Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.
69בא
א.וועגן דעם זמן פון יציאת מצרים, שטייט אין דער היינטיקער סדרהא אַז דאָס איז געווען „בעצם היום הזה", וואָס דאָס מיינט; „בחצי היום"). און דאָס וואָס עס שטייט „ליל שמורים גו' להוציאם מארץ מצרים"ג — און אויך אין חומש דבריםד שטייט „הוציאך ה"א ממצרים לילה" — גייט עס אויף דעם וואָס פּרעה האָט זיי געגעבן רשות אַרויסצוגיין פון מצריםג, אַז דאָס איז געווען ביינאַכט, און ווי עס ווערט דערציילט אין היינטיקער סדרהח „ויקרא למשה ולאהרן לילה ויאמר קומו צאו מתוך עמי גו'". די יציאה בפּועל אָבער — איז געווען ערשט בייטאָג.
און נאָך מער; ניט נאָר וואָס בפּועל זיינען זיי אַרויס פון מצרים בייטאָג, נאָר זיי האָבן ביינאַכט ניט געטאָרט אַרויסגיין ממצרים — ווייל משה האָט זיי אָנגעזאָגט „לא תצאו איש מפּתח ביתו עד בוקר"ה.
עפּ"ז, אַז אין יצי"מ זיינען פאַראַן צוויי זמנים — די יציאה בפועל „בעצם היום הזה", און די נתינת רשות דערויף בלילה — האָט מען לכאורה געקענט מבאר זיין אַ פּלוגתא צווישן ב"ש און ב"ה, כדלהלן.
ב. אין דעם ענין פון אמירת הלל בליל הפּסח (פאַר אכילת פּסח), זאָגט די משנהג „עד היכן הוא אומר", ביז וואַנען זאָגט מען הלל, צי נאָר ביז „אם הבנים שמחה" — וואָס אַזוי איז דעת ב"ש; אָדער מען זאָגט אויך „בצאת ישראל ממצרים" ביז „חלמיש למעינו מים" — און אַזוי האַלטן ב"ה.
שטייט אין ירושלמיט, אַז דער טעם פון ב"ש איז „וכי יצאו ישראל ממצרים שהוא מזכיר יצי"מ". ב"ה האַלטן אָבער; וויבאַלד אַז אַפילו „ממתין עד קרות הגבר עדיין לא הגיעו לחצי גאולה", זאָגט מען דעריבער „בצאת ישראל ממצרים" גלייך נאָכן ערשטן קאַפּיטל פון הלל (פאַר אכילת הפּסח), ווייל — „מכיון שהתחיל במצוה אומר לו מרק".
ולכאורה, וואָס איז טאַקע דער טעם פון ב"ש צו זאָגן „בצאת ישראל ממצרים" נאָכן אכילת הפּסח — אויך דעמאָלט איז דאָך נאָך פאַר דעם זמן הגאולה (וכקושיית ב"ה)?
קען מען עס מסביר זיין (ע"פּ הנ"ל), אַז היות ווי אויך די נתינת רשות צו אַרויסגיין פון מצרים רופט אָן דער פּסוק „בהוציאך גו' ממצרים", און דאָסי איז דאָך געווען (גלייך) נאָך חצות לילה — דעריבער70האַלטן ב"ש אַז מען דאַרף זאָגן „בצאת ישראל ממצרים" לאחרי אכילת הפסח וואָסיא זמנו (של הפּסח) איז ביז חצותיב (דער זמן פון נתינת רשות, וואָס אויך זי ווערט גערופן „יציאה").
ב) „באחד בשבט ראש השנה לאילן כדברי ב"ש. ב"ה אומרים בחמשה71עשר בו"יט. פאַרוואָס איז ר"ה לאילן (לויט ביידע דיעות) ערשט אין חדש שבט?
שטייט אין ירושלמיכ, אַז דאָס איז דערפאַר וואָס „עד כאן הן חיין ממי השנה שעברה, מכאן ואילך הן חיין ממי השנה הבאה". ד.ה. אַז די ווירקונג פון די וואַסער אין די אילנות איז ערשט מיט פיר חדשים שפּעטער, און די אילנות וואָס זייער חנטה איז געווען פאַר חדש שבט (איידער ס'איז דורכגעגאַנגען פיר חדשים מתחלת הגשמים פון נייעם יאָר) — איז זייער חיות „ממי השנה שעברה".
ועפּ"ז י"לכא, אַז די פּלוגתא פון ב"ש און ב"ה בנוגע דעם זמן פון ר"ה לאילן — צי ער איז „באחד בשבט" אָדער „בחמשה עשר בו", איז עס (ניט קיין פּלוגתא אין מציאות, נאָר) מצד דעם וואָס אין דער יניקת האילנות „ממי השנה הבאה" זיינען פאַראַן צוויי זמנים (כדלהלן סעיף ד');
זייער יניקה בכח פון די „מי השנה הבאה" איז „באחד בשבט", אָבער די יניקה זייערע בפּועל פון אָט־די וואַסער איז בחמשה עשר בשבט. איז דעריבער, ב"ש, וואָס האַלטן „אזלינן בתר בכח", זאָגן זיי אַז ר"ה לאילן איז באחד בשבט; און ב"ה, וואָס האַלטן „אזלינן בתר בפּועל", זיי זאָגן אַז דאָס איז „בחמשה עשר בו".
ד. איז דער ביאור אין דעם;
דער זמן פון „נידונים על המים" (בפּועל ובגלוי) איז „בחג"כב (סוכות) — ט"ו בתשרי. אָבער בכח ובהעלם איז דער דין באחד בתשרי, וואָרום בר"ה (אחד בתשרי) איז דאָך דער דין ומשפּט אויף אַלע ענינים שבעולם3 — כולל אויך „על המים"א.
און וויבאַלד אַז די יניקה פון די אילנות מן המים הויבט זיך אָן פיר חדשים לאחרי דעם דין על המים, קומט אויס, אַז זייער יניקה בהעלם ובכח איז באחד בשבט — פיר חדשים נאָך דעם דין וואָס בכח ובהעלם. זייער יניקה בפּועל ובגלוי אָבער, איז בחמשה עשר בשבט — פיר חדשים נאָכן דין בפּועל ובגלוי.
ה. איינער פון די ביאורים פאַרוואָס די פּלוגתא פון ב"ש און ב"ה דאַרף שטיין סיי ביי „חלות דבש" סיי ביי „ר"ה לאילן" — כאָטש אין ביידע ערטער איז זייער פּלוגתא מצד דעם זעלבן טעם;
72„ר"ה לאילן" איז מער ניט ווי אַן ענין פון „בכח". וואָרום דאָס וואָס מיט פיר חדשים שפּעטער וועלן די אילנות זיין „חיין ממי השנה הבאה", וועט דאָך אויך דאַן דער „חיין" זיין בלויז אַן ענין פון „חנטה", וואָס איז נאָך גאַנץ ווייט פון דעם גמר הצמיחה וואָס קומט פיל שפּעטער.
איז אויב די שיטה פון ב"ש אַז „אזלינן בתר בכח" וואָלט געשטאַנען נאָר ביי ר"ה לאילן, וואָלט מען געקענט זאָגן אַז דאָס איז דערפאַר וואָס אַפילו בחמשה עשר בשבט וועט דאָך זיין ניט מער ווי חנטה פון די אילנות — אַן ענין פון „בכח" (ניט מער, וואָס דער „בכח" גופא וועט דאַן זיין „בפּועל"), און אין „בכח" גופא מאַכן זיי ניט קיין חילוק („בכח" אָדער דער „בפּועל" פון דעם „בכח") ;
ולאידך גיסא, ווען שיטת ב"ש שטייט ביי חלות דבש (איז נוסף — אַז מ'וואָלט געקענט זאָגן אַז בית הלל זיינען מודה ביי ר"ה לאילן, מטעם הנ"ל — איז אויך בנוגע ב"ש) וואָלט מען פון דאָרט ניט געקענט אָפּלערנען ווי ס'איז זייער שיטה בנוגע ראש השנה לאילן, ווייל מ'וואָלט געקענט זאָגן, אַז דאָס וואָס ביי חלות דבש האַלטן זיי אַז אַזלינן בתר בכח — איז עס דערפאַר וואָס בזמן שמהרהר (אָדער מחרחר), כאָטש אַז דער ריסוק איז פאַראַן נאָר „בכח", איז דאָך אָבער בידו צו ברענגען אים תיכף מהכח אל הפּועלכב;
און דערפאַר דאַרפן ב"ש לאָזן הערן זייער שיטה אויך ביי ר"ה לאילן, אַז אויך אין פאַל וואו ס'איז ניט מעגליך אַז דער „בפּועל" — די חנטה — זאָל זיין אין דער צייט פון דעם „בכח" — באחד בשבט — אויך דאָרטכג איז „אולינן בתר בכח"כט.
