הוו"ח אי"א נו"נ כו' מו"ה שלמה שי'
אין ענטפער אויף אייער בריף פון ב' שבט:
האפענטליך אז צו דער צייט פון באקומען מיין דיזן בריף, איז בעסער געווארן דער געזונט צושטאנד פון אייער טאכטער מלכה שתליט"א און וועט מיר אנזאגן וועגן דעם.
ויהי רצון, אז תמיד כל הימים זאלט איר אנזאגן נאר גוטס סיי בגשמיות און סיי ברוחניות.
איך האף, אז דעם קומענדן יו"ד שבט, יום ההילולא פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, וועלן אנ"ש מתוועד זיין זיך, און זעלבסטפארשטענדליך וועט דאס צובריינגען צו התעוררות לתורה ומצות בכלל, און צו תורת החסידות הדרכותי' ומנהגי' בפרט.
והשי"ת זאל מצליח זיין יעדערן פון אונז בתוך כלל ישראל צו פארוויקליכן די התעוררות אין דעם טאג טעגליכן לעבן, ומתוך הרחבת הדעת ובריאות הנכונה זאל מען דינען השם יתברך ווי עס ווערט ערקלערט אין שולחן ערוך אורח חיים סי' רל"א, בכל דרכיך.
אין [א] באזונדער פאקעט איז געשיקט צו אייך דער לעצטנס ערשינענער קובץ ליובאוויטש, און האפענטליך וועט איר דארט געפינען ענינים וועלכע איר וועט קענען אויסניצן אויך לזכות בהם את הרבים, וזכות הרבים תלוי בו.
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub