הוספה - ביאורים באגרת התשובה
194
שיהי' לרצון לפני ה' ומרוצה וחביב לפניו ית' כקודם החטא" (וואָס ווערט נמשך דורך ריבוי תעניתים), איז "בדורותינו אלה" די דורות וואָס פאַר משיח'ן — ווערט עס נמשך דורך ווייניקער תעניתים און צדקה.
פון דעם איז מובן, אַז אַזוי איז אויך בנוגע צו אַזוינע וואָס האָבן ניט די מעגליכקייט צו געבן אַ סאַך צדקה כפי מספּר הצומות פון זייערע חטאים, אַז וויבאַלד מלמעלה האָט מען זיי אַריינגעשטעלט אין אַזאַ מצב, איז אַ ראי' אַז זיי דאַרפן ניט אָנקומען צו דערויףמז.
דער דין (שו"ע אדמוה"ז ס"א סי"א. ובמהדו"ב שם בסוף הסימן) איז: "כל העוסק בתורת עולה כאילו הקריב עולה" [ביז אַז ס'איז דאָ אַ דיעה (מנחות קי, א) אַז ס'איז ניט נאָר "כאילו" (בכ"ף הדמיון) נאָר אַז דאָס טוט אויף דעם זעלבן ענין ממש ווי קרבנות, וואָס דערפאַר איז "אינו צריך כו' עולה"], וואָרום וויבאַלד אַז בזמן שאין ביהמ"ק קיים קען מען ניט מקריב זיין קיין קרבנות, דעריבער איז דער עסק — און אפילו בלויז די "קריאה"מח — אין תורת הקרבנות, במקום הקרבת קרבנות.
דערפון איז מובן אויך בנוגע תעניתים (און צדקה) וואָס זיינען במקום קרבנות, אַז בשעת ס'איז ניטאָ די מעגליכקייט צו פאַסטן ריבוי צומות (און געבן ריבוי צדקה), אַז דורכן לימוד בתורה — אין אַן אופן פון "עסק" אָדער אפילו אין אַן אופן פון "קריאה" — בענינים אלו, טוט זיך אויף די "התגלות רצון העליון ב"ה", כאילו (אָדער נאָך מער פון "כאילו" בכ"ף הדמיון) ווי ער וואָלט געפאַסט די אַלע מספּרי הצומות המפורשים בתקוני תשובה מהאריז"למט.
מב. מהנ"ל מובן דער גודל העילוי וואָס איז דאָ אין לימוד "אגרת התשובה": אַזוי ווי אין תשובה זיינען דאָך פאַראַן כמה מדריגות וואָס איז ניט בנקל כ"כ צוקומען צו זיי
יובא מ: chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · במקור
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- לקוטי שיחות
- כרך
- כרך לט
- מזהה
- rh-a0ax592f
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.