ו. די שיטה פון ב"ש אַז „אזלינן בתר בכח", מיינט ניט בלויז אַז ווען73אַ געוויסע זאַך געפינט זיך ערשט בכח, איז עס מספּיק (בנוגע להלכה) פּונקט ווי די זאַך וואָלט שוין געקומען בפּועל
[ווי אין די אויבנדערמאָנטע דוגמאות, וואָס לדעת ב"ש, איז ווי נאָר די „חלות דבש" זיינען געוואָרן מטקה „בכח", באַקומען זיי שוין אַ דין פון משקה; און אַזוי אויך בנוגע צו „ר"ה לאילן" — וויבאַלד אַז באחד בשבט הויבט זיך שוין אָן די יניקת האילנות „בכח" פון די וואַסער פון דעם נייעם יאָר, איז אָט־דער „בכח" שוין מספּיק אַז מצד אים זאָל דער טאָג (אחד בשבט) זיין דער זמן פון ר"ה לאילן],
נאָר נאָך מער; לדעת ב"ש האָט דער „בכח" אין זיך מער חשיבות ווי דער „בפּועל", און דוקא דער „בכח" באַשטימט די מציאות פון דער זאַך.
און ווי מען זעט עס אין דער פּלוגתא זייערע אויף ב"ה בנוגע „מצות חנוכה"ל, וואו ב"ש האַלטן אַז דער מספּר פון די נרות חנוכה ווערט באַשטימט „כנגד ימים הנכנסין" — לויט די טעג וואָס וועלן קומען, ד. ה. וואָס בפּועל וועלן זיי קומען ערשט שפּעטער און דערוויילע זיינען זיי פאַראַן נאָר בכח. און דערפאַר זאָגן ב"ש „יום ראשון מדליק שמונה, מכאן ואילך פוחת והולך", ווייל דער אָנפאַנג פון ערשטן טאָג איז אין זיך כולל (בכח) אַכט טעג, דער צווייטער — מער ניט ווי זיבן, אאַ"וו;
און ב"ה האַלטן אַז דער מספר הנרות ווערט באַשטימט „כנגד ימים היוצאין", לויט די טעג וואָס זיינען שוין געווען בפּועל. און דערפאַר זאָגן זיי „יום ראשון מדליק אחד, מכאן ואילך מוסיף והולך" — ווייל ביום ראשון איז „בפּועל" פאַראַן בלויז איין טאָג, ביום שני — צוויי טעג, וכו'.
זעט מען פון דעם בנוגע שיטת ב"ש, אַז דאָס וואָס „אזלינן בתר בכח" איז ניט בלויז אַז דער „בכח" רעכנט זיך כאילו ווי די זאַך וואָלט שוין געווען אויך בפּועל, נאָר אדרבהלא; דער „בכח" איז דער עיקר און לויט אים ווערט באַשטימט די מציאות הדבר — וואָס דערפאַר ווערט דער מספר הנרות פון חנוכה באַשטימט „כנגד74ימים הנכנסין" און ניטלב „כנגד ימים היוצאין"לג.
