ס'ווערט גלייך דער וועגט אין יעדערן פון זיי, סיי מענער און סיי פרויען, ביז אפילו אין קליינע קינדער, אז מ'זאל וויסן זיין, אז אחד הי'אברהם אז יעדערער פון אונז און אלע פון אונז שטאמען פון דעם זעלבן פאטער, פון אברהם אבינו און פון דער זעלבער מוטער שרה אמינו, על דרך זה אויך פון זיין זון יצחק און רבקה, און זייער עיקר זון, וואס דאס איז יעקב,

3און די פרויען זיינע, און אזוי האט מען דאס איבערגעגעבן ביז וואנענט ווי אן איינגעשאפסן וואס גייען אריבער פון עלטערן צו קינדער, איז דאך דאס ניט א זאך וואס מ'דארף דערצו האבן א נס, נאר ס'איז אזוי די וועלט באשאפן געווארן ניט דוקא בא מענטשן, אפילו בא בעלי חיים, אז בטבע, לויט די נאטור פון דער וועלט, גייט גייען אריבער אייגנשאפטן פון די עלטערן צו די קינדער, און מ'דארף ניט האבן קיין ספעציעלע אנשטרענגונג אויף באשאפן זיי פון דאסניי. די אנשטרענגונג איז נאר אז מ'זאל זיי אויסנוצן אין דער פוסטער מאס, אדער אין אזוי ווי מ'האט א נאמען געגעבן אונזער צוזאמענקונפט האט מען דאס א נאמען געגעבן ווער וועט מען אנטפאנד אז דאס איז א זאך וואס מ'ד דאס אנטוויקלען, און אנטוויקלען אין דער פולסטער מאס, וואס בשעת מ'זאגט דעבל אפמענט איז דאס גופא איז דאך אונטערשטרייכט דאך, אז ס'איז שוין דא א זאך, נאר וואס דען מ'ווייס ניט צי מ'האט דאס אינגאנצן אויסגענוצט, און צי מ'האט דער גאנצער בענעפי דערפון, די גאנצע תועלת דערפון, בשעת מ'אנטוויקלט דאס קומט מען דערנאך אויך צו דער איב�

4אז מ'דארף זיך ניט באגנוגענען מיט א טייל פון דער אנטוויקלונג, נאר אנטוויקלונג דאס אין דער פולסטער מאס. און זיכער איז דאך, אז מענטשן וואס האבן געהאט הצלחה אין פרנסה ווי די וואס געפילן זיך דא, און האבן אין דערויף גענומען איינטייל דורך זייער הארעוואניע און טאן אין דעם, וואס דאס באווייזט דאך אז זיי נוצן-אויס די מעגלעכקייטן וואס זיי האבן אין דער פולסטער מאס, און באגנוגנען זיך, ניט מערניט דערמיט, אז מ'זאל קענען זאגן, אז ער האט געטאן א חוב וואס ער האט דארפט טאן, נאר ער וויל אויך זען די פירות דערפון, און די פירות זאלן זיין אין דער פולסטער מאס, וואס דוקא דעמאלט איז די אנטוויקלונדער דעבעלעכמענט ווי ס'דארף-צו-זיין, און דעמאלט נוצט מען אויס אויך די כוחות וואס דער אויבערשטער האט געגעבן אין דער פולסטער מאס.

5וואס ער האט געטאן, און זעט אז ער האט געהאט גרויסע דערגרייכונגען איז ניט דאס איז די אמת'ע מאס אויף צו וויסן צי האט ער ממלא-געווען תפקידו, צי האט ער ממלא-געווען זיין שליחות אין דער וועלט, ווען איז א מענטש, און א איד בפרט, ממלא זיין שליחות בשעת ער נוצט-אויס אין דער פולסטער מאס די אלע מעגלעכקייטן וואס דער אויבערשטער האט אים געגעבן, און ווי שוין גערעדט מערערע מאל, דאס איז ניט נאר אזוי ווי ער נוצט דאס אויס ניט אין דער פוסטער מאס, האט ער ניט געהאט די גאנצע תועלת אין דערויף, נאר ס'איז אויך, כביכול, מאכט ער דורך דערויף א חסרון אין דער אויבערשטער באשאפונג, ווארום די תועלת, די מעגלעכקייטן וואס א איד און א מענטש בכלל באקומט, באקומט ער דאך פון דעם אויבערשטן, און זיכער וויל ד אויבערשטער, אז די כחות וואס ער גיט זאלן אויסגענוצט ווערן אין דער פולסטער מאס, ובפרט נאך, אז בשעת מ'נוצט דאס אויס אין דער פולסטער מאס האבן דערפון די תועלת האבן דערפון די פראפיט, און ער ווערט אנטוויקלט אין דער פולסטער מאס די תועלת פון די אלע וואס געפינען זיך ארום אים, ביז וואנענט אז דאס ברענגט אויך א תועלת אין דעם גאנצן ארום אפילו

6צווישן ניט-אידן, און ווי מ'זעט דאס אויך בפשטות, אין דער איינפאכסטער מיינונג דערפון, אז בשעת א איד איז זיך משתדל און טוט אלץ וואס הענגט אפ אן אים אויף אויסנוצן אין דער פוסטער מאס די אלע מעגלעכקייטן וואס ער האט-דעמאלט קומט ארויס דערפון א תועלת, א נוצן, ניט נאר פאר אידן, ניט נאר פאר אים און זיין משפחה, און פאר אידן בכלל, נאר ס'קומט אויך ארויס נוצן דערפון פאר דער גאנצער שטאט אין וועלכע ער לעבט און וואו ס'געפינען זיך זיינע געשעפטן, און אויב ער איז אן דער פאלגרייכער ביזנעס-מאן און פאלגרייכער עסקן, אט דעמאלט האבן דערפון די תועלת אויך די גאנצע לאנד, די גאנצע קאנטרי צו וועלכע ער געהערט, ובפרט נאך וויבאלד אז מיר האבן דאך די פריווילעזש אז מ'לעבט אין יונייטעד סטעיט זעט מען דאך, אז די אנטוויקלונג פון יונייטעד סטעיט האט א גוטע השפעה, אויב מ'נוצט דאס אויס נאר ווי ס'דארף צו זיין, אין אן אופן אז דאס רירט אויף די אלע לענדער וואס לעבן איר, און וואס נאך מערער אפילו אויף די וואס געפינען זיך ווייט פון איר,

7גאר אין דעם וויידסטן ווינקל פון דער וועלט, ווי מ'זעט דאס אויך בפשטות, אז בשעת ינייטעד סטעיט האט געוואלט אויסנוצן איר השפעה, און געוואלט דאס ווי ס'דארף צו זיין האבן זיי באקומען די מעגלעכקייט, די וואס האבן זיך דערמיט פארנומען, צו ווירקן אין דער גוטער ריכטונג אויף די אלע לענדער פון דער גאנצער וועלט, וואס דאס האט אויך געבראכט אן אויגונג, ניט נאר צווישן מענטשן, נאר אויך די אנטוויקלונג פון די אלע טיילן פון דער וועלט-אז מ'האט אויך געפונען נייע מיטלען, ווי אזוי צו נאכמער אנטווויקלונג די אלע זאכן וואס געהערן צום מין המדבר, און אויך וואס געה ערן צום מין פון בעלי חיים, מ'זאל אויך האבן די בעסטע פארם וואס ס'קען זיין, אין יעדער לעבעדיקע באשעפעניש וואס געפינט זיך אין וועלט, זאל ז זיינען אין דעם בעסטן אופן, און האבן אין דעם בעסטן אופן אירע נויטיקייטן, און האבן דעם בעסטן אופן פראדוצירן דערנאך די וואס שטאמען פון זיי אפ, און על דרך זה אויך בהנוגע צו דער אנטוויקלונג פון דעם צומח, פון דער בתניא'שער וועלט, אז ס'זאל אויך זיין דאס וואס געהערט צו בעימא, און געהערט צו פירות, און געהערט אויך צו דער אנטוויקלונג פון דער טעקניק, אז דאס זאל זיין

8אין דער מאקסימלסטער וועג, וואס דאס ברענגט א תועלת ניט נאר פאר די וואס טוען אין דעם און וואס זען די פירות, נאר דאס ברענגט אויך א תועלת, וויבאלד אז ס'איז געטאן געווארן אין א ליכטיקן אופן ווי תורה, וואס ס'ווערט אנגערופן תורה אור א ליכטיקע תורה, וואס ליכטיקייט מאכט דאך ליכטיק דעם גאנצן ארום, ניט פרעגנדיק קיין שאלות ביים ארום צי ווילן יא נאר אז מ'מאכט אפילו א קליין ליכטעל, אז מ'צינדט דאס אן אין א גרויסן צימער, וואס דער צימער איז ניט באלויכטן, איז ניט פרעגנדיק בא די כלים און בא די מענטשן וואס געפינען זיך אין צימער האט די טבע פון א ליכטית, אז ס'מאכט ליכטיק אין דעם גאנצן ארום, על דרך זה אויך בהנוגע צו נר מצוה ותורה אור אז א איד לעבט ווי תורה האט אים אנגעוויזן, במילא איז ער זיך מקיים נר מצוה און לערנט תורה און פארשפרייט תורה מאכט ער ליכטיק דעם גאנצן ארום, במילא מאכט ער אויך ליכטיק דעם לעבן פון די ניט-אידן ארום זיך, על אחת כמה וכמה דעם לעבן פון דער גאנצער קאנטער, פון דער גאנצער לאנד אין וועלכע ער געפינט זיך, ובפרט נאך, ווי דערמאנט פריער, אז מיר האבן די מעגלעכקייט, דורך דערויף וואס מ'האט געהער צו יונייטעד סטעיטס אז מ'זאל

9איינווירקן ניט נאר אויף די סטעיטס וואס זיי זיינען יונייטעד, נאר אויך איינווירקן אויף די אלע סטעיטס פון דער גאנצער וועלט אין א גוטן אופן, און וואס וויבאלד אז מ'טוט דאס מיט א גוטן תכלית און מיט א גוטן אויסקוק איז סוף-כל-סוף באקומט מען אויך א הילף פון די אלע וואס מ'וויל זיי העלפן, אז זיי זאלן אויך באשטייערן דערצו און טאן את התלוי בהם וואס הענגט אפ אין די וואס באקומען די הילף, אז זיי זאלן מסייע זיין ארויסהעלפן אין דעם און טאן דאס בסבר פנים יפות, באקומט מען דורך דערויף אויך ניט נאר אז די הילף ווערט אנגענומען, נאר די וואס מ'העלפט זיי ארויס ווערן סוף-כל-סוף אויך אקטיוו, און ווערן אויך ניט נאר סופארטער, וואס א צווייטער טוט, נאר זיי ווערן אויך אקטיוו, אלס די וואס זיי דעוועלאפן, וואס זיי אנטוויקלען דעם גאנצן ארום ווי דערמאנט פריער, סיי פון מענטשן און סיי פון דער גאנצער נאטור און סיי פון די אלע לענדער ארום, און זיכער אז דאס ברענגט אויך דערצו, אז וויבאלד אז די אלע זאכן ווערן געטאן לויט די אמת'ע קריטעריאם פון ליכטיקייט, וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט שלום איז דאס אויך מאכט דאס ווייטער

