אגרות קודש
אגרת א'תתכא
המתפללים והגבאים בראשם דביהכ"נ
א כשרע מקוה איז דער יסוד אויף וועלכען עס האלט זיך דער אידישער פאלק אין דעם ענין פון טהרה, און עס איז דער הייליקסטער זכות צו נעמען אין דרויף אן אנטייל, יעדער איינער לויט זיינע בעסטע מעגליכקייטען.
עס האט מיר געפרייט צו הערען די גוטע בשורה, אז אין אייער שטאט האלט מען אין בויען א מקוה און דער ענין איז שוין נאענט צו פארענדיקט ווערען. זיכער וועט איר מסכים זיין, אז א שול בכלל, און א שול פון אנשי ליובאוויטש בפרט, דארפען בארעכטיקן דעם נאמען - מיט א באטייט[ע]נדן אנטייל אין אזא זאך, און איך בין זיכער אז יעדער איינער פון די גבאים און חברים וועלען זיך משתתף זיין לויט זייערע העכסטע מעגליכקייטען, סיי אליין מיט אייג[ע]נער באשטייערונגען, סיי משפיע זיין אויף פריינט און באקאנטע צו נעמען אן אנטייל, און דער אויבערשטער בלייבט ניט א בעל-חוב.
בברכת כתיבה וחתימה טובה צו יעדערן בפרט - המחכה לבשורות טובות.
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק ו
- מזהה
- rh-574qt74t
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit