הוספה - ביאורים באגרת התשובה
169
עד"ז, אויך אין מצות התשובה, איז טראָץ דעם וואָס עיקר ענינה איז עזיבת החטא (וכלשון הרמב"ם הל' תשובה פ"ב ה"ב: "ומה היא התשובה הוא שיעזוב החוטא חטאו כו'"), און דער וידוי דברים איז בלויז אַ תוצאה פון עזיבת החטא שגמר בלבו (וואָס "עניינות אלו שגמר בלבו" זאָגט ער אַרויס אויך בדיבור — רמב"ם שם), פונדעסטוועגן, וויבאַלד אַז די עזיבת החטא איז אַן ענין שבלב, וואָס איז ניט פאַרבונדן מיט דיבור (און ווי דער דין (קדושין מט, ב. אה"ע סל"ח סל"א) אַז אויך דורך הרהור תשובה ווערט ער פון אַ רשע גמור אַ צדיק גמור), און וידוי איז אַן ענין שבדיבור, ציילט דעריבער דער רמב"ם דעם וידוי אין מנין המצות און ניט דעם ענין פון עזיבת החטא.
יא. פון די צוויי ביאורים הנ"ל אויף דעם וואָס עזיבת החטא ווערט ניט געציילט אין מנין המצות [א) ווייל ס'איז אַ ציווי כולל, ב) ס'איז אַן ענין שבלב], איז מסתבר יותר ווי דער צווייטער ביאור. ווייל דער ערשטער ביאור איז ניט אינגאַנצן גלאַטיק:
כאמור לעיל, אַז אויך די ציוויים כוללים, אין פאַל ווען אין זיי איז דאָ אַ חידוש מיוחד, ווערן זיי געציילט אין מנין המצות. ולפי"ז שטעלט זיך די שאלה: אין תשובה דאַרף דאָך זיין ניט בלויז די קבלה על להבא נאָר אויך די חרטה על העבר (וכלשון הרמב"ם שם: וכן יתנחם על שעבר). איז דאָך ניט מובן: חרטה על העבר איז דאָך שוין אַ חידוש מיוחד, וואָס מען קען ניט וויסן לכאורה פון אַנדערע מצות?
בדוחק קען מען איינלערנען, אַז אויך אין חרטה על העבר איז ניטאָ קיין חידוש מיוחד, ווייל די חרטה על העבר ווערט נכלל אין קבלה על להבא (ספהמ"צ להצ"צ ריש מצות וידוי ותשובה, בשם הרמב"ם שם). וואָרום כל זמן אַז אים פאַרדריסט ניט דער עבר און ער איז זיך ניט מתחרט אויף דעם, איז עס אַ באַווייז אַז עס פעלט אין זיין קבלה און החלטה על להבא. און דעריבער איז אויך אין די חרטה על העבר ניטאָ קיין חידוש מיוחד, ווייל דאָס ווערט שוין נכלל אין קבלה על להבא.
אָבער דאָס איז אַ דוחק גדול. ווייל אין די דיני התשובה וועלכע שטייען אין חו"מ (ססי' לד) דורך וועלכע אַ רשע ווערט כשר לעדות, ווערט דערמאָנט בלויז קבלה על להבא, וכלשון הרמ"א סל"ג: "מיד כשמקבל בב"ד שבעירו שלא לעשות עוד, סגי לי'". זעט מען דאָך דערפון, אַז אויך ווען ס'איז ניט געווען די חרטה על העבר, איז עס ניט קיין עיכוב אין די קבלה על להבא. ובמילא קומט דאָך אויס אַז אין די חרטה על העבר איז דאָ אַ חידוש "זולת מה שידענו", דאַרף זי דאך געציילט ווערן אין מנין המצות. — אלא שי"ל שחרטה זו שבלב נכללת בוידוי דברים — שתוכנו חרטה זו.
ולכן נראה, אַז דאָס וואָס תשובה ווערט ניט געציילט אין מנין המצות [אעפ"י אַז אין די חרטה על העבר איז אַ ודאי דאָ אַ מעשה מיוחד. און אפילו אין די קבלה על להבא איז דאָ אַ "מעשה מיוחד", וואָרום ס'איז ניט דומה די קבלה שבתשובה צו קבלת עול מלכות שמים סתם], איז עס מצד דעם ווייל זי (סיי די קבלה על להבא סיי
יובא מ: chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · במקור
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- לקוטי שיחות
- כרך
- כרך לט
- מזהה
- rh-yf9mw65n
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.