עברית
Library

Likkutei Sichos

Vayakhel 2

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

221ויקהלב

א. אין פסוק ויאמר משה גו' זה הדבר אשר צוה ה' לאמרא, זאָגט רש"י „זה הדבר אשר צוה ה' לי לאמר לכם".

לערנען מפרשיםב, אַז רש"י'ן אָרט דאָ; פון פּשטות לשון הכתוב איז משמע, אַז דער „זה הדבר אשר צוה ה'" באַציט זיך צום „לאמר", ד. ה. אַז דער אויבערשטער האָט געהייסן משה'ן ער זאָל זאָגן די אידן (דעם לשון) „קחו מאתכם תרומה גו'". ווערט במילא שווער; דער ציווי פון אויבערשטן איז דאָך געווען „ויקחו לי תרומה"ג (בלשון נסתר) און ניט „קחו מאתכם תרומה" (בלשון נוכח), היינט ווי זאָגט ער דערויף „זה הדבר אשר צוה ה'" — אַז דאָס בדיוק זיינען די רייד פון אויבערשטן?

דערפאַר זאָגט רש"י „זה הדבר אשר צוה ה' לי לאמר לכם"ד, אַז דער „זה הדבר אשר צוה ה'", איז „לי" (און עס באַציט זיך ניט צום „לאמר") — און דאָס מיינט טאַקע דער ציווי „ויקחו לי תרומה גו'" (בל' נסתר); און דער „לאמר" איז אַ נייער ענין; „לאמר לכם", דאָס וואָס איך דאַרף אייך זאָגן איז (טאַקע דער זעלבער תוכן, אָבער מיט אַן אַנדער לשון —) „קחו מאתכם תרומה גו'".

דער פירוש איז אָבער ניט גלאַטיק;

א) אפילו ווען מען וואָלט געלערנט אַז דער „זה הדבר אשר צוה ה'" באַציט זיך יע צום „לאמר", וואָלט אויך ניט געווען מוכרח אַז דער אויבערשטער האָט געהייסן זאָגן דעם לשון „קחו מאתכם גו'", ווייל דער פירוש הפשוט פון „זה הדבר גו'" איז (ניט דוקא אַז דאָס איז דער דיבור און לשוןח פון אויבערשטן, נאָר אַז) דאָס איז די זאַך (דער ענין) וואָס דער אויבערשטער האָט געהייסן.

ב) רש"י האָט געשריבן זיין פירוש אין אַ פּשטות'דיקן סגנון, באופן אַז אויך אַ „בן חמש (למקרא)" זאָל פאַרשטיין זיין כוונה. און וויבאַלד אַז דער פירוש הנ"ל ליגט ניט אין פשטות הלשון פון רש"י, האָט לפ"ז רש"י געדאַרפט מוסיף זיין און שרייבן „לאמר222לכם ציווי נדבת המשכן"ד (ד.ה. דעם ענין פון נדבת המשכן), אָדער אַן אַנדער לשון (ברור) כיו"ב.

ב. איז דער ביאור אין דעם;

דער אָנהייב הענין „ויקהל משה את כל עדת בני ישראל" איז (אין פשטות) געווען בכדי איבערצוגעבן אידן דעם ציווי אויף מלאכת המשכן. נאָר פאַר דעם האָט ער מקדים געווען — ע"ד אַ מאמר המוסגר — אזהרת שבת בכדי צו אָנזאָגן אַז מלאכת המשכן איז ניט דוחה שבת.

ועפ"ז לייגט זיך צו זאָגן, אַז דער המשך, „אלה הדברים אשר צוה ה' לעשות אותם" האָט משה געמיינט (ניט בלויז „אזהרת שבת", נאָר) אויך דעם ציווי אויף מלאכת המשכן [ואדרבה; לכאורה גייט עס בעיקר אויף מלאכת המשכןז, וואָרום דאָס איז דאָך געווען די מטרה פון דעם „ויקהל"].

אָבער אויב אַזוי ווערט שווער; צוליב וואָס האָט זיי משה געזאָגט נאָכאַמאָל „זה הדבר אשר צוה ה'", בעת ער האָט זיי שוין פריער געזאָגט „אלה הדברים אשר צוה ה'"?

אפילו אויב מ'וועט איינלערנען (בדוחק) אַז „אלה הדברים" גייט בלויז אויף „אזהרת שבת" י, איז ניט מובן; וויבאַלד אַז אויך פריער האָט ער געזאָגט צו אידן „הדברים אשר צוה ה'", איז דאָך ניט מתאים צו זאָגן (אויף מלאכת המשכן) „זה הדבר אשר צוה ה'", פון וואָס ס'איז משמע אַז בלויז „זה" [מלאכת המשכן] איז „הדבר אשר צוה ה'", בעת אויך די פריערדיקע רייד זיינען „הדברים אשר צוה ה'"?

אויך איז ניט מובן: פאַרוואָס שטייט דער וואָרט „לאמר" דוקא אין אונזער פסוק און ניט אין „אלה הדברים אשר צוה ה'" — אויך „אזהרת שבת" האָט דער אויבערשטער געזאָגט צו משה'ן ער זאָל עס איבערגעבן צו אידן?

