English
ספרייה

הוספה - ביאורים באגרת התשובה

181

און נאָך דעם וואָס דער אַלטער רבי ברענגט די אויבנדערמאָנטע דוגמאות, איז ער מוסיף: "וכהנה רבות".

דאַרף מען פאַרשטיין:

א) צוליב וואָס דאַרף דער אַלטער רבי בכלל אָנקומען צו דוגמאות: לכאורה, וואָלט געווען גענוג דאָס וואָס ער שרייבט "מצינו כמה תנאים ואמוראים כו'", און בשעת מען וועט זוכן, וועט מען שוין אַליין געפינען דוגמאות. צוליב וואָס דאַרף ער שרייבן "כמו ראב"ע וכו'"?

ב) ווען ער וויל שוין יע ברענגען דוגמאות, פאַרוואָס האָט ער אויסגעקליבן פּונקט די דריי דוגמאות: ס'איז דאָך פאַראַן נאָך כמה וכמה סיפּורים אין מדרשי חז"ל ווי תנאים ואמוראים האָבן געפאַסט אַ סאַך תעניות, ווי דער אַלטער רבי אַליין שרייבט "וכהנה רבות"

— און מען דאַרף גאָר קיין סאַך ניט זוכן: בעת מען גיט אַ קוק אין מס' חגיגה (כב, ב), דאָרט וואו ער דערציילט די מעשה מיט ר' יהושע, זעט מען ווי דער "מסורת הש"ס" צייכנט אָפּ צו נזיר נב, ב (און אויך דער צ"צ אין זיינע הגהות אויף אגה"ת צייכנט צו די גמרא אין נזיר) וואו עס ווערט דערציילט אויף ר"ש'ען אַז "הושחרו שיניו מפּני תעניותיו" —

איז פאַרוואָס האָט דער אַלטער רבי אויסגעקליבן פּונקט דריי דוגמאות און די דוגמאות דוקא.

ג) צוליב וואָס דאַרף ער ברענגען די נעמען פון די תנאים ואמוראים — ראב"ע, ר' יהושע און רב הונא: דאָס וואָס ער ברענגט די פּרטי הסיפּורים, איז מובן, ווייל דורך דעם ווערט אַרויסגעבראַכט ווי זיי האָבן געפאַסט אויך אויף אַ דבר קל. אָבער די נעמען פון די תנאים ואמוראים גיבן דאָך לכאורה ניט צו קיין ביאור אין דעם ענין וועלכן ער רעדט? וע"ד ריש אגה"ת: ג' חלוקי כפּרה כו' ואינו מעתיק שהן דר' ישמעאל.

כה. דער ביאור אין דעם איז:

אין עבירות — ובמילא אויך אין תשובה אויף די עבירות — זיינען פאַראַן דריי סוגים: עבירות שבמחשבה, עבירות שבדיבור, און עבירות שבמעשה. און ווי עס איז מוכרח בכ"מ וראה ג"כ אין ערשטן חלק (פי"א), איז אין יעדער סוג פאַראַן אַ האַרבקייט מיוחדת: פון איין זייט איז מעשה דאָס האַרבסטע ביז אַז כידוע אַז אויף מחשבה איז מען ניט מעניש (ולהעיר ג"כ מפל"ז ואילך — בח"א). אָבער לאידך גיסא: מצד דעם וואָס מחשבה איז אַ איידעלער לבוש, איז מחשבה האַרבער. וכלשון חז"ל (יומא כט, רע"א) המובא בתניא פי"א: הרהורי עבירה הקשים מעבירה. (ועד"ז איז דאָ אויך אַ חומר מיוחד אין דיבור וואָס איז ניטאָ אין מעשה).

בנוגע צום ענין וואָס ער רעדט אין אגה"ת פ"ב — די תעניתים וואָס קומען במקום קרבן אויף פּועל'ן ער זאָל זיין "לרצון לפני ה' וחביב לפניו ית' כקודם

ספריית ליובאוויטש · chabadlibrary.org

יובא מ: chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · במקור

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-pc9507zn

עותקים

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות