מהיכן זכו ישראל לק"ש - אידיש
תקא
אזוי דיא מרכבה פון אצי' הויבין זייא אויף בחי' המדות חג"ת צוא א"ס ואש העכער וואד וויא מדות. און יעקב אז ער איז גיוועזין בחיר שבאבות ואיילע ער איז גיוועזין בריח התיכון המבריח מן הקצה אל הקצה, היינו פון קצה העליון ביז קצה התחתון און אזוי גלאייך פון חסד און גבורה אויך כמ"ש בזהר, ואייל ער איז א ממוצע, וארום דאש איז דיא גאנצע זאך פון רחמי', למשל מצד רחמים גיט מען א ארט גם למדת הגבורה אויך, ניט אזוי ויא חסד איז דוחה לגמרי מדת הגבורה, דהיינו ואש ע"פ הגבורה קומט אויש אז עש זאל ניט נמשך ווערין מחמת יענער איז ניט ווערט, איז ע"פ החסד אקוראט פאר קערט, היינו עש זאל יא נמשך ווערין מחמת טבע הטוב להיטיב, אדער ע"פ החסד קומט אויש אז ער איז ווערט, נמצא איז חסד וגבורה מנגדים זל"ז, אבער מדת הרחמי' גיט א ארט צוא מדת הגבורה, היינו הגם שע"פ מדת הגבורה קומט אויש אז עש קומט ניט עש זאל נמשך ווערין, הן אמת דו בישט גירעכט, אבער עש איז אף עם א רחמנות, וארום דאש איז די גאנצע זאך פון רחמים מיא זאל רחמנות האבין און עש זאל נמשך ווערין חאץ עש קומט נישט, וארום דאש ואש קומט דארף מען דער צוא קאיין רחמנות האבין, דער גאנצער פאל פון רחמנות איז אדער אז עש קומט ניט, אדער אז מדת הגבורה איז מעכב, דענשמאל איז שייך רחמנות, ולכן זאגט דיא גמרא הלכה כדברי המכריע ואיילע ער איז א ממוצע. נמצא ואיילע מדת הרחמי' איז א ממוצע צואווישין חו"ג, וגם עש איז מבריח פון קצה העליון ביז קצה התחתון איז דאך דער עיקר המשכה דורך דער מדה, דאס איז מדתו של יעקב בחיר שבאבות.
דארום האט ער גימיינט אז ער וועט נסתלק ווערין וועט פעלין דיא גאנצע המשכה ואש עש ווערט נמשך מלמעלה, וארום כשם ויא דורך דער מרכבה פון חיות ואש זייא טראגין דיא כסא דורך זייער ביטול ווערטאך נמשך א גילוי מלמעלה, אזוי דורך דעם ביטול פון מרכבה פון דיא אבות ווערט נמשך א המשכה פון העכער ויאדער אצי' אין אצי', און ממילא קומט שוין אראפ א המשכה גם אין בי"ע אויך עש זאל אראיין שאיינען אין אוטלעכען אידין אראיין, והגם אוטלעכע נשמה איז א חלק אלקה ממעל, אבער א נשמה איז דאך מלובש אין א גוף און א נפש הבהמית, ואש דער שכל פון נפש הבהמית ואייזט ויא גוט עש איז אלע דברים הגשמיים, און נאך ווערט נולד א מדה ער זאל וועלין דיא גשמיות זאכין, נמצא ווערט דורך דעם גישטילט דיא תשוקה ואש דער נפש האלקי' האט צוא אלקות. דארום איז דורך דער מרכבה פון האבות הן המרכבה איז נמשך גיווארין אין איטליכער פרט נשמה א המשכה פון אלקות, אבער אז יעקב איז נסתלק גיווארין האט ער מורא גיהאט אז עס וועט נפסק ווערין, און מיט דעם איז שוים מתורץ ויא אזוי יעקב האט
יובא מ: chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · במקור
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- תורת שמואל
- כרך
- תרכ"ז
- מזהה
- rh-bpeq1smk
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.