English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

12 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1ס'איז דאך ערב שבת, און א שבת וואס איז אויך דער ערשטער אנהויבס פון חנוכה, דער ערשטער ליכטל פון חנוכה איז פארבונדן אויך מיט נרות שבת, און מ'איז פארשטאנדיק אויך, ווי די שקלא-וטריא אין גמרא, אז דאס איז די זעלבע זאך, נאר וואס דען מיט אנדערע אויספיראכטן, במילא ווערט א שאלה וואס איז קדם, און ווערט דער דין, אז צי שלום בית איז קדם כל ענין, וכמדובר כמה פעמים די פרטי הענינים בזה. ועוד והוא העיקר בהנוגע למעשה בפועל, איז דאך בנוגע וואס ס'איז נוגע פרייטיג, וואס דער פרייטיג וואס ער איז סיי ערב שבת און סיי ערב חנוכה, במילא איז דאך בכלל דער ענין פון אן ערב, אז דאס דארף צוגרייטן דעם טאג, און די ענינים צו וועלכע ער איז דער ערב און די הכנה לזה, אזוי אויך בפשטות אז מ'גרייט-צו דעם פרייטע גרייט מען צו כל הענינים וואס זיינען פארבונדן מיט לחם משנה פון שבת, וכל הענינים פון שבת סתם, און וויבאלד אז דאס איז אויך ערב חנוכה גרייט מען אויך צו די כל הענינים פארבונדן מיט חנוכה, בפרט נאך אז חנוכה איז דאך אויך פארבונדן מיט חנוכת הבית פון יעדער אידן, ווארום יעדער אידישע הויז

2זאגט דאך דער אויבערשטער אויף דערויף ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם אז יעדער אידישע הויז איז דאס בדוגמא פון דעם בית-המקדש, במילא איז דאך פארשטאנדיק אז מ'האט א יום-טוב וואס איז פארבונדן מיטן בית-המקדש, שפיגלט זיך דאס אפ ניט סתם בנוגע צו א אידן וואס ער איז מקיים נאך א מצוה, נאר די מצוה ווערט אויך פארבונדן מיט זיין בית הפרטי און בית הגשמי, איז שייך ביי אידן גשמיות, און אויך מיט אלע הכנות מאכן מען דאס סיי פאר חנוכה און סיי פאר שבת. ובפרט נאך אז ווי מ'זעט דאך, אז שבת איז אנגעלייגט בשעת אויך נאך אן ענין איז דערביי דא, על דרך זה איז אויך בחנוכה איז נאכמער אנגעלייגט ווען ס'איז דא דערביי נאך אן ענין בדבר, ובפרט נאך אז בשעת יום ראשון פון חנוכה לילה ראשון פון חנוכה איז בשבת, אט דעמאלט האט מען דאך א חנוכה וואס ער האט אין זיך צוויי שבתים, סיי דער ערשטער טאג פון חנוכה די ערשטע נאכט פון חנוכה, און סיי זאת חנוכה די לעצטע נאכט פון דעם חנוכה פון היינטיקן יאר, וואס זי איז אויך א הכנה צו דער חנוכה פון די יארן וואס דארפן דערנאך קומען ביז אין חיים נצחיים, און בשעת מ'ווייס שוין בא חנוכה

3גלייך בהתחלתו, אז מ'האט דאס א חנוכה מיוחדה, אז ניט סתם ס'איז דאך דא א חילוק ווען ס'זאל ניט זיין די התחלה פון חנוכה, איז דאך דאס נוגע ווי ס'איז די התחלה, האט דאך דאס א השפעה אויף דער המשך פון כל השמינה ימים, במילא איז דאך אויך א חילוק צי דאס איז פון די ששתות ימי השבוע אין וועלכן טאג דאס איז די התחלה, אבער ניט צו די התחלה, ווען די התחלה איז יום השבת, וואס שבת איז דאך מיני'מתברכין כולי יומי און דער פשט אין דערויף איז דאך בפשטות, אז פון שבת ווערן געבענטשט ד'טעג וואס קומען לאחרי זה, איז דאך גיוס, איז דאך שבת אויך ויכולו השמים והארץ וכל צבאם אז דעמאלט ווערט די עלי פון די אלע ששת ימי החול וואס זיינען קודם לזה, על דרך זה אויך אין די ביידע שבתים, ווי בן חנוכה האט צוויי שבתים, האט מען דאך די ביידע ענינים פון שבת בהדגשה, די שבת הראשון פון ימי חנוכה איז דאס מיני'מותברכין כולי יומי הלשבעת ימי חנוכה וואס קומען לאחרי זה, און דער שבת השני פון ימי חנוכה האט אויך אין זיך דעם סך הכל, און ווי אזוי מיני'מות ברכין

4די אלע ימי החול וואס זיינען פאר דערויף געווען, ווארום זיי ווערן דאך ימי החנוכה וואס זיינען פאר דערויף געווען, כולל אויך דער יום השבת שבו, וואס ס'ווערט דאך אויך די ביידע ענינים אין שבת, וואס שבת איז דאך כמדובר דער סך הכל פון די ימים שלפני זה, די הכנה און כולל אין זיך די ימים שלאחרי זה, אזוי איז אויך אין קריאת התורה פון חנוכה, איז דאך אויך דא ביום הראשון פון חנוכה, און אין קריאת התורה שלו איז אויך דא, בקיצור נמרץ אבער, בהנוגע אויך צו די כל ימי הנשיאים שלאחרי זה, און מ'לייענט דאס אויך אין דער קריאת התורה פון יום הראשון פון חנוכה, דערמאנט מען אויך וועגן אלע י'בי'נשיאים און אלע קרבנות, די החלטה שבדבר, אין המעשה הוא העיקר האט מען דאס אין דעם יום השמיני שבו, וואס דעמאלט לייענט מען זיך אויך ווי קריאת התורה איז ביום השמיני שבו חנוכה איז מען דאך קורו דעם סך הכל פון אלע יו'נשיאים, און דאס איז נאך נאכמער בהדגשה און נאכמער פארשטאנדיק ווען דאס קומט נאך אויס ביום השבת, האט מען דאך אויך דעמאלט די קריאה פון די אלע

5נשיאים, מיט אויך דעם סך-הכל זייערן און סך-הכל בפרטיות, ניט ווי דער סך-הכל ווי זיי שטייען אין דער קריאה פון יום הראשון פון חנוכה, ויש להאריך בכל זה וצל לחכם ויחכם עוד. אט דאס וואס איז נוגע למעשה בפועל פון יעדערן, אז וויבאלד אז דאס איז אויף רייטיק מיוחד, ובפשטות דארף מען דאך אין אים גרייטן סיי צו שבת און סיי צו שבת חנוכה און סיי צו חנוכה, וי חנוכה איז כולל אין זיך דעם פך השמן וואס מ'האט געפונען צוליב יום הראשון פון חנוכה האט דאך אין זיך כולל געווען דעם שמן פון אלע ישמונות ימי חנוכה, וכמדובר כמה פעמים, האט מען דאך דערפון אויך פארשטאנדיק בנוגע צו די עבודה רוחנית, אז אין דערויף וואס א איד איז עובד עבודתו בנוגע וואס מ'געפינט דער פך שהי'חסוק בחותמו של כהן גדול ביום ראשון, אלס א הקדמה צו יום ראשון פון חנוכה, כדי מ'זאל קענען דערנאך מאכן ליכטיק און מקיים זיין די מצות חנוכה פון דעם יום ראשון של חנוכה, איז אין דעם פך השמן אויך געווען דער ענין פון די נרות פון כל ימי החנוכה, על דרך אויך ווי מ'זעט דאס נאכמער בפשטות,

6ס'איז דאך אלו ואלו דברי אלקים חיים איז אז מ'קומט צו דעם ערשטן טאג פון חנוכה, און דער ערשטער ליכטל פון חנוכה האט מען גלייך די ביידע דיעות, סיי פון בית שמאה און סיי פון בית הלל האט מען אויך דעם טאג אין דער ליכטל פון דער ערשטער נאכט האט מען דעם דעת בית הלל וואס דאס איז כולל אין זיך בכח כל הנרות, און אויך דעת בית שמאה, אז מ'האט דאס אנגעצונדן בפשטות די אלע שמונה נרות דוקא דעם ערשטן טאג, כמדובר כמה פעמים. ועוד וואס יש לעיים בזה, אז ס'איז דאך וויבאלד אז מ'האפט דאך אז בכל יום שיבוא האט מען דאך אז משיח צדקנו וועט נאך קומען ערב שבת חנוכה און ערב חנוכה, ערב שבת, און ערב חנוכה, ווערט דעמאלט די שאלה, שטייט דאך אין כתבי האריז ל, אראפגעבראכט אויך אין חסידות, אז לעתיד לבוא, וועט זיין א דין ווי בשמאי, במילא, איז וויבאלד אז מ'האט איצטער אין דעם פרייטאג ערב שבת און ערב חנוכה ועדיין לא בא, אף על פי וואס מ'האפט און מ'איז זיכער אז תיכף ומיד וועט ער קומען נאך במשך פון ליל חנוכה, וועט דאס זיכער שוין זיין דא צו די ליל ראשון שלאחרי זה, וואס דאס איז די ערשטע נאכט פון חנוכה, איז

