English
ספרייה

אגרת א'תקנד

יו"ד אייר ה'תשי"ב · ה' עליהם יחיו

ב"ה, יו"ד אייר ה'תשי"ב

ברוקלין, נ.י.

מאנהאטאן טשאפטער פאר "בית רבקה"

ה' עליהם יחיו

ברכה ושלום!

צום 7'טן יערליכן באנקעט פון אייער מאנהאטאן פרויען אפטיילונג פאר "בית רבקה" סקולס, וואס קומט פאר מארגען אי"ה, יום ג', י"א אייר, ה'תשי"ב, שיק איך אייך מיין באגריסונג און ברכה.

אונזערע חכמים, זכרונם לברכה, דערציילן, אז אין זכות פון די ערליכע פרויען זיינען די אידן אויסגעלייזט געווארן פון מצרים. דער זכות איז באשטאנען אין דעם, וואס ניט קוקנדיק אויף די שווערע גזירות און ליידן פון גלות, האבן זיי אויפגעשטעלט א דור טרייע אידישע קינדער, וועלכע זיינען געווען איבערגעגעבן צו ג-ט, דעם ג-ט פון זייערע אבות.

דער אויבערשטער יתברך האט אונז צוגעזאגט, אז די צוקינפטיקע גאולה שלימה, במהרה בימינו, וועט זיין ענליך צו דער גאולה פון יציאת מצרים.

דאס הייסט, אז פונקט ווי אמאל, אזוי אויך, היינט, איז די דערלייזונג פון אידישן פאלק אפהענגיק פון אידישע פרויען, אין וועמענס הענט עס ליגט די דערציאונג פון אידישע קינדער.

איך האף, דעריבער, אז איר וועט פארזעצן אייער ארבעט, סיי אין דער דערציאונג פון אייערע אייגענע קינדער, סיי אין העלפן די דערציאונג פון אנדערע קינדער, או וועט, בפרט, מאכן יעדע אנשטרענגונג צו פארשטארקען אייער טעטיקייט לטובת די "בית רבקה" סקולס, וואו עס ווערן דערצויגן די צוקינפטיקע אידישע מאמעס, וועלכע וועלן אנהאלטן די טראדיציעס פון די ערליכע אידישע פרויען פון אלע דורות.

בברכת הצלחה אין אייער ארבעט, וואס דורך דעם עפנט איר אויך צנורות פאר די ג-טליכע ברכות פאר אייך און אלע אייערע שיחיו בגשמיות וברוחניות.

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

כרך
חלק ו
מזהה
rh-9qxgttwf

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit1554