English
ספרייה

אגרת ב'קצט

י"ב מנ"א, תשי"ג · ד' עליהן תחיינה

ב"ה, י"ב מנ"א, תשי"ג

ברוקלין.

ארגון נשי ובנות חב"ד אשר בלונדון,

ד' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

איך בין געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף פון ג' מנחם אין וועלכען איר שרייבט וועגען די ארבעטס פלענער אויף ווייטער, און זיכער איז איבעריג צו אויפמערקזאם מאכען אייך אז מען דארף אריינציהען נאך חבירות צום ארגון, וואס נשי חב"ד זיינען ניט נאר די וועלכע זיינען געבארען אין א חב"ד משפחה אדער האבען זיך געפונען אין א חב"ד סביבה, נאר אויך על שם העתיד (אויף דעם נאמען פון צוקונפט) וואס דורך א פאסענדער צוגאנג וועלען אויך זיי ווערען נעהענטער צום רעיון (געדאנק) פון חב"ד און זיכער ווייסט איר דעם פתגם (אויסשפראך) פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר אין נאמען פון כ"ק רבינו הזקן - זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, אז חסידות חב"ד אין ניט נאר פאר א טייל פון אידען נאר עס איז פארן גאנצען כלל ישראל, און די רייד פון כ"ק הצדיק נשיאנו וועט געוויס מקויים ווערען, נאר עס נעמט צייט און דאס צואיילען ווענדעט זיך אן דער ענערגיע פון דער ארבעט וואס דאן קומט מען צו צו דעם ציעל אלץ פריער.

וועגען אייער פראגע ווי צו לערנען חומש און די אנדערע לימודים, דאס דארפמען צופאסען לויט די חבירות וואס עס איז בעסער פאר זיי און וואס געפעלט זיי מער, אויך איז נויטיג צו לערנען דינים וועלכע פאסירען אין טאג טעגליכען לעבען, און איר באדארפט זיך צונויפריידין מיט די זקני אנ"ש פון אייער שטאט וועלכע וועלען אייך אנגעבען די ספרים פון וועלכע מען קען לערנען די נויטיקע דינים, האפענטליך האט איר די שמועסן פון עטליכע יאר וועלכע זיינען ארויסגעגעבן געווארען דורכן מרכז לעניני חינוך אין וועלכע עס איז פראן א רייכער מאטעריאל פאר אלע וואכען פון יאר.

בברכה שהשי"ת יצליח לכל אחת מחבירותיהן עם כל בני ביתן שיחיו בהנחוץ להן ושתמיד יוכלו לבשר בשורות טובות.

נדפסה בלקו"ש ח"כ ע' 624.

נשי ובנות חב"ד: ראה לעיל אגרת א'תתסט, ובהנסמן בהערות שם.

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

כרך
חלק ז
מזהה
rh-8v5e6k49

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit2199