- kind
- paragraph
- order
- QL
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@rebbehub-whisper-v3","edited":true}- content
- רעדט זיך אויך וועגן שלח לך על דרך ווי משה רבינו האט געשיקט דעם מרגלים בשעתו אזוי דערציילט מען אויך אין דער הפטורה ווי אזוי יהושע האט געשיקט דעם רגלים בשעתו, און כדי אויך זאל מען ארומקוקן די ארץ-ישראל, ווי אז אידן זיינען דעמאלט געגאנגען כובש זיין, על דרך ווי בשעת שלוח המרגלים על ידי משה רבינו, נאר זיי האבן מצליח געווען און מקיים געווען די שליחות לויט דעם רצון פון דעם משלח פון יהושע, וואס דערפאר איז אויך געווען ויקרא ווי מ'זאגט אין דער פרשה ויקרא משה להושע בנו יהושע און ווי רש"י טייטשט דאס אפ, אז דעם יו"ד וואס מ'האט מוסיף געווען, איז דאס איז [בהויית?] אויפן אויבערשטן, י"ה יושיעך מהעצה פון אן עצה וואס זי איז ניט קיין פאסנדע און ניט קיין גוטע פאר א אידן, ואדרבא דורך דערויף קומט ארויס א ישועה, י"ה יושיעך ועד כדי כך, אז דאס ווערט אזוי אויך דערנאמען אז ניט הושע בן נון נאר ס'ווערט יהושע בן נון וואס ער איז דערנאך משיע געווען,
- proofread
- 0