RebbeHub
עב · EN
ספרייה

אגרות קודש, חלק כא

אגרת ז'תתיא

ב"ה, כ"ה, תמוז, תש"ז

כבוד ידידנו הנכבד והנעלה אי"א וו"ח וכו' מו"ה משה שי'

שלום וברכה!

מיט דאנק, באשטעטיקן מיר דעם עמפאנג פון אייער נדבה פאר די נויטן פון די קינדער אין יוראפ, א רעסיט ווערט דא בייגעלייגט.

די גייסטיקע נויטן פון דער מיט דעם אויבערשטנס הילף געראטעוועטער יוגענד אין יוראפ זיינען אין היינטיקן טאג נאך גרעסער ווי די מאטעריעלע, עס האנדלט זיך ווי אויפצואלטן דעם נשמה-לעבן צוליב וועלכן דאס לעבן בכלל האט א ווערט.

צוגלייך מיט דער פינאנציעלער הילף אין אונזער ארבייט, שאפט אונז אייער באוואוסטזיניקייט פאר דעם געביט פון אונזערע טעטיגקייטן א באזונדער פרייד, און מיר האפן אז איר וועט זיך ניט באנוגענען מיט געבן אליין, נאר וועט אויך זעהן שאפן ביי אייערע פריינד און באקאנטע בעדייטענדע סומען אף דעם הייליגן צוועק, או לויט ווי די רז"ל זאגן (אבות פרק ה' משנה י"ג) אז דאס איז עינו טובה בשלו ועינו טובה בשל אחרים.

אין ערווארטונג צו ערן גוטע ידיעות אין דעם פון אייך בקרוב.

הרב מנחם שניאורסאהן

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר