English
ספרייה

אגרות קודש

אגרת י'קנב

ב"ה, ספירה טעג, ה'תשל"א

ברוקלין, נ.י.

איך האָב ערהאַלטן אייער שרייבן, און השם יתברך זאָל דערפילן אייער האַרץ-באַגערן לטובה.

זיכער איז איבעריג צו אונטערשטרייכן די נויטווענדיקייט צו פאַרשטאַרקן די ענינים פון תורה און מצות אין טאָג-טעגלעכן לעבן. אין צוגאָב צום עיקר, וואָס אַ איד דאַרף דאָך לעבן לויט דעם רצון פון דעם אויבערשטן, איז דאָס אויך דער וועג צו באַקומען אַ הוספה אין דעם אויבערשטנ'ס ברכות אין אַלץ וואָס מ'נויטיגט זיך. און אין די ענינים פון תורה און מצוות און אידישקייט בכלל, ווי גוט דער מצב איז, איז דאָך אַלעמאָל דאָ אָרט צו פאַרבעסערן און פאַרשטאַרקן.

אין די איצטיגע טעג וועלכע פאַרבינדן דעם יום-טוב פסח, דער יום-טוב פון באַפרייאונג פון גלות מצרים, מיט דעם יום-טוב פון שבועות, דער יום-טוב פון מתן תורה, וואָס אין ביידע גרעסטע היסטאָרישע פּאַסירונגען פאַר דער כלל ישראל האָבן די אידישע פרויען און טעכטער געהאַט גאָר אַ גרויסן חלק, דאַרף די אידישע פרוי און טאָכטער זיך ספּעציעל אַריינטראַכטן אין דער העכסט וויכטיגער ראָלע וואָס די השגחה העליונה האָט זי צוגעטיילט אין פאַרזיכערן דעם המשך פון אידישן פאָלק.

דער בייגעלייגטער בריף צו דער יערליכער קאָנווענשאָן פון אגודת נשי ובנות חב"ד האָט אַ דירעקטע שייכות מיט דאָס אויבנגעשריבענע. עס איז צו האָפן, אז דער אינהאַלט וועט האָבן די געוואונשענע ווירקונג.

בברכה להצלחה ולבשורות טובות.

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

ש.מ. סימפסון, מזכיר

י'קנב

נדפסה בלקו"ש ח"ז ע' 252, והושלמה ע"פ צילום האגרת. וראה גם לקמן אגרת י'קסו.

וואָס אין ביידע כו' ראה גם לעיל אגרת י'קמט, ובהנסמן בהערות שם.

בייגעלייגטער בריף דלעיל אגרת י'קנ.

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-11jdmjqr

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit10152