- kind
- paragraph
- order
- M8
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@rebbehub-whisper-v3"}- content
- ס'הויבט זיך אן מיט שלשה עשר, און ס'ענדערט זיך ערשט דערנאך מיט אן ענין פון תשעה, איז דאך דאס אבער אין אן אופן, אז דאס איז אויך אין דעם לעצטן טאג פון שבעת ימי הסוכות איז מען אויך עוסק זיך מיט כמה פרים וואס זיי האבן צו-טאן מיט אומות העולם, נאר וואס דען זיי האבן צו-טאן מיט דעם בירוש שלהם און מיטן תיקון שלהם און מיט דער העלאה שלהם, ווי יש להאריך בכל זה, ס'איז דאך אבער די צייט וואס מ'דארף ראווען שמחת בית השואבה, במילא יהי רצון, אז יעדער מינוט וואס איך האב מקצר זיין זאל מען דאס אויסנוצן כמה פעמים ככה, אויף נאך מערער מוסיף זיין אין די שמחת בית השואבה, און מ'זעט ווי בפשטות, אז בשעת מ'וויל מיט אן אמת איז אט דעמאלט קען מען אין איין מינוט איבערקערן און משנה זיין און מעלה זיין כמה שעות שלפני זה, ביז אין אן אופן פון אין-ערוך. ובפרט אז אט די מינוט קומט ניט נאך א מינוט וואס דעמאלט טוט מען בענינים אחרים, נאר מ'טוט אויך אין ענינים פון שמחת בית השואבה, נאר וואס דען? דאס איז די ערשטע מינוט פון שמחת בית השואבה פון היינטיקער נאכט, און דערנאך איז דא די צווייטע מינוט, און דערנאך איז דא די דריטע מינוט, ובג'פעמים הוה חזקה, והאלט מען שוין א חזקה,
- proofread
- 0