RebbeHub
עב · EN
ספרייה

ב"ה, יום ו' ח' סיון, ה'תש"ג

כבוד הוו"ח אי"א נבון ונעלה וכו'

מהר"י הכהן שי' כ"ץ

שלום וברכה!

געוויס האט איר צייטיג ערהאלטען די שמועסן, וואס מ'האט אייך ארויסגעשיקט לויט אייער באשטעלונג זייענדיג דא, און האט זיך אויך משתדל געווען אז זיי זאלן אנקומען אין די נויטיגע ערטער,

ווי גרויס איז די זאך פון מזכה זיין את הרבים, איז זיכער איבעריג צו מאריך זיין אין דעם, און דער פאר האפען מיר אז אויך אין דעם צוקונפט וועט איר טאן אויף דעם געביט, און צוביסלייך פארברייטערן די ארבעט צוציענדיג נאך מענשן וואס זאלן אייך העלפן אין דעם.

איך האב געהערט פון כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א, אז דער אלטער רבי האט אמאל געזאגט: תורה איז ג-טליך און רוחניות און די ערשטע מצוה צו געשריבן ווערן אין דער תורה איז מצות פרי' ורבי'? נאר וואס דען! די תורה איז דרכי' - און דער סדר אין איר - דרכי נועם, די מצוה ראשונה איז: א איד דארף וועלן עס זאל זיין נאך א איד, עכ"ל.

מיט ואונש פון חג שמח און קבלת התורה בפנימיות,

ובברכת לאלתר לתשובה לאלתר לגאולה

הרב מנחם שניאורסאהן

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר