אגרת ח'רז
כ' כסלו, תש"כ · האברך עזרא שי'
אין ענטפער אוף דיין בריף, אין וועלכען דו שרייבסט וועגען דעם לערנען תניא מיט בחורים.
ס'איז א חילוק פאראן, צווישן דער הנהגה, פון דעם ואס לערנט מיט זיי און זיין השתדלות אין דעם, און צווישען דער הנהגה פון די בחורים זעלבסט.
און ס'איז פארשטענדליך, אז די בחורים וואס וועלן האבען א ווילן צו לערנען תניא, וועט מען ח"ו ניט מדחה זיין.
און השם יתברך זאל העלפען, אזוי ווי ס'איז דאך עקבתא דמשיחא ממש, און ווי עס שרייבט דער בעל שם טוב הקדוש אין זיין אגרת הקדש וועלכע איז געדרוקט אין דעם ספר פורת יוסף, מיט העכער הונדערט יאר צוריק, אז ווען איז קאתי מר, מלכא משיחא, לכשיפצו מעינותיך (הבעל שם טוב) חוצה.
זאל דאס געהערט ווערן און דערהערט ווערן כדבעי, און דאס זאל בריינגען א צוגאב אין הפצת המעינות און מקרב זיין די גאולה על ידי משיח צדקנו.
נ"ב. זיכער האלסט דו אן די שיעורים פון חת"ת (חומש תהלים תניא) הידועים.
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק כא
- מזהה
- rh-4t04574j
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit