אגרת קלז
יום ב' כ"ז שבט תש"ד · זייער געעהרטער מר. חיים שי' ליבערמאן
זייער געעהרטער מר. חיים שי' ליבערמאן
איך ויל דא אויסדריקן מיין דאנק פאר אייער באזוך אין "מרכז לעניני חנוך".
עס האט מיר זייער געפרייט אייך קענען צו לערנען און דורכצוריידן זיך וועגן די אקטועלע פארבלעמען פון דעם אידישן חנוך אין אמעריקע.
איך בין זיכער אז דער געשפרעך וועהרנד אייער באזוך בא מיין שוויגערפאטער כ"ק אדמו"ר שליט"א, וועט האבען בא אייך א פארזעצונג אין פארקטישער ארבעט לחנוך היהדות.
אין מדרש פון דער היינטיגער סדרה ווערט געבראכט לא הי' העולם ראוי להשתמש בזהב, ולמה נברא - בשביל המשכן ובשביל ביהמ"ק.
דער מוסר השכל בא יעדער מענשען איז, אז דער טאלאנט מיט וועלכן דער אויבערשטער האט אים באשאנקען איז נברא בשביל המשכן ובשביל ביהמ"ק וואס בא יעדען אידן אין הארצן, און נאר בזכות זה איז ראוי להשתמש בו בעולם אויך.
האפענדיג שטייען מיט אייך אין קאנטאקט פון ענינים של עבודה בפועל.
אייער, בברכת לאלתר לתשובה לאלתר לגאולה
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק א
- מזהה
- rh-qwm6xjb6
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit