RebbeHub
עב · EN
ספרייה

פסקה

פסקה rh-97664yzt

kind
paragraph
order
K
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@rebbehub-whisper-v3"}
content
קומט צוגיין תורת אמת און זאגט יעדערן פון איין, און זאגט יעדערן פון אונז, און זאגט דאס צו כלל ישראל, אז איר זאלט וויסן זיין, אז אזוי איז דאס בפועל ממש. אף על פי וואס מ'זעט דאס ניט מיט פליישיגע אייגן, רירט דאס ניט אן אינגאנצן די מציאות פון דער זאך און די שטארקייט פון דער זאך, אז דאס איז פארקערט דאס איז נאך שטארקער און פועל'ט נאכמערער אויף ווי א זאך וואס מ'זעט דאס מיט עיני בשר, וויבאלד אז מ'ווייס אז די זאך איז אזוי הויך, אז עיני בשר קענען דאס ניט זען, און צוזאמען דערמיטפארנעמט זיך דאס מיט יעדערן פון אייך און מיט אלעמען צוזאמען, ובסבר פנים יפות איז דאך דעמאלט די אהבה צום דעם מלך, און דער גלוסט און דער פעסטער באשלוס אויף אויפפירן זיך ווי דער מלך וויל אין דעם טאג, און דאס זאל זיין מיט אזא פעסטקייט, און דער באשלוס זאל זיין, אז אזוי וועט מען זיך אויפפירן דעם גאנצן יאר אויף לעשות לעשותלעשות רצונו יתברך און זען, אז שמים וארץ וכל צבאיהם, ווי ער האט דאס ערשט געזאגט אין די יד-בית פסוקים, זאל צו זיי אויך דערגרייכן דעם מעסעדז, אז איר האט ערשט געהערט פון דעם מלך מלכי המלכים הקב,"ה אז שמים וארץ גייט און דערציילט דאס, אז זי האט ערשט געהערט פון דער תורה, פון דעם מלך, אז זיי זיינען באשאפן געווארן פון דעם אלקים, פון דעם מלך אליין, און אז ער באשאפט דאס אין אזא אופן אז ס'זאל זיין ישמח הוי'במעשה, ווי איר האט געזאגט, אז זיי זאלן זיך אויפפירן אין אזא אופן אויף פארשאפן א שמחה צו דעם בורא שמים וארץ, צום אלקים וואס ער איז באשאפן שמים וארץ, גיט דאס אים א שמחהחומחה מיוחדת. און דאס קומט גלייך אראפ אין זיינע ברכות אין אזא אופן ביז וואנענט ס'ווערט ישמח ישראל בעושיו אז בא יעדערן פון אייך און בא יעדערן פון דעם אידישן פאלק, ובפרט דורך דערויף וואס איר דערציילט זיי איז גלייך איבער אט דאס וואס דער אלטער רבי דערציילט אייך, און זאגט דאס, אז ס'איז אן אמת'ן אמת, אז זי האט זיך געטראפןאון ס'שטייט איצטער צוזאמען מיט דעם מלך, און דער מלך קוקט אויף אייך בפנים שוחקות, און בשעת איר נעמט אן אט די אלע גוטע החלטות, גיט ער אויך נאך אין דעם רצון, אז איר זאלט קענען ערפילן די אלע החלטות טובות, ומתוך שמחה וטוב לבב, ווי געזאגט ישמח ישראל בעשיו, ובפרט אז איר וויגטנאך אזוי איין ווי דערמאנט פריער אויף אלע אידישע קינדער, און אויף יעדער אידישער קינד, פונקט ווי איר ווירקט דאס אויף מיט זיך, ווי איר האט ערשט-א געזאגט ואהבת לרעך כמוך און דאס ווערט א כלל גדול בתורה, גיט ער אייך אלע זאכן וואס מ'דארף האבן כדי איר זאל זיין אין א שמחה אמיתית, און זאל קענען זיין דעם אויבערשטנ'ס שליחות,
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים