מקובל רבי מפי רבי: אין דער צייט פון מחלוקת הידועה האבען חסידים דערציילט דעם אלטען רבי'ן די גרויסע יסורים וואס מ'האט פון די מתנגדישע פראסטע אידען. האט דער רבי געזאגט: דער זיידע - אזוי פלעגט דער רבי רופען דעם בעש"ט - האט זייער ליב גיהאט די פראסטע אידען. אין די ערשטע טעג ווען איך בין געווען אין מעזריטש, האט דער רבי הה"מ געזאגט: מרגלא בפומי' פון רבי'ן - הבעש"ט - אהבת ישראל איז אהבת המקום, בנים אתם לה' אלקיכם, אז מען האט האלט דעם פאטער האט מען האלט די קינדער.
יובא מ: chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · במקור