ההולכים בשרירות לבם" (מצוה ד'). דער חידוש וואָס איז יע דאָ אין תשובה איז וידויז, און דאָס ציילט טאַקע דער רמב"ם אין מנין המצות (מ"ע עג).
ב) אַ מצוה וואָס האָט אין זיך צוויי חלקים — מחשבה און דיבור צי מעשה, ציילט זיך אין מנין המצות דער ענין הדיבור (והמעשה) שבה, און ניט דער ענין המחשבה שבה.
(א) ביי מצות תלמוד תורה, אַז טראָץ דעם וואָס עיקר ענינה פון תלמוד תורה איז הבנה והשגה [וואָס דערפאַר איז דער דין ביי תושבע"פ, אַז "אם אינו מבין הפירוש, אינו נחשב לימוד כלל" (הל' ת"ת לאדה"ז פ"ב הי"ג. ממ"א או"ח ס"נ סק"ב)], פונדעסטוועגן, איז בנוגע צו ברכת התורה [וואָס ענינה איז די ברכה אויף מצות תלמוד תורה, וכנוסח הברכה אשר קדשנו במצותיו וצונו], איז "המהרהר בד"ת אינו צריך לברך" (כאָטש אַז אויך דאַן איז ער מקיים מצות ת"תח) ווייל "הרהור לאו כדיבור הוא" (שו"ע אדמוה"ז סמ"ז ס"ב. וראה גם ס"א ס"ו).
(ב) ביי מצות תפלה, וואָס זי באַשטייט פון צוויי חלקים — עבודה שבלב און דיבור, איז טראָץ דעם וואָס דער עיקר ענין התפלה איז די כוונה און עבודה שבלב, און דער דיבור שבתפלה איז "רק שיהי' הקול מעורר הכוונה"ט
[וואָס דעריבער איז (א) דער מקור אויף דער מ"ע פון תפלה איז דער פּסוק ועבדתם את ה' אלקיכם. פון וואַנעט ווייס מען אָבער אַז דאָס מיינט תפלה — איז דאָס פון דעם פירוש חז"ל אויפן פּסוק "ולעבדו בכל לבבכם" "איזו היא עבודה שבלב זו תפלה" (רמב"ם ריש הל' תפלה ובכס"מ שם), (ב) בשעת עס פעלט די כוונה (כללית פון תפלה, אַזוי ווי דע לפני מי אתה עומד, וכיו"ב) איז ניט בלויז וואָס כוונה איז איינע פון די חמשה דברים וואָס זיינען "מעכבין את התפלה" (שם רפ"ד), נאָר "תפלה שאינה בכוונה אינה תפלה" (שם הט"ו), עס איז איבערהויפּט קיין תפלה ניט]
פונדעסטוועגן רעכנט מען דעם ענין הדיבור שבתפלה אין מנין המצות — וכפירוש הלשון יתפלל. וחשיב מצות שבדיבור, בפה. ועיין ברכות (כא, רע"א) ועוד — און ניט דעם ענין הכוונה שבה.
יובא מ: chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · במקור