English
ספרייה

אגרת ז'תתקסד

י"ב אייר, תשי"ב · ברוקלין.

ב"ה, י"ב אייר, תשי"ב

ברוקלין.

שלום וברכה!

איך בין געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף פון ערב שבת קודש און אויך האב איך באקומען פון אייער פאמיליע א פאטאסטאט פון דער ערלויבעניש וואס מען האט אייך געגעבן צו טראגען א בארד און פיאות וכו'.

און השם יתברך יצליחו תמיד כל הימים - איר זאלט קענען לערנען תורה און מקיים זיין מצות מתוך הרחבה.

און ווי איך האב אייך געשריבען - צו משפיע זיין אויך אויף אייער קאמפאני, איז דאך אפילו ווי איר שרייבט, אז נאר איין איד [איז] פאראן אין אייער קאמפאני, איז דאך אפילו המקיים נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא, און בפרט אז איך רעכען, אז עס זיינען דא מערערע אידען, נאר איר ווייסט ניט פון זיי, איז כדאי צו נאכזוכען, און מסתמא איז דאס בהשגחה פרטית, אז איר זאלט קענען מקרב זיין זיי צו יהדות.

בייגעלייגט איז דא די אויסגאבע צו שבועות הבע"ל, וועלכעס וועט אייך זיכער קענען דינען אין דאס אויבען דערמאנטע.

בברכה להצלחה בכל עניניו בגשמיות וברוחניות.

המחכה לבשורות טובות.

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-r5na8gd3

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit7964