7ווען הויבט זיך אן די הלכה כבשמאי אויב דאס הויבט זיך אן תיכף ומיד, בביאת משיח צדקנו. וואס דעמאלט איז דאך אויך די עלי' מדרגא לדרגא, ווערט די שאלה צו אט דאס וואס הלכה כבשמאי אין ימות המשיח איז דאס גלייך בתחילת בו ובכל עניניו, במילא איז וויבאלד אז ער קומט ביום הששי וועט מען אט דעמאלט צינדן, כדעת בו שמאי אלע אכט ליכטלאך, און דעמאלט וועט דאך דעמאלט ווערן א גאנצער טומל, און וואס דארף מען טאן איצטערן, ווי אז זיי דארפן זיך גרייטן דערצו וכו.' ועוד והוא העיקר, אז הלואי זאל דאס זיין די איינציקע דאגה וואס וועט בלייבן אויף אראפברענגען משיח צדקנו, ווי אזוי וועט מען זיך דעמאלט איינקערן צו וויסן צו אנצינדן גלייך צו די מארגן'דיקע נאכט, נא� ראשון צי מ'זאל צוגרייטן דעם שמן אויף אנציין גלייך מארגן לדעת בשמאי אכט ליכט, אדער ס'איז לדעת בסהלה מערניט ווי איין ליכט, ויש להאריך בכל זה. ועוד והוא העיקר, אז ס'איז דאך וכי זאגט אלו ואלו דברי אלקים חיים בעבודה רוחנית קען ער דאך א איד הארעווען אויף ביידע ענינים, סיי לדעת בשמאי סיי לדעת בסהלה,

8אז אלו ואלו דברי אלקים חיים ובפרט נאך אין דעם ענין פון חנוכה, און מ'זאגט אז ס'איז פארבונדן די אלו ואלו דברי אלקים חיים פון בסילול ובשמאי בנוגע צו שאר הפלוגתא, איז בשעת ס'שטייט ניט צי ס'וועט זיין שינויים לעתיד-לבוא, במילא לייגט זיך אין סברא צו זאגן, אז דעמאלט וועט בלייבן, אויב ס'איז א הלכה כפלוני בן פלוני וועט אזוי בלייבן אויך לעתיד-לבוא אויך, משא'כן בנוגע צו פלוגתא בשמאי, ובסילה שטייט דאך בפירוש, אז דעמאלט וועט זיין הלכה כבי שמאי, ווערט דאך אויך אט דעמאלט די גאנצע שקלא וטריא. בנוגע צו געבן אויף צדקה, וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט אלע ענינים, ובפרט פרייטאג, בשעת מ'גיט א צדקה לעני ולוי והגור אשר בשעריך, דארף מען דאך זיי געבן ניט סתם אויף צרכי שבת סתם, צרכי שבת חנוכה, במילא דארף מען זיי אויך געבן בנוגע צו נרות חנוכה, ווי אויך די צרכי חנוכה, וויבאלד אז מ'האט דאך א חד אין די פסודות שבת איז זיכער אויך ניכר דער ענין אז דאס איז א חנוכה סעודה, וכמדובר כמה פעמים.

9דארף מען דאך מוסיף זיין אין דער ענין פון צדקה מצד עצמו, עאכו כמה וכמה בשעת ס'קומט נאך צו דער ענין וואס דאס איז ביידערע ענינים, סיי פון שבת און סיי פון חנוכה, ויש להאריך בכל זה קיום לעורד, אז ס'קומען צו א ריבוי ענינים אויף צו לערנען ווי חסידית איז דאס מבאר אין דער קביעות השנה, ווען מ'האט א חנוכה פון צוויי שבתים, און מ'האט א חנוכה פון צוויי הפטרות, און מ'האט א חנוכה וואס מ'צינדט-אן גלייך די ווערט ווי ס'איז נאך פארבונדן מיט ביאת משיח צדקנו, ווערט דאך דעמאלט די שקלא-וטריא, דארף מען דאך אויך לערנען די הלכות, וויסן ווי מ'דארף זיך פירן לויט בית שמאי. און יהי רצון, אז יעדערער זאל מוסיץ זיין בזה, און ווי געזאגט פריער, אז תן לו חכם ויחכם עוד ווי מ'וועט אים מס יור זיין אויך מלמעלה, ובפרט נאך אז דאס איז דאך אויך אין פרשה ויושב, וואס וישב יעקב בקיש יעקב לשב בשלוה, און וויבאלד אז רש'איז מפרש אין סוף פרשה וישלח בפשטות, וואס דערפון איז פארשטאנדיק, אז דאס איז פארבונדן אויך מיט פשוטו של מקרא, אז ווען וועט יעקב אויספירן, אז ער וועט זיך טרעפן מיט אויסהעפן,

10ווי ברענגט רשי ניט, אז דאס איז אן ענין של דרש וכיוצא בזה, נאר זאגט דאס בפשטות, בהמשך פירושו, אין פשוטו של מקרא, אז ווען וועט ער קומען און ווען וועט זיין והאתה להוי'המלוכה און יעקב קומט לסער וועט דאס זיין בפשטות, אין פשוטו של מקרא, על דרך זה אויך פארשטאנדיק בנוגע צו פרשה ויושב במיוחד, אז ביקש יעקב לא שב בשלוה איז דאך א זיכערע זאך, אז וויבאלד אז יעקב בקיש לא שבשלווה איז דאך א זיכערע זאך, אז תפילתם של צדיקים, ובפרט נאך א בקשתם של צדיקים, איז זיכער דער אויבערשטער אים מקיים בבקשה. און פונקט אזוי ווי רשי איז מפרש אין פשוטו של מקרא, אז ס'דארף מקויים ווערן די בקשת יעקב'ים בנוגע צו עושרן, על אחת כמה וכמה אז ס'דארף מקויים ווערן און ס'וועט מקויים ווערן דער בקיש יעקב לא שבשלווה נאך אין סוף ימי הגלות, וויבאלד אז טועמי'חיים זכו ובפרט אז מ'האט שוין דעם ערב שבת, און דעמאלט גרייט מען אויך צו דעם לחם משנה כל הענינים פון שבת, ובפרט אז דער שבת האט אויך אן ענין של משנה, דאס איז סיי חנוכה און סיי שבת, וכמדובר ומרומז ובארוכה אין מאמרי חסידות און אין קבלה און אויך אין נגלה, און יהי רצון, אז ס'זאל זיין תוכף ומיד נאך אין דעם

11פרייטאג, און נאך פרייטאג ביינאכט, איצטער, און וויבאלד אז מ'האלט שוין נאך אך צדיקים, יודי לשמך יושבי ישרים את פניך זאל דער אויבערשטער גלייך מקיים זיין בקשת יעקב לישא בשלוה, וואס דאס שפיגלט זיך אויך אזוי אפ אין די בקשת וואס יעדער איד בעט אויף דערויף, ובפרט נאך אז לויט די שיעורים פון חתות האט מען שוין ביום הראשון פון שבוע זה, וואס בשנה זו איז דאך דאס געווען חל ביום הי'ט כסלו, דער חג הגאולה פון יפוצו מעינותיך חוצה איז דאך געווען דער שיעור אין חתת די התחלה פון וישב יעקב יביקש יעקב לישב בשלוה און דאס קומט אין חג הגאולה, איז דאך א זיכערע זאך, אז צום אלעם ערשטן דארף זיין די גאולה אין דער עמלא-זיין די בקשה פון לישב בשלוה נאך אין די לעצטע טעג פון גלות, אין די לעצטע נעכט פון גלות, והוד והוא העיקר, אז ס'זאל זיין תיכף ומיד ממש, ובמעשה בפועל, מראה באצבעו ואומר זה, און דאס וואס יעדערער ווערט א שליח צו צדקה וואס מ'וועט אים איצטער מאכן פאר א שליח ובכופליים, סיי לנגד שבת און סיי לנגד חנוכה, און מ'וועט נאך מוסיף זיין מדילי איז דאך צדקה מזרזת את הגאולה, ביז גאולה בפשטות ממש, אז ס'איז

12נאך פרייטיג ביינאכט, און נאך פאר חצות לילה, און נאך קודם ווי מ'גייט אריין אין נאך רגעים אין דער לילה, האט מען שוין דעם לעצטן רגע פון גלות, און דאס ווערט גלייך בהמשך לזה ובסמיכות לזה די ערשטע רגע פון גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, ותוכף ומיד מנה בא הויבט אן אן ארויסדיק, און ארויסדיק, און דערנאך איז

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים