הוספה - ביאורים באגרת התשובה
172
שטייט אין תורה, ברענגט ער די פּסוקים שובה ישראל און השיבנו וועלכע שטייען אין נביאים אחרונים און אין כתובים? ממהנפשך: אָדער ער האָט געדאַרפט ברענגען די פּסוקים אין דעם סדר פון מן המוקדם אל המאוחר — ושבת גו', יעזוב רשע דרכו גו', שובה ישראל גו' און השיבנו גו', אָדער ער האָט זיי געדאַרפט ברענגען מן המאוחר אל המוקדם — השיבנו, שובה ישראל, יעזוב רשע דרכו און ושבת?
ג) בשעת ער ברענגט דעם פּסוק "ושבת גו'", שרייבט ער: "ובפ' נצבים כתיב". ביי די אַנדערע דריי פּסוקים איז ער ניט מציין וואו זיי שטייען, און ביי דעם פּסוק איז ער מציין אַז ער שטייט אין פּרשת נצבים. מוז מען דאָך זאָגן, אַז מיטן ציון צו פּ' נצבים מיינט ער צו שולל זיין אַן אַנדער פּסוק וואָס איז ענלאַך צו דעם פסוק: אַזוי ווי דער פּסוק איז דאָ (בשינויים) אין נאָך אַן אָרט — אין פּ' ואתחנן (ד, ל), איז ער דעריבער מדגיש "ובפ' נצבים כתיב", מען זאָל וויסן אַז זיין כוונה איז צו דעם פסוק דוקא. (וע"ד שנת"ל סעיף. . בנוגע צו דעם וואָס ער איז מציין "בסוף יומא").
דאַרף מען פאַרשטיין: וואָס איז טאַקע דער חילוק צווישן די צוויי פּסוקים, וואָס מצד דעם דאָזיקן חילוק איז דער אַלטער רבי מדגיש אַז ער מיינט דוקא דעם פּסוק פון פּרשת נצבים?
לכאורה האָט מען געקענט זאָגן, אַז דאָס קומט בהמשך צו דעם וואָס ער זאָגט פריער "מצות התשובה", אַז די תשובה (עזיבת החטא, און ניט בלויז דער וידוי) איז אַ מצוה, כנ"ל בארוכה. וואָס דעריבער קען ער ניט ברענגען דעם פּסוק פון פּ' ואתחנן, ווייל דאָרט איז דער "ושבת" אַ סיפּור דברים, וכהתחלת הענין (כה, כו): העידותי בכם גו'. משא"כ דער "ושבת" וואָס אין פּ' נצבים, איז אפילו להרמב"ם (וואָס כנ"ל סעיף ט', רעדט דאָ דער אַלטער רבי אויך לויטן רמב"ם) וואָס ער זאָגט (הל' תשובה פ"ז ה"ה) אַז דאָס איז אַ הבטחה, קען מען זאָגן אַז דאָס מיינט אויך ציווי (כפירוש הרמב"ן עה"פ, אַז אין דעם "ושבת" ווערט נכלל ביידע זאַכן)יב.
עס איז שווער אָבער אַזוי צו ענטפערן. ווייל אויך דער פּסוק "השיבנו גו'" איז ניט קיין ציווי — ס'איז גאָר אַ בקשה, און פונדעסטוועגן ברענגט אים יאָ דער אַלטער רבי אַלס ראי' וואָס תשובה איז. ווייל אין דעם אָפּטייטש וואָס איז דער מהות התשובה (וואָס אויף דעם ברענגט ער די ראיות) איז דאָך ניט וויכטיק צי דער פּסוק רעדט עס בלשון ציווי צי בלשון בקשה. איז הלמאי איז ער שולל דעם פּסוק פון פּרשת ואתחנן?
אין די ווייטערדיקע פּרקים פון אגה"ת איז ער מבאר, אַז אידן זיינען אַ חלק פון
יובא מ: chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · במקור
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- לקוטי שיחות
- כרך
- כרך לט
- מזהה
- rh-s132fv80
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.