10די סכנה, חס ושלום, פון א מלחמה, אדער פון א מחלוקת, אפילו א שתילי מלחמה, אדער אפילו א מחלוקת סתם. און ס'ווערט דעמאלט, ווי דערמאנט פריער, א ענין פון די אלע מענטשן אין דער גאנצער וועלט, און זיי ווערן אלע דורכגענומען מיט דער זעלבער דיעה און מיט דער זעלבער תכלית און כוונה, אז מ'זאל ממלא-זיין דעם רצון פון דעם וואס האט באשאפן יעדערן פון אונז, און יעדערן פון זיי, און אויך באשאפן די גאנצע וועלט מיט אלע זאכן וואס געפינען זיך אין וועלט, און האט זיי באשאפן אין אן אופן, אז ס'זאל זיין ווי די וואוסטע מצוה פון ואהבת לרעך כמוך, אז מ'מאנט און מ'גיט א מענטשן כח ער זאל קענען ארויסהעלפן דעם גאנצן ארום, כמוך פונקט ווי ער העלפט זיך ארויס זאל ער דאס אזוי אויך טאן פאר א צווייטן, און די צווייטע שליסט ער אין דערויף איין, ווי דערמאנט פריער, דורך אידן קומט ער דערנאך אויך צו צו ניט-אידן, און דערנאך קומט ער צו צו דער גאנצער נאטור און צו דער גאנצער אנטוויקלונג פון אלע זאכן וואס געפינען זיך אין וועלט, אז זיי אלע זאלן זיין א ליכטיקער ביישפיל ווי אזוי איז כל מה שברא הקב",ה בעולמו לא בראו אלא לכבודו,

11ווי אפגעטייטש אין איינפאכן אידיש, אז יעדער זאך וואס דער אויבערשטער האט באשאפן אין וועלט, האט ער דאס באשאפן אין אזא אופן, אז דורך דערויף קען מען אפגעבן דעם אויבערשטן כבוד, וואס ס'איז דאך זעלבסט-פארשטענדליך, אז דער אויבערשטער נויטיקט זיך ניט אין כבוד פון זיין א באשעפעניש, אפילו פון א אידן, נאר דער כבוד פון דעם אויבערשטן איז, און זיין פא� געניגן בשעת ער זעט אז די גאנצע וועלט האלט אין איין גיין אלץ פארווערט און אלץ מער אנטוויקלן זיך, אז דער דער דבל וועט מען זאל זיין אין דער פולסטער מאס, וואס דעמאלט ווערט אויך דורך דערויף ניט נאר אנורירט די סכנה פון מחלוקת, על אחת כמה וכמה פון ניתי-עוניאנען, ווי דערמאנט פריער, נאר אדרבא ס'ווערט אלץ גרעסער די פארבינדונג, דער ענין פון דער גאנצער מענטששייט צווישן זיך, במילא אויך, און על אחת כמה וכמה פון אידן צווישן זיך, איז פון אלעם ערשטן, דורך דערויף וואס אידן פאראייניקן זיך צווישן זיך, איז לכל לראש, און וואס אונז איז עלמאסט נוגע ווערט גלייך בטל דער גלות, און ס'קומט גלייך די גאולה האמיתית והשלימה דורך משיח צדקנו, וואס דעמאלט וועט דאך זיין לתקן דער לשון איז

12מתקן עולם במלכות שד-י", אז די גאנצע וועלט שטייט אין אן אופן פון עולם התיקון, ווארום ס'איז ניכר אזוי געהערן צו דעם אויבערשטן, און דער אויבערשטער רעגירט דארטן, ווערט דאס אנגעפירט ווי דער אויבערשטער וויל, וואס דרכיה דרכי נוהו וכל נתיבותי'שלום אז ס'איז אלץ אין א זיסן אופן און אין א שלום'דיקן אופן, און אלץ אין א געזונטן אופן מיט א געזונטן גוף פון א געזונטער נשמה, און איז זיכער, אז דאס ברענגט נאך מערער, ובפרט נאך צו יעדער מענטשן און יעדער אידן אין זיין משפחה, אז ס'זאל זיין דער אמת'ער שלום אין דער משפחה צווישן עלטערן און קינדער, און צווישן זיידעס און באבעס און אייניקלעך און אור-אייניקלעך, ניט קוקנדיק וואס זיי געהערן צו פארשידענע גענעריישאן'ס, צו פארשידענע דורות, ווערן ז אלע דורכגענומען מיט די תורה פון דעם זעלבן אויבערשטן און מיט זיינע מצוות, וואס איינע פון די הוי פטשט מצוות איז דאך ואהבת לרעך כמוך אז מ'זאל טאן אלץ פאר'ן צווייטן, פונקט ווי מ'טוט דאס פאר-זיך, במילא האט מען אויך אמת'ן נחת פון קינדער און קינדס-קינדער, און מ'נעמט-אויף דעם נחת מיט א געזונטן גוף און מיט א געזונטער נשמה און מיט א געזונטן אופן פון לעב�

