- kind
- paragraph
- order
- WY
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@rebbehub-whisper-v3"}- content
- איז די גאנצע הארציקייט ווי דאס איז פארבונדן און דאס איז בטבע פון א פרוי און בטבע פון א מיידעלע, אפילו פון א קליינע מיידעלע, ווי ס'שפינגלט זיך אויך אפ אין דעם, וואס אפילו א קליינער מיידעלע, על אחת כמה וכמה אן ערוואקסענע, מאכט זי דאך ליכטיק דעם צימער אין וועלכן זי בענטשט ליכט ערב שבת און ערב יום-טוב און ערב שבועות במיוחד, ווי גערעדט מערערע מאל מאכט זי דאך ליכטיק דעם גאנצן צימער אין וועלכן זי האט אנגעצונדען די ליכט, און בשעת די ליכט ווערט אנגעצונדען אין א גרויסן צימער, אדער ווי ס'פירט זיך ביי אידן אין דעם צימער וואו מ'עסט די סעודת שבת און סעודת יום-טוב און אויפן זעלבן שולחן, מאכט דאס אויך ליכטיק און קלאר, אז ס'זאל זיין אן עסן ווי א איד דארף עסן, און ווי אידישע פרוי דארף עסן, און ווי קיין אידישע קינדער דארפן עסן און טרינקען, וואס דאס דארף זיין דוקא כשר'ע מאכלים, און דוקא כשר'ע משקעות, און דאס ווערט דערנאך דם ובשר כבשרו דערפון ווערט שטארקער און אויפגעבויט דער גוף פון א אידן אויך אין א כשר'ן אופן און אין א ריינען אופן און אין א הייליקן אופן, וואס דאס היילט
- proofread
- 0