ג. אויף דעם איז רש"י מפרש, אַז דאָס וואָס משה האָט אויסגעטיילט „זה הדבר" (וואָס גייט נאָר אויף מלאכת המשכן) פון „אלה הדברים גו'" (וואו עס ווערט נכלל אויך אזהרת שבת) איז עס דערפאַר וואָס ביי „זה הדבר" איז דער ציווי געווען „לאמר", און פירושו איז „לי לאמר לכם"; דער ציווי אויף שבת איז געווען אויך צו משה'ן גופא; משא"כ דער ציווי אויף מלאכת המשכן איז געווען בלויז „לי לאמר לכם", אַז משה זאָל זאָגן צו אידן, אַז זיי זאָלן מאַכן דעם משכן. אָבער ער אַליין איז אויף דעם ניט געווען מצווה.

וואָס דערמיט איז פאַרשטאַנדיק וואָס רש"י זאָגט שפּעטערט „שלא עשה משה שום מלאכה במשכן". ולכאורה תמוה ; ווי קומט עס אַז משה זאָל ניט מקיים זיין דעם ציווי הקב"ה „קחו מאתכם תרומה גו'"י? אָבער ע"פ הנ"ל איז223עס מובן. ווייל היות אַז דער ציווי איז געווען „לאמר לכם" (אַז די אידן זאָלן מאַכן דעם משכן), האָט עס משה ניט געטאָרט טאָן.

ד. אָבער דאָס גופא פאָדערט ביאור: פאַרוואָס טאַקע איז דער ציווי אויף מלאכת המשכן געווען בלויז „לאמר לכם", ניט ווי אַלע אַנדערע מצות וואָס אויף זיי איז אויך משה געווען מצווה?

אויך דאַרף מען פאַרשטיין; פאַרוואָס האָט משה ניט געהאַט קיין חלישות הדעתיא דערפון וואָס „לא עשה שום מלאכה בהקמת המשכן", ניט ווי מען געפינטיב ביי אהרן'ען אַז „חלשה דעתו" דערפון וואָס ער איז ניט געווען בחנוכת הנשיאים?

איז דער ביאור אין דעם (בפנימיות העניניםיג) ;

ענינו של משה איז תורהיד. האָט ער דעריבער ניט געטאָרט זיך עוסק זיין אין מלאכת המשכןטו, בדוגמת (ובמכש"כ מ)הדיןיח אַז „אין מבטלין תשב"ר לבנין ביהמ"ק".

און וויבאַלד אַז משה האָט ניט געדאַרפט טאָן מלאכת המשכן מצד דעם וואָס ער איז העכער פון משכן, איז דאָך במילא ניט שייך ער זאָל האָבן דערפון אַ חלישות הדעת.

ה. פונדעסטוועגן, כאָטש די מלאכת המשכן האָט משה ניט געדאַרפט טאָן, האָט ער אָבער געהאַט דעם ציווי „לאמר לכם", איבערגעבן צו אידן די פרשיות התורה וואָס ריידן וועגן מלאכת המשכןטו. און נאָך מער; דער גאַנצער צוועק פון „אשר צוה ה' לי", וואָס דער אויבערשטער האָט געזאָגט די פּרשיות (דעם טייל תורה) צו משה'ן, איז געווען צוליב „לאמר לכם". און ווען ניט דאָס, וואָלטן די פּרשיות ניט געזאָגט געוואָרן אויך צו משה'ן.

די הוראה דערפון איז;

עס זיינען פאַראַן אידן וואָס מצד זייער מצב קענען זיי (ובמילא דאַרפן זיי) זיין אין אַן אופן פון „תורתו אומנתו",

דאַרפן זיי וויסן, אַז כאָטש זייער ענין איז תורה, וואָס מצד דעם דאַרפן224זיי זיך ניטיח פאַרנעמעןיט מיט עבודת הבירורים, צו מאַכן פון דברים גשמיים (זהב, כסף ונחושת וכו') אַ מקדש צום אויבערשטןכ, ווייל תורה איז העכער דערפון — קענען זיי דאָך מיינען, אַז זיי זיינען פטור פון הפצת התורה,

אויף דעם קומט די הוראה, אַז אין „לאמר לכם", צו זאָגן פאַר אידן פרשיות פון תורה, זיינען אויך זיי מחוייב. ואדרבה; דוקא דורך דער עבודה פון „לאמר לכם", אָפּגעבן זיך אויף לערנען תורה מיט אַנדערע אידן, וועלן זיי האָבן די סייעתא דשמיא (אויך) אין זייער אייגענעם לערנען, עס וועט זיי צוקומען (בכמות) נאָך חלקי תורה, און עס וועט זיי צוקומען (באיכות) אין די חלקי התורה וואָס זיי האָבן שוין, זיי וועלן מכוון זיין די ענינים לאמיתתם, ביז זיי וועלן משיג זיין די ענינים אויך ווי זיי זיינען בשרשםכא

— בדוגמת ווי ס'איז געווען ביי משה'ן, אַז צוליב „לאמר לכם" איז געווען (ניט נאָר דער „צוה ה' לי", נאָר אויך) דער „אשר הראית בהר"כב, אַז מען האָט אים באַוויזן די ענינים ווי זיי זיינען למעלה.

(משיחות ש"פ ויקהל וש"פ פקודי תש"ל)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-swtn0phz

Copies

Recent activity

#184 Likkutei Sichos vol 6: machine reading · approved
#122 Likkutei Sichos vol 6: machine reading · closed

Sources