13וואס דער אמת'ער, געזונטער לעבן איז דאך דעמאלט, אז ס'איז ניטא קיין מחלוקת אין דעם גאנצן ארום, און זיכער ניט אין דעם זעלבן גוף און די זעלבע משפחה, ואדרבא יעדערער העלפט ארויס דעם צווייטן אויסנוצן אין דער פולסטער מאס די אלע מעגלעכקייט וואס ער האט באקומען, און וואס דאס איז אויך ווי ס'פירט זיך ביי אידן, נעמט מען דאך אין יעדער זאך אן אפלערונג פון תורה, וואס תורה איז דאך אויך פון לשון הוראה, דאס איז אן אפלערנונג, און ווי דערמאנט פריער תורה אור א ליכטיקע אפלערנונג, וואס די פרשה פון היינטיקער וואך, וואס מ'גייט לייענען דעם שבת וואס ס'דארף זיין, און מ'האט שוין אנגעהויבן לייענען דעם צו מנחה דעם שבת וואס פאר דעם, און איצטער געפינט מען זיך ביום השלישי שהוכפל בו כי טוב צווישן די ביידע דאטומס, איז דאך די פרשה פון ויקהל פקודי, וואס אין דערויף איז דא א ריבוי אן א זייער-א סך אנווייזונגען אויך אין טאג-טעגלעכן לעבן פון יעדער אידן, און זיי אלע ווערן אויך קאנצענטרירט אין דעם נעמען פון די פרשיות, וואס דער נאמען איז אן איין און איינציקע פרשה, וואס דערפאר לייענט מען דאס אין דעם זעלבן שבת פון אנהו'ס ביזין סוף,

14און זי הויבט זיך אן מיטן ערשטן פסוק פון ויקהל און ענדיקט זיך מיטן לעצטן פסוק פון פקודו. וואס ויקהל איז דאך דא איינפאכער אפטייטש, אז מ'קלייבט צוזאמען, און ווי דער פסוק איז דערנאך ממשיך, מ'קלייבט צוזאמען אלע אידן ווי ס'איז געווען אין יענעם דור, אים דור פון משה רבינו, און אזוי האבן דאס אויך איבערגעגעבן די תלמידים פון משה רבינו, ביז אנשי כנסת הגדולה און דערנאך די וואס זיינען ממשיך תורה און מפיץ תורה אין דעם גאנצן דור, האבן זיי דאס איבערגעגעבן, אז אלע אידן דארפן זיך פאראיינציקן צווישן זיך ביז וואנענט אז ס'וועט זיין ווי איין און איינציקע משפחה, און מ'זאל ניט מורא האבן, אז דורך דערויף וואס מ'מישט זיך צוזאמען מיט מערערע מענטשן, ווערט פארלארן די חשיבות און די שטארקייט פון יעדערן פאר זיך אלס יחיד זאגט מען גלייך, אז ויקרל גייט צוזאמען מיט פקודו, וואס פקודו איז דער טייטש דערציילונג, ווי דערציילט אין חומש באריכות, וואס ציילן ציילט מען דאך יעדערן באזונדער, און ווי דאס קומט נאך ויקרל, אז נאך דערויף ווי אלע אידן קלייבן זיך צוזאמען און טוען אלע צוזאמען די זעלבע זאך בכלל, ובפרט דער לימוד התורה און קיום המצוות און פארשפרייטן אידישקייט,

15גייט ניט חס ושלום פארלארן אויך די השתדלות, די ארבעט פון יעדערן מענטשן און יעדער אידן אלס א יחיד, סיי דער מאן און סיי די פרוי און סיי די קינדער און סיי די זיידעס און סיי די באבעס און סיי די אייניקלעך, ביז גאר קליינע קינדער און ביז גאר אלטע מענטשן, האט יעדערער די גרעסטע וויכטיקייט אלס א יחיד, אלס אן איינע און איינציקע פערזאן, עד כדי כך, אז ווי דער רמב",ם וואס ער איז געווען דער מורה הנבוכים דער אנווייזער פון דעם וועג ווי אזוי מ'דארף זיך פירן אין דער וועג, אין דער וועלט, האט ער אויך געזאגט און אפגעפסק'נט אלס א דין און א הלכה אין תורה, אז איין און איינציקע מעשה, איין און איינציקע דיד, וואס ווערט געטאן דורך איין און איינציקן מענטשן, אפילו ווען דאס רעדט זיך וועגן א מאן אדער א פרוי אדער ו א קינד האט אין זיך אט די מעגלעכקייט און די תועלת, אז דורך איין און איינציקער דיט קען מען מכריע זיין דעם גאנצן משקלת, דעם גאנצן וואס אלע זאכן וואס געפינען זיך אויפן וואקשאל. און ווי ער ברענגט אויך אויף דערויף די דוגמא, אז דאס איז פונקט ווי מ'האט אין א באלאנס וואס מ'מאכט אין א מסחר, איז דערנאך, בשעת מ'פרעגט, איז דער

16באלאנס איז א גוטער קיקט מען א קוק במשך הכל, און מ'הויבט אן, אפילו אז מ'הויבט אן אז ס'איז מערניט, מיט איין און איינציקע יוניט, מערער אויף דער ניט אויף דער רייטער-זייט ווי אויף דער רייטער-זייט, איז דורך די איין און איינציקע, וואס ער האט מערער, אין צד הימין, נוצט ער דאס אויס, אז דאס זאל מכריע זיין איבערוועגן די אלע ענינים וואס געפינען זיך פון ביידע זייטן, פ דער וקשל, און אויך די וואס געפינען זיך פון דער לינקער זיין זיינען מכריע און העלפן ארויס צו די וואס געפינען זיך צו דער רעכטער זייט, און זיי ווערן אויך א טייל פון דעם גוטן פון דעם גוטן פון דעם גוטן טייל, ווי מ'זעט דאך אויך אין מסחר, אז אן אמת'ער שכל האט אין זיך דעם שכל, בפרט נאך אז ער האט מערערע יארן אלס א שכל, און האט געהאט אין דערויף הצלחה, האט ער אויך אין זיך דעם כח השכל אויף אויספוצן דאס אין מסחר, אז אפילו אט די זאכן וואס ווייזט זיך אויס, אז לכאורה איז דאס א נעגאטיווע ערשיינונג און דאס קענען שאדטן דעם מסחר, נוצט ער דאס אויס אויך דאס וואס ווייזט זיך אויס א צווייטן, אז דאס איז א נעגאטיווע ערשיינונג, נוצט ער דאס אויך אויס אין דער פאזיעטיווער זייט, אז דאס זאל

17אויך ארויסהעלפן אים, אז דער מסחר זאל ברענגען רווחים, און גאר גרויסע רווחים, ביז אין אן אופן אז ס'זאל זיין אט דער אמת'ע דעוועלאפמענט אין דער פולסטער מאס. און דאס זאל מכריע זיין, אז דער גאנצער מסחר באקומט דערנאך די אויסצייכענונג, אז ער האט א פרייז אדער א מיידאלט וכיוצא בזה, וואס ווערט געדרוקט ומפורסם, מ'זאל וויסן זיין, אז פארשטאנדיק פון דער האט געהאט אן ענין פון הכנסה והוצאה, און האט געפירט דעם מסחור אין אזא אופן אז ער האט אויסגענוצט די אלע ערשיינונגען מיט די אלע ערפינדונגען וואס זיינען געווען ארום אים, אפילו לכאורה בא די וואס זיי זיינען זיינע קאנקורענטן, האט ער זיך מיט זיי צוזאמענגערעדט, און האט אויך אויסגענוצט זייערע מעגלעכקייטן צו דער אנטוויקלונ פון זיין פערזענליכן געשעפט, און דערנאך מאכט ער פון זיין פערזענליכן געשעפט, אז דאס זאל זיין א תועלת, א נוצן פאר דעם גאנצן ארום, אנהויבנדיק פון זיין בראנשע, און דערנאך ארום זיך, איבעריקע מסחרים, ביז אין דער וועלט בכלל, אויף מפיץ זיין, דרכי'דרכי נועם וכל נתיבותי'שלום די אלע הוראות און די אלע אנווייזונגען