ז. ע"פּ הנ"ל קען מען אויך מסביר זיין די פּלוגתא פון ר"א מיט די חכמים ור"ג בנוגע דעם סוף זמן ק"ש של ערביתלד; ר"א האַלט „עד סוף האשמורה הראשונה", און די חכמיםלה ור"ג האַלטן אַז דער זמן (מדאורייתאלה) איז „עד שיעלה עמוד השחר".
איז רש"י מפרשלו, אַז דער יסוד פון זייער פּלוגתא איז אין דעם פּירוש פון „בשכבך"לז ; ר"א האַלט, אַז „בשכבך" מיינט „כל זמן שבני אדם עוסקין לילך ולשכב", וואָס „עוסקין כו'" איז בלויז ביזן סוף האשמורה הראשונה; און די חכמים און ר"ג האַלטן אַז „בשכבך" איז „כל זמן שבני אדם שוכבים" — און דאָס איז כל הלילה.
פאַרוואָס טאַקע לערנט ר"א אַז עס מיינט „עוסקין לילך ולשכב" און די חכמיב מיט ר"ג — „שבני אדם שוכבים"? איז (ע"פּ הנ"ל) דער ביאור אין דעם;
בעת אַ מענטש איז זיך עוסק צום לייגן שלאָפן, איז אין דעם כלול בכח דער גאַנצער זמן וואָס ער וועט דערנאָך שלאָפן בפּועל. און דעריבער, איז די חכמים און ר"ג, וואָס האַלטן (כשיטת ב"הלח) אַז „אזלינן בתר בפּועל" — לערנען זיי אַז „בשכבך"75מיינט דער זמן ווען מענטשן „שוכבים" בפּועל ; אָבער ר"א, וואָס ער איז געווען פון תלמידי ב"ש* און ער האַלט דעריבער אַז „אזלינן בתר בכח", לערנט ער אַז „בשכבך" מיינט דער זמן ווען בני אדם עוסקין לילך ולשכב.
ח. און עס מוז שטיין בפירוש דעת ב"ש אַז „אזלינן בתר בכח" סיי ביי זמן ק"ש סיי ביי נרות חנוכה — ווייל עס איז פאַראַן אַ חידוש אין שיטתם בנוגע צו זמן ק"ש אויף זייער שיטה בנוגע צו מצות חנוכה;
ביי מצות חנוכה צינדט מען יעדער נאַכט אַן אַנדער מספּר ליכט. און דעריבער, איז פון דברי ב"ש אַז „יום ראשון מדליק שמונה מכאן ואילך פוחת והולך", זעט מען נאָך ניט אויף אַזוי פיל אַז זיי זאָלן זיך רעכענען בלויז מיטן „בכח"מ — וואָרום מען קען זאָגן, אַז דאָס וואָס אין די לעצטע פיר טעג צינדט מען דעם מספּר המועט בלויז „כנגד ימים הנכנסין" — כאָטש אַז „בפּועל" זיינען שוין דאַן דורכגעגאַנגען מער טעג — איז עס בכדי צו מאַכן אַ היכר*11) צווישן די צאָל ליכט וואָס מען צינדט אין די לעצטע פיר טעג פון דעם מספּר הנרות וואָס אין די ערשטע פיר טעג;
אָבער פון דעם וואָס אויך ביי זמן ק"ש האַלט ר"א אַז לאחרי האשמורה הראשונה — ווען ס'איז פאַראַן בלויז די שכיבה בפּועל, קען מען שוין קיין ק"ש ניט ליינען, זעט מען די שיטה פון ב"ש קלאָר — אַז מען רעכנט זיך בלויז מיטן „בכח" אויך ווען ס'זיינען ניטאָ קיין זייטיקע טעמים פאַרוואָס מען זאָל זיך מיטן „בפּועל" ניט רעכענען.
אָבער לאידך גיסא, פון דעת ר"א ביי זמן ק"ש קען מען ניט וויסן שיטת ב"ש בנוגע מצות חנוכה. ווייליא ביי זמן ק"ש איז נוגע דער טייטש פון דעם וואָרט „ובשכבך" וואָס שטייט אין תורה, און ר"א האַלט אַז דער תורהוואָרט מיינט „בכח", „עוסקין לילך ולשכב". און וויבאַלד אַז „לשון תורה לעצמה לשון כו'"יב, איז דערפון קיין ראי' ניט אַז אויך ניט בשייכות צו „לשון תורה" איז „אזלינן (בלויז) בתר בכח".
ט. אָט די מחלוקת פון ב"ש און ב"ה — צי דער עיקר איז דער „בכח" אָדער דער „בפּועל" — געפינט מען אויך בנוגע צו כללות הבריאה; „ב"ש אומרים שמים נבראו תחלה ואח"כ76נבראת הארץ . . וב"ה אומרים ארץ נבראת תחלה ואח"כ שמים"*18).
איז מען אין דעם מבאריא, אַז אין דער התהוות בפועל, איז „שמים נבראו תחלה". וואָרום וויבאַלד אַז די התהוות העולמות איז בדרך פון אַ השתלשלות מלמעלה למטה, זיינען פריער באַשאַפן געוואָרן שמים און פון זיי איז באַשאַפן געוואָרן די ארץ (כשם ווי לאחרי בריאתם איז ארץ מקבל פון שמיםיג) ;
און במחשבה וכוונה, האָט די ארץ עולה געווען „במחשבה תחלה" פאַר שמים [און דאָס גופא איז דער טעם וואָס ארץ איז באַשאַפן געוואָרן שפּעטער, ווייל „סוף מעשה במחשבה תחלה"יח ; און ווי באַוואוסט די דוגמא אַז בויענדיק אַ בנין איז דער טעם וסיבת כל הבני' — ווייל ער וויל דעם בנין ווי ער איז אַ פאַרענדיקטער].
ס'איז אָבער ניט מובן;
לפי הנ"ל קומט דאָך אויס, אַז ב"ש און ב"ה ריידן וועגן צוויי באַזונדערע ענינים; ב"ש ריידן וועגן די התהוות בפּועל, און ב"ה — וועגן די כוונה ומחשבה. אָבער דער לשון „ב"ש אומרים וב"ה אומרים" באַווייזט אַף אַ מחלוקת. איז אין וואָס באַשטייט זייער פּלוגתאמז?
קען מען דעריבער ניט אָפּלערנען דעת ב"ש בנוגע צו בריאת שמים וארץ, פון זייער שיטה אַז „אזלינן בתר בכח" אין די אַנדערע ערטער — וואָרום מען קען זאָגן, אַז די מעלה פון „כח" איז — ווייל אָן אים קען דער „פּועל" ניט זיין, משא"כ בבריאה ע"י הקב"ה. דאַרף דערפאַר שטיין שיטת ב"ש אויך בנוגע צו בריאת שמים וארץא, אַז אַפילו אין מעשיו של הקב"ה, וואו עס האָט געקענט זיין דער „בפּועל" אָן דעם „בכח", וויבאַלד אָבער אַז לפּועל האָט דער אויבערשטער באַשאַפן די ארץ אין אַזאַ אופן אַז זי נעמט זיך פון דעם וואָס פריער איז זי פאַראַן „בכח" אין שמים, איז אויך אין דעם פאַל „אזלינן בתר בכח".
אָבער אעפּ"כ דאַרף שטיין די פּלוגתא פון ב"ש און ב"ה אויך אין אַנדערע ערטער — בכדי צו לאָזן הערן די שיטה פון ב"הנג, אַז אפילו ביי נבראים וואו מען מוז אָנקומען צום „בכח", אויך דאָ האַלטן זיי אַז „אזלינן בתר בפועל".
פון דעם אַליין וואָס לאחרי בריאת השמים איז באַשאַפן געוואָרן די ארץ — כאָטש אַז אין „שמים" איז שוין דאָ די ארץ „בכח" — איז דאָך מוכח, אַז די כוונה איז אין ארץ ווי זי איז בפּועל, און דוקא דאָס (דער „בפּועל" פון ארץ) האָט עולה געווען במחשבה תחלה. היינט ווי קען מען עס זאָגן אַז דער עיקר המעלה איז אין שמים און אַז זיי זיינען „תחלה" במעלה וחשיבות?
עד"ז איז אויך די שאלה בנוגע צו כללות שיטת ב"ש וואָס „אזלינן בתר78בכח"; די מעלה פון „כח" איז דאָך לכאורה, בלויז דאָס וואָס עס קען פון אים אַרויסקומען אַ „פּועל". (ביז אַז די באַדייטונג פון דעם וואָרט „כח" איז — אַז ער קען אויפטאָן אַ פּועל). איז ווי קען מען זאָגן אַז דער עיקר המעלה איז אין דעם „בכח" (ביז אַז בכמה דינים רעכנט מען זיך בלויז מיטן „בכח" און ניט מיטן „בפּועל"נח) — בשעת אַז די חשיבות און די מעלה פון „כח" איז, דאָס וואָס ער קען אַרויסברענגען דעם „פּועל"?
יב. וועט מען עס פאַרשטיין בהקדים די שייכות פון די צוויי שיטות — „אזלינן בתר כח" אָדער „אזלינן בתר פּועל" — צו ענינם פון ב"ש און ב"הסז;
בכדי עס זאָל זיך דורכפירן די כוונת הבריאה, דאַרפן זיין סיי „שמים" און סיי „ארץ"; די נפק"מ איז אָבער, אַז מצד בחי' גבורה — דער שרש פון ב"ש — וויבאַלד אַז ענינה איז „העלם" און „העלאה מלמטה למעלה", קומט אויס אַז דער תכלית הכוונה אין דער בריאה פון „מטה" (ארץ) איז — אַז ער זאָל זיך ציען און עולה זיין צו דעם „מעלה" (שמים). דעריבער זאָגן ב"ש „שמים נבראו תחלה"80); משא"כ מצד בחי' חסד — דער שרש פון ב"ה — וויבאַלד אַז ענינה איז „גילוי" און „המשכה מלמעלה למטה", קומט אויס אַז די כוונה איז אין דעם „מטה" גופא, און אויך דער תכלית פון דעם „מעלה" איז — אַז ער זאָל נמשך ווערן און נתגלה ווערן למטה. דערפאַר זאָגן ב"ה „ארץ נבראת תחלה".
79און די פּלוגתא פון ב"ש וב"ה בנוגע בריאת שמים וארץ, איז דער יסוד צו זייער פּלוגתא אין אַלע דיני התורה, צי אזלינן בתר כח אָדער בתר פּועל;
לויט שיטת ב"ה אַז דער תכלית איז דער „מטה", קומט אויס אַז דער עיקר המעלה איז אין דעם „בפּועל", און ענינו פון דעם „בכח" איז — דאָס וואָס פון אים קומט אַרויס דער בפּועל;
משא"כ לויט שיטת ב"ש אַז דער תכלית המעלה באַשטייט אין „שמים", און די אויפגאַבע פון „ארץ" איז — זיך צו ציען און עולה זיין צום „שמים", לייגט זיך צו זאָגן אַז דער „כח" איז ניט קיין מיטל צו דעם „פּועל", נאָר אדרבה; דער עיקר המעלה איז אין דעם כח גופא, און דער „פּועל" איז בלויז דער „אבן הבוחן" דורך וועלכן עס ווערט נתגלה און נתאמת דער „בכח"81).
יג. ע"פּ כל הנ"ל וועט מען אוין פאַרשטיין דעם טעם פון ב"ש צו זאָגן „בצאת ישראל ממצרים" גלייך נאָך אכילת הפּסח (אפילו פאַר חצות);
יציאת מצרים איז געווען בזכות דם פּסח82). און וויבאַלד דער „שכר מצוה" איז מסובב פון דער מצוה83) ובמילא אויך כלול אין איר (ווי ביי יעדער סיבה ומסובב וואָס דער „מסובב" איז כלול „בכח" אין זיין „סיבה"), איז פאַרשטאַנדיק, אַז בעת אכילת הפּסח [וואָס דאַן ווערט נשלם דער ענין פון קרבן פּסח, וואָס „לא בא מתחלתו אלא לאכילה"84)] — טוט זיך שוין אויף בכח ובהעלם דער ענין פון יציאת מצרים83).