English
ספרייה

אגרות קודש

אגרת ב'קמט

ב"ה, כ"ז סיון, תשי"ג

ברוקלין.

שלום וברכה!

איך האב יעצט באקומען אייער בריף פון כ"ד סיון (און זיינער צייט זיינען אויך ערהאלטען געווארן אייערע בריף פון ד' אייר און י"א סיון) אין וועלכען איר שרייבט וועגען דעם חלום וואס איר האט געהאט.

והנה כלך מדרך זה. הערט אויף ליגען אין חלומות. און ווי עס ווערט ערקלערט אין פילע ספרים, אז בא מענשן וואס בא זיי זיינען אלע פרטים ווי על פי התורה והמצוה, איז דענסטמאל אפילו א חלום אויף וועלכען מען האט ווייניג שליטה, האט דאס עפעס א באדייטונג און עס קען ניט זיין לבטלה - (דאך איז אפילו אין אזא פאל זאגען רז"ל, אין חלום בלא דברים בטלים) - דאגעגען בא מענשן פון אונזער דור, וואס בא זיי איז פראן פילע דבורים בטלים ועל אחת כמה וכמה מחשבות בטלות, אן א אינהאלט, ועל אחת כמה וכמה אן א אינהאלט פון תורה ומצות, איז בא די מענשן, איז עס ניט מער ווי חלומות אליין. און אמאל איז דא[ס] אויך פון דעם עצת היצר הרע צו אפרייסען דעם מענשן פון ענינים פון ווארהייט. און דעריבער ווידערהאל איך נאך אמאל, אז איר זאלט זיך ניט אריינלאזען טראכטען וועגן חלומות.

עס וואלט געווען א גלייכע זאך אז איר זאלט לאזען בודק זיין די מזוזות אין די צימערען וואו איר שלאפט, און אויך אייערע תפילין, און טאן מיט דער געהעריגקער ענערגיע וועגען א שידוך און בנוגע צו געשעפט. און וועגען דער ערשטער זאך, איז ווי איך האב שוין אייך געשריבן, ניט קלייבן צופיל. און איר מעגט זיך פארלאזען אויף די זקני אנ"ש שיחיו, און וויבאלד זיי זיינען עלטער איז ווי דער פסוק זאגט, רוב שנים יודיעו חכמה, און בפרט אז זיי קענען באטראכטען די זאך אביעקטיוו, דאגעגען דער וואס איז אינווייניג פון דער זאך קען אמאל טראכטען סוביעקטיוו. און אז איר וועט אויספאלגען דאס אלעס, זעלבסט פארשטענדלעך אלס צוגאב אויף די שיעורים פון לערנען, ווי איך האב אייך געשריבען אין די פריערדיקע בריף, וועט השם יתברך אייך העלפען אז עס וועט זיין בהצלחה בגשמיות וברוחניות און וועט קענען אנזאגען גוטע בשורות, אז איר האט אנגעהויבען צו פאלגען, און וועט זעהען אפילו בעיני בשר אז עס לויענט זיך.

ווען איך וועל זיין אויף דעם ציון הק' פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, וועל איך מזכיר זיין אייך להצלחה אין אייערע ענינים.

בברכה.

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

כרך
חלק ז
מזהה
rh-e0jgqek2

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit2149