אגרת שעח
ט"ו תמוז, תש"ח · שי' הכהן
הוו"ח אי"א נו"מ מו"מ באמונה וכו' מהר"י
אין ענטפער אויף אייער בריוו פון י"ב תמוז לייג דא ביי דעם קונטרס פון שבועות ווי אויך די קאפיע פון מיין בריוו פון ד' סיון מיט דער פאטא.
א שאד אויב יענע פאטא איז אריינגעפאלען צו א אינו ראוי.
לויט אייער בקשה געפרעגט בא כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א זיין מיינונג בנוגע מלחמה מיט רוסלאנד איצט. ער האלט עס איז איצט העכסט ניט ווארשיינליך, נאר מען שרעקט דעם עולם דערמיט.
זיכער וועט אייך אינטערעסירען צו וויסן אז בהתועדות חג הגאולה האט כ"ק מו"ח אד"ש געדרעפטעט תמימים יונגעלייט און תלמידים אויף אייניגע וואכען ארומפארען מעורר זיין צו יהדות, חנוך הכשר און הפצה פון כשר'ע ביכער, און האט איבערגעגעבען דעם מרכז לעניני חנוך צו ארגאניזירען די נסיעות.
בייליגענד פאטאגראפיע פון רבי'ס שליט"א בריוו וועגען דעם.
איך האף איר וועט באשטעטיגען דעם ערהאלטען פון דעם בריוו און בכלל לאזען הערען בשורות טובות.
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק ב
- מזהה
- rh-gvw9qmqj
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit