English
ספרייה

אגרת ב'קנז*

ב' תמוז, תשי"ג · בטאראנטא, ד' עליהם יחיו

ב"ה, ב' תמוז, תשי"ג

ברוקלין.

להמתפללים דבית הכנסת רודף שלום אנשי

קיוב,

בטאראנטא, ד' עליהם יחיו

שלום וברכה!

אין בין געווען צופרידען צו באקומען א גרוס פון אייער שול דורך הרה"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מוה"ר חיים שי' שו"ב פלאטקין, און איך האף אז אוי[ך] להבא וועט אייער שול און די מתפללים שטייגען אין די ענינים פון תורה ומצות, וואס דורך דעם פועל'ט מען אויך אז די ברכות וואס השי"ת גיט יעדער איינעם אין דעם וואס ער נויטיגט זיך, האלטען אויך אין שטייגען פון צייט צו צייט.

און לויט ווי מיר האבען געהערט מערערע מאל פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, אז בא יעדער אידען איז פריש און לעבעדיק אין זכרון זיינע עלטערען און די אלטע היים, און ווי עס איז צו זעהען זייט איר פון אנשי קיוב פון דער אלטער היים, האף איך איז אויך בא אייך פריש אין זכרון און שטייט פאר אייערע אויגען די הנהגות פון אייערע עלטערען און עלטערענס עלטערען פון דער אלטער היים, וועלכע זיינען געווען דורכגענומען מיט ווארימקייט און צוגעבונדענקייט צו תורה און מצות, און וואס דאס מוז אנגעהאלטען ווערען דורך יעדער אידען אין יעדער צייט און אין יעדער ארט וואו ער זאל ניט זיין, ווארום אזוי ווי השי"ת איז א נצחי - אייביג - אזוי זיינען אויך תורה ומצות נצחיים - אייביגקייטען - און אזוי אויך דער עם ישראל אלס גאנצער און יעדער איד בפרט, אנהאלטענדיק אין תורה ומצות ווערט מען פאראיינציגט מיט הקב"ה, אז עס זאל זיין ישראל ואורייתא וקודשא בריך הוא כולא חד.

בברכת הצלחה לכל אחד מהמתפללים ובני ביתם שיחיו.

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

כרך
חלק ז
מזהה
rh-pj8khbj4

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit2157a