18פון תורה, אנהויבנדיק פון לימוד התורה און קיום מצוותי', דורך געבן דעם ריכטיקן חינוך צו יעדער אידישן קינד, און אויך דער ריכטיקן חינוך צו אלע קינדער בנוגע צו שבע מצוות בני מוח, אפילו די וואס געהערן ניט צו דעם אידישן פאלק, האבן זיי דאך אויך אנווייזונגען פון דעם אויבערשטן, ווי אזוי מ'דארף פארשפרייטן דער ענין פון ניט צונעמען ביי א צווייטן, ואדרבא, געבן צדקה דעם צווייטן, און ווי דערמאנט מערערע מאל, אז צדקה און שבע מצוות בני נח איז מחוייב די גאנצע וועלט, און ניט האבן די שליחות מיוחדה, און ווי דערמאנט מערערע מאל, ס'איז ניט אן ענין פון שוויניזם חס ושלום, נאר זיי האבן אויף זיך א שווערער ארבעט, אויף ארבעטן אין דער גאנצער וועלט, אז אומעטום זאל דערגרייכן די שליחות פון תורה, צו יעדער מענטשן און צו אלע מענטשן, ביז צו דעם גאנצן ארום, אז מ'זאל וויסן זיין, אז די גאנצע וועלט איז באשאפן געווארן דורך דעם אויבערשטן, וואס ער איז דער מקור פון נועם און פון שלום, און זיין תורה איז דרכי'דרכי נועם וכל נציבותי'בשלום, וואס דערפאר, איז דורך פארשפרייטן תורה ומצוות, אנהויבנדיק פון באווייזן א לעבעדיקן ביישפיל פון זיך אליין

19און פון די אייגענע קינדער און קינדס-קינדער, ווי אזוי די אייגענע הויז פירט זיך לויט די אנווייזונגען פון תורה, וואס אין דערויף האבן זיך א ספעציעלע אויפגבא און שליחות אידישע פרוי, און אנהויבנדיק אויך פון מיידלעך, וואס זיי גרייטן זיך צו בשעת זיי זאלן אויסוואקסן זאלן זיי אויך מייסד זיין ביתם, גרינדן אן אייגענע הויז, וואס זי וועט אויך זיין א תורה הויז אויף וועלכע דער אויבערשטער זאגט ושכנתי בתוכם אז דאס איז א הויז פון תורה עבודה וגמילות חסדים, אנהויבנדיק מיט צדקה. במילא איז דאך פארשטאנדיק, אז מ'האט די אלע דריי ענינים, פון תורה עבודה און גמילות חסדים, גיט דער אויבערשטער נאכמער הצלחה אין דעם מסחר, און נאכמער הצלחה אין דעם חינוך הבנים והבנות, און נאכמער הצלחה אין דעם חינוך עצמו, וואס יעדערער דארף זיך האלטן אין איין מחנך זיין זיך אליין, סיי א מאן און סיי א פרוי, און אפילו א באבא און א זיידע, איז ניט קוקנדיק וואס זיי זיינען אלט הונדערט און ניינצן יאר אדער הונדערט און צוואנציק יאר, האבן זיי אויך די אויפגבא אויף האלטן אין איין אנטוויקלן זיך און אויסנוצן די אלע מעגלעכקייטן וואס דער אויבערשטער גיט זיי

20מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה, ביז די מעגלעכקייט הכי עיקרית, אז מ'זאל צוהיילן די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, ווי דערמאנט פריער, און אין אן אופן, אז ס'וועט זיין ווי דערמאנט פריער ויקחיל פקודו און אין יום השלישי שהוכפל בו כי טוב, אז מ'קלייבט צוזאמען די אייגענע בית, און מ'זעט אז ס'זאלן זיך צוזאמענקלייבן אידן וואס געפינען זיך אין זיין סביבה אדער אין איר סביבה, און ווערן אן איין און איינציקער עונין און אן איין און איינציקע ארגון וואס פארנעמט זיך מיט פארשפרייטן אידישקייט, און דורך דערויף אויך איינוווירקן אויף פארשפרייטן די שבע מצוות בני-נח. און ועוד והוא העיקר, ווי דערמאנט פריער, ובפרט נאך אז מ'וועט זיך מחליט זיין אין די החלטות, ווי דערמאנט פריער, אויף נאכמערער צוגעבן אין פארשפרייטן אידישקייט, כולל אויך אין פארשפרייטן דעם ענין פון מצות הצדקה, און דעם ענין פון חינוך פון זיך, און דער חינוך פון די אלע בני בית, און פון יעדערן צו וועלכן מ'קען דערגרייכן, אז ס'זאל זיין א חינוך דורכגענומען מיט תורה און מיט מצוות, וואס זיי מאכן דאך ליכטיק דעם גאנצן ארום. וואס דאס היילט נאכמערער צו, אז

21דער ויקהל זאל ווערן דער אמת'ער ויקהל, ווי דערציילט אין חומש אין דער סדרה, אז דעמאלט האט משה צוזאמענגעקליבן דעם גאנצן אידישן פאלק, זאל אזוי אויך בימינו אלו, ודוקא ווי כל המקדים הרי זה משובח תיכף ומיד ממש, זאל משיח צדקנו צוזאמענקלייבן יעדער אידן און אלע אידן וואו זיי געפינען זיך, און ברענגען זיי אלע צוזאמען, כאטש אפילו זיי זיינען מפוזר ומפורד בין העמים, ברענגען זיי יעדערן באזונדער, אתם תלוקטו לאחד אחד ווי דערמאנט פריער, אז קיין איין און איינציקער גייט ניט פארלארן, חס ושלום, און אדרבא מ'קלייבט אים איינציקווייז, און מ'קלייבט די טייערסטע זאך וואס ס'קען נאר זיין און די שענסטע זאך וואס ס'קען נאר זיין, און מ'שטעלט פון זיי אלעמען צוזאמען, אז פון דער עם מפוזר וואס ער מפוזר ומפורד בין העמים וועט ווערן דער ישנו עם אחד אז מ'זעט ווי אזוי דער אידישער פאלק איז אן איין און איינציקער פאלק, און האט אן איין און איינציקע תורה און איין און איינציקע מצוות, און זיי פירן זיך אזוי אויף, ניט קוקנדיק אין וועלכן לאנד זיי געפינען זיך און אין וואס פאר א סביבה זיי געפינען זיך, פירן זיי זיך אויף אלס אן עם אחד וואס האט א תורה אחת, און מצוות וואס זיינען

22געגעבן געווארן פון כל אחד פון דעם איין און איינציקן אויבערשטן, און דער אויבערשטער בענטשט יעדערן פון אייך, און יעדערן פון אונז, און יעדערן פון דעם אידישן פאלק און דער גאנצער וועלט אין אלגעמיין, אז מ'זאל זיין געבענטשט, סיי בגשמיות סיי ברוחניות, און געבענטשט, ווי דערמאנט פריער, והוא העיקר, אז מ'ווערט אלע צוזאמענגעקליבן לארצנו הקדושה, אין אר ישראל, על ידי משיח צדקנו, און אין ארץ ישראל עצמה, צוזאמענגעקליבן מעלה אין ירושלים עיר הקודש, און דארטן אין הר הבית, אין הר המקדש, אין הר הקודש, און אין בית המקדש, במהרה בימינו ממש, בגאולה האמיתית והשלימה.

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים